דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #9640
30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9640
[ציטאט אראפגענומען]
איך האב שוין דערמאנט אין אן אנדערע אשכול אז דער שייכות ווערט אויך דערמאנט אין די מערבות פון ליל שני לסוכה. זאגט דער פייטן: קורא מקרא קודש ומשמרו [איינער וואס איז מקדש סוכות און היט איר פון מלאכה], יקבל ליום הבא שכרו [וועט מקבל זיין שכר אין עולם הבא], גאוה אפיקי מגנים סגורו [דאס גייט ארויף אויפ'ן לויתין וואס ווערט אזוי גערופען אין איוב (פרק מא)], דוד למלאת לו בסוכות עורו [דאר רבש"ע וועט עם מאכען א סוכה פון די הויט פונעם לויתן].
מען קען מסביר זיין די שייכות לויט די ווערטער פונעם שיטה מקובצת (בבא בתרא עה, א) אינעם נאמען פון רבי דוד בן רבינו יהודה החסיד וז"ל, וכתב ה"ר דוד בן רבי יהודה החסיד ז"ל בספר לבנת הספיר שחבר וזה לשונו: לויתן הוא הסועד את הצדיקים ומחברם חבור גמור חבור הנפש עם הגוף כדתני דבי אליהו צדיקים שעתיד לחיות אינם חוזרים לעפרן וזהו יכרו עליו חברים יחצוהו בין כנענים קורא לצדיקים חברים על שם החבור הגמור שמחבר בשר לויתן נשמתן לגופן לשון ילוה אישי אלי וזהו יחצוהו וכו' וכו'. עד כאן והם דברים נכוחים וטובים שלא להוציא מאמרים אלו מפשוטן שלא כדברי מי שפירש בענין לויתן שזכר הוא זווגו ענין הנפש והשכל גם ענין החומר והצורה, עכ"ל השיטה מקובצת.
דאס מיינט אז די לויתן איז די קלעבאכץ (glue) וואס האלט צאם די נשמה לעתיד לבא מיט'ן גוף. די שכר הנצחי [לויט רוב ראשונים - שלא כשיטת הרמב"ם] איז ביי תחיית המתים ווען די גוף וועט אין א דערהויבענע אופן זיך קלעבען צום נשמה וכו' וכו'.
די סוכה איז אן ענין פון חיבור פון גשמיות מיט רוחניות - בניגוד צום יום כיפור וואס איז כולו רוחני - די גר"א אין זיין פירוש אויף יונה זאגט אז "צלתה מרובה מחמתה" מיינט "תורתך קבע ומלאכתך עראי", א בחינה פון א חיבור פון גשמיות און רוחניות, אבער די עיקר איז די רוחניות. ממילא דער וואס היט אפ סוכות ריכטיג און מאכט די ריכטיגע חיבור פון זיין גוף מיט'ן נשמה - דוד ימלא לו בסוכות עורו אכי"ר.
סהאט מיר אלעמאל געבאדערט דאס וואס מפרשים זאגן אויף אגדות אז די פשט הפשוט איז אויך ריכטיג , לכאו׳ איז יש דברים בגו.
[ציטאט אראפגענומען]
קענסט דערציילן מער וועגן דעם ?
[ציטאט אראפגענומען]
אין איינע פון די ספרים חיצוניים רופט ער דער זכר בהמות און די נקבה לויתן. און זע אויך דא. זע אויך חזון ברוך (הסורי) כ"ט ד': "ובהמות יגלה ממקומו ולויתן יעלה מן הים הם שני התנינים הגדולים אשר בראתי ביום בחמישי לבריאה ואשמרם עד הזמן ההוא ואז יהיו מאכל לכל אשר ישארו". ועיין כאן ופי' עץ יוסף. יש פירוש כזה בחז"ל?
פארצווייפלטער[ציטאט אראפגענומען]
קענסט דערציילן מער וועגן דעם ?
נישטא קיין פארלעסליכע מקור אויף די פאנטאסטישע מעשה.
די שאלה איז וואס דו רופסט אן פארלעסליך. די מעשה איז שוין עטליכע הונדערט יאר אלט געשריבן אויף אידישטייטש. דער אליה רבה דערמאנט דאכט זיך די מעשה ביי הלכות שבועות.
