☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » די "נישט" עבודה פון שמחת החיים (פרי עט הדר)

די "נישט" עבודה פון שמחת החיים (פרי עט הדר)

54 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9635
בלאט: 1 2

רויטע וואנצעס » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2015 10:24 pm

· #302630
די "נישט" עבודה פון שמחת החיים (פרי עט הדר)
שמחת החיים, א מתנה מיר האבן שוין יעצט.
שמחת החיים איז א ווארט וואס האט פארשידענע טייטשן, ביי יעדן איז עס א צווייטע. ביי איינעם מיינט עס חיצוניות, ער גלייבט און שפירט אז דרויסענדיגע זאכן ברענגט אים שמחה; ביי א צווייטן איז עס משפחה און ביי א דריטן איז עס וואקאציע. דער אמת איז אבער אז שמחת החיים און מנוחת הנפש קומט נאר דורך דעם פנימיות פון דעם מענטש זעלבסט. נישט נאר ס'קומט פון דעם מענטש זעלבסט, נאר יעדער מענטש איז לכתחילה געבוירן דערמיט און עס איז נאטורליך ארייינגעבויעט אינעם מענטש. א מענטש'ס נפש איז בטבע בשמחה. קוק אויף א קליין קינד, אויב עפעס שטערט אים נישט פון די צרכי הגוף איז ער בשמחה און דאגה'לאז. זיין נפש איז נאטורליך בשמחה.

וואו איז אונזער נאטורליכע שמחה אנטלאפן?
אלזא, וואס פאסירט צו אונז ווען מיר ווערן עלטער? וואס קומט צווישן אונז און אונזערע נאטורליכע שמחת החיים? ווערט עס אויסגעריסן פונעם מענטש מחמת זיינע דאגות?

די תשובה איז: ניין. אונזער שמחה איז ווייטער דא און איז א אינטעגראלע חלק פון ווער מיר זענען אלס מענטשן. והא ראיה אפילו א פאר'דאגה'טער מענטש קען טרעפן א מאמענט פון שמחה און רואיגקייט. נאר דער מענטש מיט זיין וועג פון טראכטן איז וואס לייגט אים טיף אין דער ערד און מאכט זיינע פראבלעמען אויסזעהן פיל גרעסער ביי זיך און קאפ ווי זיי זענען באמת. קיינער זאגט נישט אז מענטשן האבן נישט פראבלעמען אין לעבן, און טייל מאל אפילו גאר שווערע, ס'איז אבער די מהלך המחשבה וואס טייטשט אפ ווי גרויס דער פראבלעם איז צום מענטש. אט די מחשבה קען זיין אונזער גרעסטע פריינד אדער אונזער גרעסטער שונא.

לאמיר פארשטיין ווי אזוי אונזערע מחשבות ארבייטן
מחשבה איז די עקספיריענס פון לעבן. מחשבה איז דער גאנצער מציאות וואס דער מענטש זעהט, שפירט, און הערט. מחשבה איז זיין איינציגסטער פארעם פון רעאליטעט. און איז וואס איז אים מקשר צו די רעאליטעט וואס נעמט אים ארום. א טויטער מענטש איז גענצליך אפגעהאקט פונעם לעבעדיגן רעאליטעט. אפילו ער האט נאך א גוף, איז אבער היות זיין מחשבה (אדער רוף עס נשמה וואס איז מחיה געדאנקען) איז נישטא, איז ער נישט מרגיש.

איינע פון די אופנים וויאזוי אנצוקוקן מחשבה איז איר מדמה צו זיין צו דעם הימל. זיצט זיך א אידל און באטראכט די הערליכע הימל מיט אירע פארבן, און ער קען זיך נישט גענוג אנזעטיגן. זיין געמוהט איז רואיג, ריין און אפן פונקט ווי די הימל. פלוצלונג רוקן זיך אן שווערע וואלקענעס אויפן האריזאנט און זיין הערליכע הימל ווערט פארפלעקט מיט גרויע וואלקענעס. א נאר וואלט געזאגט, געוואלד, וואס איז געשעהן צום שיינעם הימל? ס'איז דערנאך, דער הימל איז יעצט ווערדלאז. א חכם וואלט אבער פארשטאנען אז דער הימל העכער די וואלקענעס איז ווייטער א הערליך שיינע הימל, נאר מאמענטאל פארן דא אריבער אפאר וואלקענעס אויף זייער וועג צו באוואסערן פעלדער, כדי דער מענטשהייט זאל האבן וואס צו עסן.

די מחשבה פון א מענטש איז פונקט אזוי. דער קאפ פון א מענטש איז בעצם א שיינע לעכטיגע ריינע הימל, זי איז באשאפן געוואן גראד און געזונט, אבער מחשבות קומען און גייען פון אלע סארטן. אמאל איז לעכטיג און ריין און דער הימל איז בלוי און פול מיט שמחת החיים, און פון צייט צו צייט פארן אדורך פארוואלקענטע מחשבות.

