☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » אייזקריעם פאר אוישוויץ

אייזקריעם פאר אוישוויץ

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9638

ונבנתה העיר » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 12:25 am

· #302653
אייזקריעם פאר אוישוויץ
החסיד ר' מענדל פויגל שיחי' דערציילט בשם החסיד ר' נחמן יוסף – דמתקרי 'יאסקע' – טברסקי, אחי האדמו"ר מרחמיסטריווקא מארה"ק, אז אין די ערשטע תקופה ווען ער האט זיך אנגעהויבן מקרב זיין צו חסידות חב"ד פלעגט ער אסאך זיצן ביי די פארברענגענס פון ר' מענדל פוטערפאס.
זאגט ער אז דער ענדגילטיגער שטופ וואס האט איהם געמאכט פארן צום ליובאוויטשער רבי'ן קיין אמעריקא איז געווען ווען ר' מענדל האט איהם אמאהל געזאגט אינמיטן א פארברענגען: "טברסקי! טברסקי! צום סוף וועסטו דאך סייווי פאהרן צום רבי'ן, איז פאר שוין איצטער...

נו, פאר א למדן וועט דאך אודאי שווער ווערן, אויב "צום סוף" וועט ער פארן איז דאך מוכח מיני' ובי' אז עס פעהלט אויס א געוויסע תהליך, א ספעציפישע השתלשלות הענינים, אנצוקומען צו די מציאות אז ער פארט, איז וואס איז מען איהם מציע? שנייד עס אויס? יאג עס צו?

------------

ווען כ'וואלט זיך נישט געשעמט וואלט איך אייך געזאגט אז די גאנצע געשעפט פון ליידן אין גלות אויפן חשבון אז אמאהל וועט נאך גוט זיין – אוי, וועט גוט זיין – לייגט זיך מיר נישט אפ, שמחנו כימות עיניתנו שטימט עפעס נישט. איי מיען, וואס האט הודו מיט כוש?

עס וואלט מיר ענדערש אויסגעזעהן ווי א גאט וואס זאגט: ליסען אפ, פיפעל, איך זעה נישט אז כ'זאל זיך קענען ברענגען ענק צו געבן מער ווי 50 ק"ג פון גוטס – אז איהר ווילט א משיח מיט גוטע קוקיס וועט מען אייך מוזן שניידן די נעזער אין אוישוויץ...

מיר זענען צוגעוואוינט כאילו עס איז א נארמאלע זאך: יעצט ליידט מען, אבער אנטשטאט/בשכר דעם וועט מען באקומען גוטס. מיר דאכט זיך אז טובות העתידות לבוא זענען נישט קיין חשבון אויף צרות עכשוויות.

----------

עס איז א פאפולערע סטעיטמענט ביי די וואס ווילן זיך האלטן פאזיטיוו אז די איינציגסטע אמת'ע רעאליטעט איז דער 'יעצט' – דער הוה, וואס איז געווען איז דאך שוין נישט דא, צי עס איז געשעהן א טויזנט יאהר צוריק אדער א מינוט צוריק. דער עתיד איז דאך אודאי נישט קיין רעאליטעט, נמצא אז בסך הכל איז די יעצטיגע סעקונדע אן אמת'ע מציאות.

נישט לאנג צוריק האט מען דא געשמועסט צי איהר וואלט דן/מעניש געווען א מענטש וואס איז באגאנגען א געפערליכע עולה אבער האט עס אינגאנצען פארגעסן, יעצט וועט ער קיין פליג נישט טשעפען. מען האט געשמועסט וועמען/וואס איז מען געווענליך מעניש, דעם זכרון?

הנוגע לענינינו, עס איז בעצם נישט דא גארנישט וואס איז מקשר איין רגע מיט די אנדערע. קומט אויס א מצב – א סטעיט – קען זיך ציען לאנגע יאהרן, עס איז אבער גארנישט מער אמת'ע מציאות, עס איז ווייטער א מקרה, יעדע רגע נאכאמאהל.