אין אקדמות ווערט שוין דערמאנט א דער אייבישטער וועט אים שחט'ן.
יישר כח הערליך שיין אראפגעשריבן זייער קלאר.
עס איז דא א מקור אז עס נעמט ארום די גאנצע וועלט?
[ציטאט אראפגענומען]
עס איז דא א מקור אז עס נעמט ארום די גאנצע וועלט?
לאז גריסן דעם לויתן (ר' בונם פון פשיסחא).
[ציטאט אראפגענומען]
אין די צייטונג איז מיט בערך צעהן יאר צוריק געלאפן צוויי מאמרים איבערן לויתן, איך ווייס נישט צו עס האט אזוי מקיף געווען ווי דיין יעצטיגער מאמר.
אין אספקלריה איז דא אן ערך איבערן לויתן.
שש, א ריזיג יישר כח. כ'האב מיך באמת דערקוויקט מיט דעם מאמר דעם שבת. מיין לעוועל אין אמעראצעס איז זיכער אראפ מיט עטליכע פונקטן. ס'דערקענט זיך אז ס'ליגט א סך כוחות דערין, עלעקוואנט געשריבן, און די סובסטאנץ איז זייער רייך און קאמפריהענסיוו.
עם, אז איך זיץ אין א זאל בין איך דען א שיתוף צום מעשה הבנויה?...
און אויב הייסט הנאה האבן פון מעשה בראשית א שיתוף דאן בין איך שוין יעצט א שיתוף, ווייל איך האב הנאה פון די זין און ים און אלצדינג וואס איז באשאפן געווארן בימי בראשית.
און אויב הייסט הנאה האבן פון מעשה בראשית א שיתוף דאן בין איך שוין יעצט א שיתוף, ווייל איך האב הנאה פון די זין און ים און אלצדינג וואס איז באשאפן געווארן בימי בראשית.
אז די גמרא זאגט אז עס איז א מציאות ממש, פארוואס זאל אויסמאכן צו די כנענים האבן געגלייבט דערין צו נישט? מוז דען יעדער זאך אין וואס כנענים גלויבן זיין נישט אמת? יעדער ווייסט אז זיי גלייבן אין שרי מעלה און אין שדים, און עס האט קיינמאל נישט אוועק געמאכט אונזער אמונה אין די זאכן צוליב דעם וואס זיי גלייבן דערין, טא פארוואס זאל דער ענדעקונג אז אויך דער "אידישער" לויתן לעגענדע איז געווען ביי די גויאישע אמונות, אונז אויפשאקלען? און אזוי ווי דו האסט געשריבן, זיי באטראכטן אט די כוחות אלס זעלבסשטענדיגע געטער, און אידן באטראכטן זיי אלס באי כוחו און שלוחים פונעם רבון כל המעשים ואדון כל הנשמות.
אגב שש, לטעמי איז דאס פון דיינע בעסטע ארטיקלען דא אין קאווע שטיבל. ווען דו גייסט אן ווייטער מיט אזעלעכע סארט ארטיקלען ווער איך א פעען דיינער...
אגב שש, לטעמי איז דאס פון דיינע בעסטע ארטיקלען דא אין קאווע שטיבל. ווען דו גייסט אן ווייטער מיט אזעלעכע סארט ארטיקלען ווער איך א פעען דיינער...
און נאך א זאך, איך האלט אז דער הוספה וואלט רואיגערהייט געקענט אריין גיין אינעם פרי עט הדר, עס איז בכלל נישט משכיליש אראפגעלייגט.
איך וואלט געזאגט אז די לויתנים זענען מרמז אויף כוחות עליונים וואס סיי די עמים הקדומים און סיי די אידן האבן געוואוסט פון דעם , וכמבואר בספרים אז די עמים הקדומים האבן געהאט ידיעות אין פארשידענע כוחות .
דער היימישער מהלך איז נישט אנטקעגן איינערקענען אז פריערדיגע שריפטן האבן דערמאנט אידישע סיפורים אקטן און מיטאלאגיעס בעפאר די תורה וחז"ל, עס איז בלויז אנטקעגן דער געדאנק אז עס איז געקאפיט פון זיי.