א נאר הייבט אן ווערן excited וועגן זיינע נעגאטיווע געדאנקען. ער convinced זיך אליינס אז היות ער האט די געדאנקען, איז דאס זיין עקספירענס פון לעבן, זיין הימל איז שווארץ און חרוב און זיין וועלטל פאלט איין. ער ווערט היסטעריש און לאזט די שווארצע מחשבות געבן געבורט צו אומגעזונטע געפילן און צו מאל נאכפאלגענדע מעשים וואס וועט געבן לעבן צו זיינע מחשבות – אריין אין פראסקעדיגע רעאליטעט.

וויאזוי צו נוצן מחשבה אין א געזונטע וועג
די פוינט איז אז ווען א מענטש האט א פראבלעם, אנשטאט צו זעהן דען פראבלעם טרוקן אלץ א פאקט, לייגט ער צו חשבונות, געפילן און פאנטאזיע צום פראבלעם וואס הרג'ט אים מער ווי די עצם פראבלעם. נישט נאר דאס, נאר היות ער האט געבויעט די געביידעס אין קאפ, איז דער פראבלעם שרעקליך באמבאסטיש אין זיין קאפ און ער שפירט עס אויך מורא'דיג שטארק ווי אן אמת, און צוליב די נאכפאלגענדע געפילן וואס זיין מאנסטער מחשבות האבן געברענגט, קען ער זיך קוים ארויסזעהן מיט אן עצה.
ס'איז אזוי ווי די קאלעריען פון א מענטש'ס דייעט. פאר א מענטש איז בדרך כלל גענוג צוויי טויזענט קאלעריען א טאג. אויב גייט ער איבער איז עס נישט געזונט פאר אים, ער ווערט פעש. מחשבה איז אויך אזוי, מחשבה איז געזונט ווען זי עסט א געוויסע צאל מח כוואליעס פער סקונדע, אויב גייט עס איבער די געזונטע צאל ווערט דער מענטש נערוועז און אומגעזונט.

range-of-brainwaves-chart.jpg


לאמיר למשל נעמען א טאג טעגליכע אומאנגענעמליכקייט וואס אסאך מענטשן מאכן מיט: טראפיק. זיצן מענטשן אין טראפיק, איינער פייפט ווי ער אנטלויפט פון נאגאסאקי נאכן אטאם באמבע. ער פייפט אזש די פייגל צופליען זיך פאר שרעק. זיצט אבער א צווייטער אינגאנצן איין אויטא אפגעריקט און ער איז רואיג ווי א שעפעלע. ביידע יאגן זיך שרעקליך, אבער דער רואיגער גייט מיט די מצב און ער קאנטראלירט זיך אפילו ער געפינט זיך גענוי אין דעם זעלבן פעקל ווי דער בייזער רוח דרייווער.
וואס איז פשט?

דער רואיגער קאפ ארבייט בערך אזוי: ער זעהט טראפיק, ס'איז א מציאות אז ס'איז טאקע דא טראפיק, אבער גענוי ווי אינעם עבר ווען ער האט געהאט טראפיק, וועט עס אריבערגיין. ער איז אלעמאל סוף כל סוף געווארן באפרייט פונעם טראפיק און די וועלט האט זיך נישט געענדיגט. ס'איז אים נאך קיינמאל גארנישט פאסירט שלעכט צוליב די טראפיק. ס'האט אים נישט גע'הרג'עט. (נניח אז זיין שפעט קומען צו די ארבייט האט אים געקאסט אפאר דאלאר אראפ פון פעיראל פאר'ן קומען שפעט, לאמיר אפילו זאגן אז ער האט לכבוד דעם פארלוירן זיין זשאב, וועט ער אבער טראכן "אז די פאקט איז טאקע אז איך האב פארלוירן די זשאב, זיך עסן יעצט וועט מיר נישט ברענגן א נייע, לאמיר גיין טוען תכלית און טרעפן א צווייטע. מענטשן פארלירן כסדר זשאבס און טרעפן נייע".)

דער אנגעצויגענער זעהט אבער א שווארצע וועלט פון טראפיק. ער וויל דער'הרג'ענען דער וואס מאכט דעם טראפיק. ער זעהט שוין אין זיין פאנטאזיע ווי זיין בעל הבית שרייט קולות. ער זעהט ווי די וועלט ענדיגט זיך פאר זיינע אויגן. דאס איז אבער אלעס צוגעלייגטע פאנטאזיע, וואס געבוירט ביי אים אומזיסטע ברויזענדע געפיהלן וואס זענען פאלש און וואס הרג'עט אים און לייגט אים צוגרונד פון סטרעס. אנשטאט ער זאל לאזן זיינע נאטורליכע מחשבות פליסן, אז דא איז טאקע דא טראפיק, אבער ביי דעם ענדיגט זיך עס, זיצט ער און לייגט צו א seven course סעודה פון אומרעאליסטישע, סטרעספול, און ברויזענדע מחשבות וואס ברענגט אים אומזיסטע הארץ וויי. איי ס'פילט ביי אים אזוי אמת? געב אים א פרעג, זאג, וואס איז געשעהן די לעצטע מאל ביסט געווען אין טראפיק? זענען דיינע בייזע מחשבות דעמאלסט מקויים געווארן? מסתמא נישט.