די ענדגילטיגע סטאטוס צו וועלכע די וועלט וועט צוקומען, די טוב המקווה, איז נישט סתם א חילוק אין כמות: היינט איז דיר נאר גוט בשעת'ן עסן אן אייזקריעם, און ווען משיח וועט קומען וועט דיר זיין גוט אויף אייביג. נאר דער חידוש דלעתיד אז דאס וועט ווערן די מציאות הבלתי ניתנת לשינוי, דאס וועט מאכן דעם טויש האיכות אז דאס וועט ווערן דער איין און איינציגער אמת'ער סטאטוס פון די בריאה, צו וועלכע אלע מצבים שקדמו לה – אינקלודינג גלות און אירע פראבלעמען - וועלן אטאמאטיש ווערן מקרים נופלים.

פארדעם זענען די נביאים אלץ מדגיש אז דער גוטער מצב וואס קומט וועט זיין א נצחיות'דיגער, מער וועט קיין רע נישט זיין, ממילא וועט דאס קובע זיין די אמת'ע ארט פון די בריאה, און 'דאס' איז די נחמה אויף די היינטיגע מקרים. נישט אז פאר יעדע פאנטש וועל איך דיר געבן אן אייזקריעם.

-------------

ממו"ר החסיד ר' חיים שלום שיחי' דייטש האביך כמ"פ געהערט: קלי אתה ואודך, אלקי ארוממך. דלא כטעות העולם אז אויב טוה איך וואס ער וויל, איך שטעל צו די נויטיגע אינגריעדיענטס, דעמאלט'ס איז ער מיין גאט, אבער אז נישט איז מה לי ולו?

זאגט ער פונקט פארקערט: 'קלי אתה' – דאס איז די אמת'ער סטאטוס הבלתי ניתן לשינוי, נו, אז ס'איז שוין אזוי – אז ער איז מיינער – איז 'ואודך', לאמיך טאקע צושטעלן. נאו מעטטער וואט איז 'אלוקי', ער איז מיין גאט, און אז ס'איז שוין סייווי אזוי זאל שוין זיין 'ארוממך'.

דעטס דע האול סטארי, לאמיר דערגיין וואס איז דער אמת'ער מצב צי מיר ווילן אדער נישט, דערנאך וועלן מיר שוין ארומשניידן די מקרים צו איהר – נישט פארקערט.

[להאונגארישע שבינינו: מיט דעם ווארט האביך געהאט מיט איהם א רבישע מעשה, דאס ערשטע מאהל האביך עס געהערט פון איהם יאהרן צוריק אין האדיטש ביים בעל התניא ווען ער האט פארציילט איבער איין יאהר וואס ער האט זיך ארויסגעלאזט קיין האדיטש און נישט געקענט אנקומען ווי ער האט זיך מחזק געווען מיט דעם ווארט.

עטליכע יאהר שפעטער האביך געהערט פון איהם דאס ווארט שבועות אין מעזיבוש, און מיט עטליכע יאהר שפעטער נאכאמאהל אין מעזיבוש.

אלע דריי מאהל האט ער דערנאך זיך געוואנדן צו מיר: הערסט, ונבנתה, צי אזוי צי אזוי איז קלי אתה, נו, איז זאל שוין זיין ואודך.

דא בין איך מצרף די רעקארדירונג פון האדיטש. ער ווענדט זיך צו מיר ביי 3:35

האדיטש.mp3]

---------

דער אברבנאל אין זיין הגדה זאגט א הארציג ווארט: האמנתי כי אדבר אני עניתי מאוד, האמנתי איז א לשון עבר, אדבר איז עתיד, און עניתי איז ווייטער עבר.

זאגט דער אברבנאל, דוד המלך בשעת ער האט זיך אנגעליטן זיינע צרות האט זיך מחזק געווען אז עס וועט נאך אמאהל גוט זיין: 'האמנתי' איך גלייב יעצט, 'כי אדבר' אז איך וועל נאך אמאהל זאגן, 'אני עניתי מאוד' בלשון עבר, אמאהל האב איך זיך געפייניגט אבער יעצט איז מיר שוין גוט.
📎 האדיטש.mp3

פליקער » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 12:32 am

· #302655
Re: אייזקריעם פאר אוישוויץ
אוי וויי איז אונז, אז ונבנתה איז דיפרעסט וואס זאלן זאגן די עזובי קיר

ירא שמים » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 1:00 am

· #302659
Re: אייזקריעם פאר אוישוויץ
א המשך צום פרי הדר מאמר