פארוואס זאל דער פרומסטער היימישסטער איד זעהן א פראבלעם אין דעם אז תורה'דיגע שילדערונגען און מצוות ווערן דערמאנט פאר מתן תורה? ווייסט קיינער טאקע נישט אז דער געדאנק פון קרבנות איז אנגעגאנגען פאר מתן תורה? וכדו'?

כפול
[ציטאט אראפגענומען]
כמדומה שתפיסה זו רווחת בספר הזוהר שהי׳ להם ידיעה בדרגין דמסאבותא בנוגע כשוף ועבודה זרה
אז זיי האבן געהאט א ידיעה אין כוחות ושמות הטומאה זעמיר אז זיי האבן געהאט א ידיעה אין אמת׳ע כוחות קען שוין זיין אז זיי האבן געוואוסט פונעם לויתן ,
איך וואלט געזאגט לפי״ז אז די לויתן איז עפעס א כח וואס וועט אריבערגיין פונ׳ם קדושה צום טומאה.
אין וועגן די מעשה פון די דריי בערעלעך האב איך דא <!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/9683">viewtopic.php?t=9683</a><!-- l --> געשריבען כעי״ז.

אט האב איך פונקט געזען פון הרב קוק (אדם היקר ד')
וכן כשבאה האשורולוגיא לעולם, ונקפה את הלבבות, בדמיונים שמצאה, לפי השערותיה הפורחות-באויר, בין תורתנו הקדושה לדברים שבכתבי-היתדות בדעות במוסר ובמעשים. האם הנקיפה הזאת יש לה מוסד שכלי אפילו במעט, וכי אין זה דבר מפורסם שהיה בין הראשונים יודעי דעת אלהים, נביאים, וגדולי הרוח, מתושלח, חנוך, שם ועבר וכיו"ב, וכי אפשר הוא שלא פעלו כלום על בני דורם אף-על-פי שלא הוכרה פעולתם כפעולתו הגדולה של "איתן האזרחי" אברהם אבינו ע"ה, ואיך אפשר שלא יהיה שום רושם כלל בדורותם מהשפעותיהם, והלא הם מוכרחים להיות דומים לעניני תורה. ובענין דימוי המעשים הלא כבר מימות הרמב"ם, ולפניו בדברי חז"ל, מפורסם הדבר שהנבואה מתנהגת עם טבעו של אדם, כי טבעו ונטייתו היא צריכה להתעלות עפ"י ההדרכה האלהית, ש"לא נתנו המצוות אלא לצרף בהן את הבריות" . ע"כ כל הדברים שמצד החנוך שקודם למתן תורה מצאו מקום באומה דבעולם, אם רק היה להם יסוד מוסרי, והיה אפשר להעלותם למעלה מוסרית נצחית ומתפתחת, השאירתם התורה האלהית. ובהשקפה יותר בהירה הוא היסוד הנאמן לההכרה התרברתית הטובה הנמצאת בעמק טבע האדם, באופן ש"זה ספר תולדות אדם" הוא כלל כל התורה כולה, ושהוא עוד כלל יותר גדול מהכלל של ,.ואהבת לרעך כמוך" שכדברי רבי עקיבא . דברים כאלה וכיוצא באלה ראוים הם לעלות על לב כל מבין דבר, כהשקפה הראשונה, ולא היה מקום כלל למציאות הכפירה השרלטנית שתתפשט בעולם, ושתתחזק ע"י המאורעות הללו.
דער מלבי"ם אויף הנפילים און בני אלוהים ערקלערט, אז די תורה באציט זיך צו מיטאלאגישע פיגורן לויט ווי די מענטשן האבן זיך איינגערעדט בימיהם, און נישט צו אמת'ע איבערנאטורליכע ברואים. די תורה וויל דערמיט דערציילן אז מענטשן פלעגן פארגעטערן גיבורים וועלעכע האבן געמאכט זינדיגן דאס מענטשהייט.
מען קען זאגן דער זעלבער מהלך ביי לויתן, אז דער נביא באציעט זיך צו מיטאלאגישע לעגענדעס, און דער נביאה איז אז אלע זייערע איינגערעדטע כוחות וועלן בטל ווערן. אזוי ווי מיר זעהן ווי דער פסוק באציט זיך צו כנענישע געטער כאילו זיי וואלטן באמת עקזעסטירט, אזוי וטי למשל דער "כמוש" דער מואב'ישער געטשקע.