ווען א מענטש לעבט מיט די מצב, ער over evaluate נישט וואס זיין מצב איז, הייבט אן אריינשיינען אין אים די נאטורליכע שמחה און אהבת הבריות מיט וועלכן ער איז באשאפן געווארן. ער ווערט א פאזעטיווער מענטש. ער איז פרייליך און דערהויבן. זיין שטימונג, אפילו ווען ער האט שוועריגקייטן, איז באשיצט פון זעלבסט דעסטרוקציע. ער ווייסט ביי זיך אז אפילו ווען ער איז אין א שלעכטע שטימונג אז דאס זענען מחשבות וואס קומען צו אים ווען ער איז אין א שלעכטע שטימונג, ער פארשטייט אז ער האט ארויף'ס און אראפ'ס. אמאל איז דא א ליכטיגע הימל און אמאל זענען דא וואלקענעס וואס זענען נאר צייטווייליג.

מיט דעם פארשטייט מען אז אסאך מאל זעהט מען מענטשן וואס זענען כמעט אלעמאל גוט אויפגעלייגט. ס'נישט פשט ווייל זיי האבן ווייניגער פראבלעמען ווי די איבריגע וועלט, נאר ווייל זיי קוקן אן די פראבלעמען כמו שהוא, פאר וואס זיי זענען, אנשטאט צוצולייגן כל מיני מחשבות פון ווי שרעקליך דער פראבלעם איז .They let it go די צוגעלייגטע מחשבות איז וואס הרג'ט אונז און גיבט אונז סטרעס.

מ'זאגט אז היינט זענען מענטשן מער אנגעצויגן ווי אמאל. ס'איז דא מער מענטאל פראבלעמען וכדומה. דאס איז טאקע אמת. ווען א דארפסמאן האט געלעבט אין זיין דערפל, האט ער נישט געוואוסט פון די וועלטס פראבלעמען, אפילו היינט ווען איינער גייט אויף וואקאציע אדער קעמפינג שפירט ער דאס רואיגקייט. ס'נישט ווייל דער וואקאציאנער אדער דארפסמאן איז פטור געווארן פון זיינע פראבלעמען. נאר זיינע מחשבות זענען ארגינעל און נאטורליך וואס איז פיל מיט שלוות און מנוחת הנפש. היינט ווען מיר וואוינען אבער אין א שטאט ווי ס'טוט זיך כסדר א מצב, רודערט אונזער מח פון די פילע action און לאזט נישט אונזער מח זיין נאטורליך רואיג.

דער קשר צווישן מחשבה און שטימונגען – מאוד סווינגס (mood swings)
צו פארשטיין למאי נפקא מינה, איז כדאי אויסצושמועסן די טבע האדם פון שטימונגען. ס'איז די מענטשליכער טבע צו האבן שטימונגען - מאוד סווינגס. ס'איז אן אינטרעסאנטע זאך ביי מענטשן, אמאל אויב מילך גיסט זיך אויס ווערט ער א בייזער רוח און אמאל אויב די זעלבע מילך גיסט זיך אויס באותה מקום באותה זמן ובאותה אשה, זאגט ער נישט קיין ווארט פאר די ווייב, ס'באדערט אים נישט אזוי אין די קישקעס. וואס איז פשט? די זעלבע מעשה האט זיך צוויי מאל אפגעשפילט, דא ווערט ער א צורר היהודים און דא איז ער רואיג ווי א פאסטוך? די תשובה איז פשוט אז ס'ווענדט זיך אין וואספארא state of mind די מעשה האט פאסירט. איז זיין מאוד נידריג און ענג איז דארט נישט דא פלאץ פאר פארשטאנד, ס'דארט נישט דא פלאץ פאר א צווייטן. ער איז אזוי פארכאפט אין זיינע געפילן פון דעם שלעכטן מאוד, אז ס'איז נישט דא פלאץ פאר עפעס אנדערש. ווען זיין מאוד איז אבער גוט און אלעס איז ברייט איז דא פלאץ פאר compassion, ער שפירט content, דאן ווערט ער נישט אויס מענטש און פארשטייט א צווייטן. בקיצור, אלעס ווענדט זיך וואס זיינע מחשבות באגעגענען ווען זיי ווערן געבוירן. איז ער אין א גוטע שטימונג, אפילו זיי זענען נעגאטיווע מחשבות געבן זיי נישט קיין געבורט, ס'האט זיך נישט וואו אנצוכאפן, איז ער אין א שלעכטע מאוד, געבן די נעגאטיווע מחשבות געבורט און זיי עסן זיך טיף אריין אין הארץ אלס א מציאות.

📎 download_20150929_223950.jpeg

אן עצה ווען מ'איז פארכאפט אין א נידריגע מאוד, איז צו האבן די הכרה ווי אזוי די מחשבה ארבייט. דאס אליינס גיבט א מענטש א פרעספעקטיוו אז ס'איז בעצם נישט שלעכט, די מחשבה איז סתם געקומען, ער פילט עס נאר זייער שטארק ווייל זיין מאוד איז נידריג. ווען ער זאל ווען יעצט זיין אין א גוטע מאוד וואלט ער עס געלאזט גיין תיכף. די הכרה קען אים העלפן פארשטיין ווי אזוי זיינע געדאנקען ארבייטן און אים האלטן אונטער קאנטראל אז ס'וועט באלד אריבערגיין און נישט נעמען שריט געבויעט אויף די נעגאטיווע געדאנקען, ווייל זיין מאוד לאזט נישט יעצט זיין מחשבה זיין טראסטבאר צו מאכן באשלוסן.

פראקטיש גערעדט
דאס אלעס איז short term ווען ס'באפאלט נעגאטיווע געדאנקען. און די long term איז דא פארשידענע מח עקסערסייזעס צו העלפן דעם מענטש מיט רואיגקייט און פרעספעקטיוו. Meditation איז גאר א ווירקזאמער מיטל זיך צו בארואיגן און לערנען די מח אויפצוהערן מיט די צוגעלייגטע אבסעסיוו מחשבות. מעדעטאציע לערנט דעם מח זיך צו בארואיגן, לעבן אין די מאמענט און נישט מאכן פאלשע הנחות אויף וואס האט נאכנישט פאסירט. מעדעטאציע לערנט אז די עתיד עקזיסטירט נישט און אז די עתיד איז טרייף פאר אונזערע natural state of mind וואס איז זיס און לעכטיג. מעדעטאציע דארף מען נאר טוען 10-20 מינוט א טאג און עס האט אן אפעקט אויף א גאנצן טאג.

רוף עס מעדעטעישאן, רוף עס mindfulness, רוף עס מוזיק אדער וואקאציע. הצד השוה אז די אלע זאכן בארואיגן די מח אויף אן ענליכן אופן. ד"ה רעדוצירן די מח כוואליעס פער סעקונדע דורך דעם וואס מ'לעבט אין די מאמענט אין נישט אין די עתיד.

די עפעקט פון מוזיק אויף די מחשבה
לאמיר יעצט אנקוקן ווי אזוי מוזיק ארבייט פון א מחשבה פרעספעקטיוו. מוזיק פארשטייט מען ברענגט שמחה ווייל עס הייטערט אויף דער מענטש'ס געפיהלן. אבער אז מ'קוקט אריין אין דעם טיפער האט עס אויך צו טוען מיט דעם אז זי פארשטילט אונזערע מחשבות. זי לאזט נישט צו אז מיר זאלן פארשמירן אונזער מחשבות מיט נעגאטיוויטעט. אונזער גאנצע קאפ ליגט אין די מוזיק, ממילא פארגעסן מיר צו טראכט נעגאטיוו. דאס איז בעצם א סארט מעדעטעישאן אבער גרינגער, ווייל די מוזיק בלאקט ארויס די מענטש'ס געדאנקען, ווי איידער דער מענטש אליינס זאל עס דארפן ארויסבלאקן.
אצינד אין די טעג פון סוכות וואס זענען טעג פון שמחה, איז טאקע זייער פאסיג צו פארטייטשן די פסוק אויף דעם אופן: ושמחת בחגיך, אויב דו וועסט דיך פרייען, זיך משמח זיין בשירה ובזמרה – והיית אך שמח, אויטאמאטיש וועסטו זיין נאר פרייליך. די שירה וועט נישט צולאזן אז דו זאלסט פארשמירן דיינע נארטורליכע מחשבות מיט נעגאטיוויטעט.

עשה האלהים את האדם ישר והמה בקשו חשבונות רבים (קהלת ז, כט)
לאמיר אנאליזירן דעם פסוק, וואס ווערט געזאגט אין די יעצטיגע טעג, אום שבת חוה"מ סוכות. דער באשעפער האט אונז באשאפן גראד און געזונט. אונזערע מחשבות קומען און גייען, אבער דער מענטש נעמט די מחשבות גאר ערנסט. ווען ער איז אין א נידריגע מצב מאכט ער גאנצע חשבונות, "אז היות איך האב די מחשבה בין איך בכעס און איך דארף טאקע ווערן אין כעס". אדער "אויב פארשטיי איך זיך נישט יעצט מיט די ווייב, מוז זיין אז מיין שלום בית איז אין דער ערד". וואס באמת איז עס נאר זיינע אומרעאליסטישע חשבונות אין דעם קליינע באקס וואו ער איז יעצט פארכאפט. באלד ווען זיין גוסטע וועט ארויפגיין, די וואלקענעס וועלן גיין ווייטער, וועט ער טראכטן מער ראציאנאל. מ'קען נישט טראסטן די אייגענע מחשבה ווען מ'איז אין א נידריגע מצב. ס'איז נישט reliable.