עי' בערוך לנר שם נדה ס"א ע"ב שמבאר דבימות המשיח יקומו צדיקים גדולים כמו משה ואהרון ובניו ,וזה יהיה קודם תחיית המתים של כל העולם, שאז יהיה מצוות בטילות, עיי"ש שמביא זה מהזוהר ,ולפי"ז מיושב הכל היטב
[ציטאט אראפגענומען]
<a class="postlink" href="https://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=33756&st=&pgnum=21&hilite=">https://www.hebrewbooks.org/pdfpager.as ... 21&hilite=</a>
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/446055">viewtopic.php?p=446055#p446055</a><!-- l -->
דער אפודי אין מו״נ (ח״ג סופכ״ג) זאגט בנוגע תארי הלויתן בספר איוב אז ״אין המכוון ממנו שיהיה שום בריה״ ע״ש.
דר. ראבּערט אייזען ברענגט אראפ פונעם פירוש אויף ספר איוב פון ר׳ זרחיה בן ר׳ שאלתיאל בן ר׳ יצחק הלוי [פונעם כתב יד] אז אין פרק מ זענען איינע פון זיינע ראיות אז ספר איוב משל היה (אזוי ווי דער רמב״ם האלט אינעם מורה ח״ג פכ״ב) פון דעם אז עס ווערן אין דעם אראפגעברענגט פיקטיווע באשעפענישן ווי דער לויתן. וז״ל בפרק מ, ״ולא יאמין בעל שכל שאלו הסיפורים יהיו נמצאים בשום בע״ח שכבר נברא או עתיד להבראות אבל רוב המשלים יסדרו בהם לעולם ענינים מבהילים ומפחידים להטות לב השומע אל כונת הדבר הנמשל.״

עקידת יצחק (שער ס).
דר. ראבּערט אלטער שרייבט לגבי הלויתן בספר איוב (וואס קומט לכאורה פונעם כנעני׳שן מיתוס פון מלחמת בעל עם ״לתן״):
What is remarkable about this whole powerfully vivid evocation of Leviathan is that the monotheistic poet has taken a figure from mythology, traditionally seen as the cosmic enemy of the god of order, and transformed it into this daunting creature that is preeminent in, but also very much a part of, God's teeming creation
דער יש"ר מגוריציאה איז מאריך אין דעם אז די גאנצע ענין פון ליותן וסעודתו איז א משל, און ברענגט דאס אז דער מהרש"א און אנדערע האבן עס יא אפגעלערענט כפשוטו אלס דעם אז זיי זענען נישט געווען בקי בפילאזאפיע און דאס איז א ראיה אויף די נחיצות פון דעם לימוד וחכמה.
אין די לעקציע ברענגט דר. ראנאלד האָטאן ארויס אז די לעגענדע פונעם דרעגאן און איר פארשפרייטונג אינעם מיטל-אלטער, איז געווען מכח דעם וויאזוי די לויתן ווערט אראפגעמאלט אין ספר איוב במענה ה' לאיוב מן הסערה, וואס די קריסטן האבן אָנגענומען הייליג וכפשוטו מפי ה'.
(אגב איז אינטרעסאנט ווי פּיטער דיקינסאן האט געגעבן א סייענטיפישע "הסבר" וויאזוי די סארט פליענדיגע בע"ח וועלכע אטעמען פייער, וואלטן געקענט בעצם זיין און פארוואס מ'טרעפט נישט זייער געביין. דאס איז ווייל זיי האבן געהאט אסאך היידראָקלאָריק עסיד וועלכע האט דיסאַלווד צוביסלעך זייערע ביינער און פון דעם איז געקומען די פייער און רויעך. אבער ווי הרב דר. סליפקין ברענגט ארויס לגבי די לעגענדארע בע"ח המובאים בתלמוד, ווי בר יוכני בבכורות נז:, טוהט די סקווער-קיוּבּ געזעץ אין מאטעמאטיקס שווער דערלאזן די סארט ריזיגע באשעפענישן וועלכע דארפן פליען וכדומה.)