אז מ'טראכט אריין זעהט מען אז דאס איז דאך אייגענטליך בטחון. בטחון איז פשט אז איך פארלאז מיך אויפן באשעפער אז די עתיד איז אין זיינע הענט. איך ווער נישט אנגעצויגן מיט "חשבונות רבים" אויף דעם עתיד. איך לעב אינעם יעצטיגן מאמענט. דא לעב איך, דא האב איך א שטיקל קאנטראל און בחירה, און דא טרעף איך מיין שמחת החיים.

די "נישט" עבודה פון שמחת החיים
מ'דארך קלאר מאכן אז שמחת החיים איז דירעקט נישט א זאך וואס א מענטש זאל לייגן אויף א ליסטע אז ער דארף ארבייטן אויף דעם. ווייל ארבייטן אויף דעם מאכט נאר דער מענטש מער אבסעסט און ביזי צי ער איז בשמחה צי נישט. שמחת החיים איז די העדר פון implosive מחשבה. ווייל היות זיין שמחה איז שוין דארט, דארף ער פשוט פארשטיין ווי אזוי מחשבה ארבייט, און איר לאזן פליסן נאטורליך אן זיינע הגהות.

די רעגנבויגן פרעספעקטיוו
א לעבן פון שמחת החיים איז פילפארביג און פול מיט חיות און ליכטיגקייט. א מענטש וואס איז גליקליך גענוג איר צו שפירן, פילט ווי ניי געבוירן. ס'איז אפן, און די אהבה וואס מ'שפירט צו גאט און צו לייט איז רייך און שפראכלאז. ס'דא מענטשן וואס לעבן איינער נעבן דעם צווייטן, דער לעבט א ביטערע לעבן און דער צווייטער - זאל זיין אפילו מיט גרעסערע פראבלעמען, לעבט א העכערע לעבן. דאס איז דער חילוק פון לעבן מיט פרעספעקטיוו פון מחשבה און געפיהל, דאס איז וואס טיילט אפ צווישן די צוויי. לאמיר נוצן א רעגנבויגן אלס א משל. דער רעגנבויגן איז דער לעבן פון א מענטש. איינער לעבט ביטער און מצומצם, ער שפרייזט נאר אויף די געלע ליניע פונעם רעגנבויגן און דאס איז נעבעך די איינציגסטע קאליר וואס ער זעהט זיין גאנץ לעבן. א צווייטער מיט א רייכער פרעספעקטיוו לעבט גאר א קאלירפולער רייכע לעבן. ער שפרייזט אויפן גאנצן ברייט פונעם רעגנבויגן, פון רויט צו געהל און פון בלוי צו פורפל און אלעס אינצווישן. ער לעבט, ער שפירט, און ער איז מלא שמחה און אהבה.

והיית אך שמח
יעדער פרעגט שוין אז אכין ורקין למעט, איז ווי קומט אריין א מיעוט ווען מ'רעדט וועגן שמחה? אדרבה, וואס מער שמחה איז בעסער. נאר פשט איז אז אויב מ'וואשט אוועק אלע נערוועזע חשבונות און געדאנקן, בלייבט דער מענטש איבער נאר מיט די ארגינעלע נאטורליכע שמחה. והיית אך שמח – דו וועסט בלייבן נאר מיט די שמחה אן די פיזור הנפש און עצבות.

געוואלדיג » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 1:35 am

· #302661
@רויטע וואנצעס דיין ארטיקל איז מאסיוו, עפעס מורא'דיג, און די מערסע איז די קלארע שפראך און דיין זיך אראפלאזן צו מסביר זיין פאר אונז פשוטי עם די כעמעסטרי פונעם מוח און וויאזוי צו (נישט) ארבעטן אויף שמחה, עפעס אויסערגעווענטליך, האסט מיר געמאכט א שמחת יו"ט,
ניין האסט מיר געהאלפן טרעפן מיין שמחת תמיד, א דאנק.

זייער פרענדלי » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 9:34 pm

· #302847
עמעזינג!!!
איי יאז סא עמעזיד מיט די ארטיקל אז איך האב עס איבערזאגט ביי אינז אין ביה״מ עט ליסט זעקס מאל אז איך קען זיך שוין פארהערן דערויף

די חידוש אז אין יעדע מענטש פעקידזש איז אינקלאדיט שמחות החיים (אין מיר באדעקן עס מיט נעסטי מחשבות) איז עפעס א מאורדיג חידוש
איז דאס דיין אייגנס אדער שוין געזעהן אין א ספר?

נישט קיין חילוק וואס די ענטפער גייט זיין די פוינט איז עמעזינג!!! טענק יוי

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אקטאבער 1, 2015 5:07 am

· #302905
ס'איז מיר א כבוד צו הערן אז ס'האט דיר געכאפט אזוי. די געדאנקן זענען געבויעט אויף פארשידענע רעיונות פון ספרים ווי אויך פון אלגעמיינע מהלכים אין שלוות הנפש. כ'האב אן א שיעור צו רעדן איבער דעם. ווי אויך מיטצוטיילן ווי דאס האט מיר געטוישט און געהאלפן במשך די לעצטע פאר יאר. די געדאנקן גאנג קען ווערן אפלייעד צו אן א שיעור זאכן און לעבן, אין וואס איך וויל אי"ה שרייבן אין די עתיד. (אפפס.. מ'טאר נישט לעבן אין די עתיד). יעצט איז יו"ט, אבער אין די נעקסטע געלגנהייט וועל איך אסאך שרייבן איבער די וואונדערליכע מתנה מיר האבן שוין יעצט, שמחת החיים.

זייער פרענדלי » דאנערשטאג אקטאבער 1, 2015 10:36 am

· #302927
איי קענט וועיט פאר נעקסט טיים!!!!

ברסלבער » דאנערשטאג אקטאבער 1, 2015 11:15 am

· #302937
הערליך שיין, רויטע. האסט מיר געמאכט א שמחת יו"ט מיט'ן ארטיקל.

פאר קיין שום איד געוואונטשן, איז מיין שלאק געפלויגן איין נאכט דעם יו"ט. דער מצב איז בכלל נישט געווען בא'טעמ'ט, און איך מוז מודה זיין אז אזוי ווי כ'האב געהאלטן גלייך נאכ'ן ליינען דעם ארטיקל, האט מיר עס גאר שטארק ארויסגעהאלפן. יישר כח.

פארצווייפלטער » דאנערשטאג אקטאבער 1, 2015 11:49 am

· #302943
געוואלדיגע ווערטער,
איז דא איינער וואס מאכט רעגלמעסיג מעדעטעישאן און קען זאגן וויאזוי עס עפעקטירט זיין טאג טעגליכע לעבן ??

לית דין בר נש » דאנערשטאג אקטאבער 1, 2015 1:34 pm

· #302965
@רויטע וואנצעס די גיבסט פרייוועט לעסענס? א געוואלדיגע ארבעט מוראדיג שיין אראפ געשריבן קלאר און דייטליך.
איך בין גרייט דיר צו צאלן $250 א שעה אז די זאלסט מיר לייף קאוטשע"ן

אהרן » דאנערשטאג אקטאבער 1, 2015 1:50 pm

· #302968
@רויטע וואנצעס


סופער סופער סופער.

אזא גוטער זאפטיגער ארטיקעל, איך ווייס נישט ווי אזוי איך האב עס געלאזט ווארטן ביז יעצט, איך גיי ממש ארויס פון די גלייזן ווי גוט די כאפסט אהן דע נושא, אידן דעס דערף מען לערנען און חזרן און מאכן חוזר חזרה, והיית אך שמח!!

אהרן » דאנערשטאג אקטאבער 1, 2015 2:16 pm

· #302969
Re: די "נישט" עבודה פון שמחת החיים (פרי עט הדר)
לית דין בר נש
@רויטע וואנצעס די גיבסט פרייוועט לעסענס? א געוואלדיגע ארבעט מוראדיג שיין אראפ געשריבן קלאר און דייטליך.
איך בין גרייט דיר צו צאלן $250 א שעה אז די זאלסט מיר לייף קאוטשע"ן

ליהוי ידוע דאס איז אסאך טיפער פון לייף קאוטשינג, לייף קאוטשינג איז פשוט עצות פון איינעם מיט אביסעל ידיעות און די נושא און איז א דרויסענדיגער פון דיין מצב און איז בכלל נישט אזוי יסודות׳דיג.

(אגב מיט דער ארטיקעל פארשטייט מען ׳אביסעל׳ די פאסישען/ארבעט פון א קאוטש, עס איז איינער וואס לייגט זיך אריין און דיין מצב אבער איז נישט עמאשענלי טרעפד, משא"כ טעראפי וואס איז אינגאנצען א צוויטע נושא, פארוואס זאג איך אייך דאס, ווייל עס הערשט א צומישעניש)

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אקטאבער 1, 2015 10:50 pm

· #303065
א קאוטש אדער א טערעפיסט איו אלגעמיין זוכט צוריקצוגיין אין די עבר מיט'ן קליענט, און איר איבערשרייבן ווי ווייט מעגליך אויף א געזונטערע וועג. די תוצאה וואס איז ערווארטעט איז אז דער מענטש זאל אנקוקן זיך און זיין עבר אנדערש, און זיין מהלך המחשבה זאל צוליב דעם ווערן גראדער. פראבלעם איז, אז אסאך מאל מיט'ן צוריקצוגיין אין די עבר, לעבט מען איבער נאכאמאל די עבר, און מ'קען דארט ווערן פארכאפט אויף יארן ביז מ'זעהט תוצאות. די מהלך פונעם ארטיקל לאזט די עבר ווי זי באלאנגט - אינעם עבר, און זאגט אז די הוה איז ווי דער מענטש זאל זיך טרעפן. ער דארף נישט משוגע ווערן מיט כל מיני טערעפיסטן, און אייגענטלעך גייט אונז נישט אן פארוואס און פארווען ער האט געוויסע מחשבות. ס'איז נישט קיין נפקא מינא צו ער טראכט א געוויסע וועג וועגן זיין רבי האט אים געשלאגן אין כתה א', צו זיין טיטשער האט אויף אים געשריגן אין כתה ב'. די מהלך איז מכיר אז מ'האט די מחשבות, אבער זיי מיינען גארנישט, און מיר דארפן נישט געבן געבורט צו זיי. נאך א שטיק צייט פון כסדר איגנארירן די נעגאטיווע געדאנקן ווערט עס א טבע שני און די מח הערט אויף ווייניגער שפאצירן צום שווארצן זייט.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אקטאבער 1, 2015 10:57 pm

· #303068
געוואלדיג
@רויטע וואנצעס דיין ארטיקל איז מאסיוו, עפעס מורא'דיג, און די מערסע איז די קלארע שפראך און דיין זיך אראפלאזן צו מסביר זיין פאר אונז פשוטי עם די כעמעסטרי פונעם מוח און וויאזוי צו (נישט) ארבעטן אויף שמחה, עפעס אויסערגעווענטליך, האסט מיר געמאכט א שמחת יו"ט,
ניין האסט מיר געהאלפן טרעפן מיין שמחת תמיד, א דאנק.


א יישר כח. גלייב מיר איך וויל שוין שרייבן די ארטיקל זינט אלול תשע"ד. ס'איז גאר שווער צו שרייבן איבער די נושא. כ'האב געשפיגן בלוט איר צולייגן אויף פאפיר, און ס'געבט מיר א שמחת החיים אז מ'האט פארשטאנען.

אהרן » דאנערשטאג אקטאבער 1, 2015 11:03 pm

· #303070
Re: די "נישט" עבודה פון שמחת החיים (פרי עט הדר)
פארוואס געשפיגען בלוט?

געוואלדיג » דאנערשטאג אקטאבער 1, 2015 11:06 pm

· #303072
און פארוואס דער רבי זכרונעלברכה, האט געשפיגן בלוט ביים שרייבן אלעגילע ועאלעטמורע, ווייסטו יא?

אהרן » דאנערשטאג אקטאבער 1, 2015 11:11 pm

· #303073
Re: די "נישט" עבודה פון שמחת החיים (פרי עט הדר)
זעט אויס אז ער האט נאכנישט געהאט געליינט די מאמר ער האט נישט געוואסט ווי אזוי א עצה צו געבן מיט זיינע געפילען [emoji2]

געוואלדיג » דאנערשטאג אקטאבער 1, 2015 11:12 pm

· #303074
ווען רויטע האט געשפיגן בלוט האט ער אויך געהאלטן פארן ליינען די מאמר.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אקטאבער 1, 2015 11:23 pm

· #303079
שרייבן איבער מחשבה איז (פאר מיר) זייער שווער. מ'דארף אויפקומען מיט כל מיני משלים צו פארשטיין געבן אן אבסטרעקט ענין. צוריק צום נושא...

אהרן » דאנערשטאג אקטאבער 1, 2015 11:23 pm

· #303080
.

שמעקעדיג » פרייטאג אקטאבער 2, 2015 1:26 am

· #303113
מיינסט טאקע אז רויטע האט געשפיגן בלוט? זיין שפייאכץ איז פשוט רויט פונקט ווי זיינע וואנצעס און עס דוכט זיך אז עס איז בלוט ודו"ק.

רויטע וואנצעס » פרייטאג אקטאבער 2, 2015 1:37 am

· #303117
פאר א גוט יאר, הערטץ אויף מיט די ליצנות. אפשר קען שוין דא איינער חולק זיין, מ'זאל זיך קענען אביסל ארומרייסן?

אהרן » פרייטאג אקטאבער 2, 2015 6:10 am

· #303145
Re: די "נישט" עבודה פון שמחת החיים (פרי עט הדר)
נאכנישט גענוג בלוט געשפיגען?

moshav zekeinim » פרייטאג אקטאבער 2, 2015 9:46 am

· #303152
זייער א שיינע קלארע ארטיקל.

די שאלה איז נאר צו דער טעאריע אז שמחה איז דער ארגינעלער נאטור פונעם מענטש, איז אמת. איך קען אנגעבן א סיבה פארוואס עס קוקט אזוי אויס, וויבאלד א קליין קינד איז העפי. אבער אז מען טראכט אריין פארשטייט מען פארוואס, וויבאלד ער באקומט אויפמערקזאמקייט און ווערט גוט געפלעגט. פראביר נאר אוועק צו נעמען פון א בעיבי דאס וואס אלע אין יארגאנג באקומען וועסטו קענען זיכן זיין נאטורליכע שמחה מיט לעכט. (חוץ אויסנאמען)

רויטע וואנצעס » פרייטאג אקטאבער 2, 2015 12:52 pm

· #303179
ברענגסט אויף א גוטע נקודה, און א צווייטער האט מיר ג'אישי'ט די זעלבע טענה. דערפאר האב איך צוגעלייגט אין ארטיקל אז דאס איז, "אויב עפעס שטערט אים נישט פון די צרכי הגוף איז ער בשמחה און דאגה'לאז".

לאמיר עס אביסל מער צונעמען.

א קינד ווי אויך יעדע מענטש האט צוויי כלוליות'דיגע געברויכן, גופניות און נפשיות. א קינד וואס זיין מחשבה איז נאך רוי, ער קען נאכנישט מאכן "חשבונות רבים" איז פריילעך על פי רוב אויב דו שטעלסט אים צו די גופניות. פשט איז אז זיין נפשיות, ד"ה דארט ווי שמחת החיים וואוינט, איז פריילעך און צופרידן צוליב דעם וואס ער האט נאכנישט די מעגליכקייט צוצולייגן נעגאטיווע מחשבה.

לפי דעם קען מען ווייטער טענה'ן, אז אן ערוואקסענער וואס האט זיין גופניות איז אויך פריילעך, אויב אזוי וואס זעהט מען פון א קינד? דאס איז אבער נישט אזוי, ווייל פילע ערוואקסענע וואס ס'גייט זיי גאנץ גוט, זענען נעגאטיוו און באבלאזן. פארוואס? ווייל זיי האבן די מעגליכקייט פון פאנטאזיע און קענען צולייגן מחשבות, א מעגליכקייט וואס א קינד האט נישט.

אהרן » פרייטאג אקטאבער 2, 2015 12:57 pm

· #303181
Re: די "נישט" עבודה פון שמחת החיים (פרי עט הדר)
moshav zekeinim
זייער א שיינע קלארע ארטיקל.

די שאלה איז נאר צו דער טעאריע אז שמחה איז דער ארגינעלער נאטור פונעם מענטש, איז אמת. איך קען אנגעבן א סיבה פארוואס עס קוקט אזוי אויס, וויבאלד א קליין קינד איז העפי. אבער אז מען טראכט אריין פארשטייט מען פארוואס, וויבאלד ער באקומט אויפמערקזאמקייט און ווערט גוט געפלעגט. פראביר נאר אוועק צו נעמען פון א בעיבי דאס וואס אלע אין יארגאנג באקומען וועסטו קענען זיכן זיין נאטורליכע שמחה מיט לעכט. (חוץ אויסנאמען)

זייער שיין צוגעשטעלט די וועסט טאקע זען ביי א קינד די מינוט ער באקומט צוריק זיין אויפמערזאמקייט איז ער צוריק ליסטיג און פרייליך, נאר וואס יא א קינד ברויך אויפמערקזאמקייט פשוט פאר טאג טעגליכע געברויכען למשל א איין יעריג קינד ווייל ער דארף א צאמי אדער באטי, אזויווי די ביסט אנגעצויגען ווען דיין קרעדיט קארטעל איז דאא און עס האט נישט קיין דעקונג די זעלבע איז ער אנגעצויגען פאר זיין באטי.

די יסוד וואס א ערוואקסענער דארף וויסן איז אז עס איז נאר א דורכגאנג וואס דארף א לעזונג, דאס בארואיגט סיי בשעת מעשה און סיי נישט צו לאזן קיין נאכווייען, משא"כ א קינד קען נישט מבחין זיין ממילא איז שווער אים צו בארואיגען אז סוועט דורכגיין פון די אנדערע לאזט די פראבלעם נישט איבער קיין רושם אויף אים איינמאל עס איז דורך.

רויטע וואנצעס » פרייטאג אקטאבער 2, 2015 1:02 pm

· #303182
אהרן, זעה מיין לעצטע הודעה. די פוינט איז אז ווען מ'נעמט אוועק די פלעגונג פון א קינד, וויינט ער נישט צוליב א נפשיות'דיגע טרויער, זיין נפש וויינט נישט, זיין גוף וויינט. ער איז בעצם at peace. ווען ער איז זאט און אויסגעשלאפן איז ער פריילעך, בו בזמן וואס ערוואקסענע אויסגערוטע זאטע מענטשן זענען באבלאזן, צוליב זייער כח הדמיוני פון צולייגן פאנטאזיע צו זייערע מצבים.

אהרן » פרייטאג אקטאבער 2, 2015 1:12 pm

· #303183
Re: די "נישט" עבודה פון שמחת החיים (פרי עט הדר)
.

moshav zekeinim » פרייטאג אקטאבער 2, 2015 2:37 pm

· #303191
בקיצור, ווילסטו זאגן אז מחשבה און זכרון איז די מקור פון טרויער (אייגנטליך די מקור פון גאנץ זעלבס באוואוסטזיין)., און די עצה איז פשוט נישט תו ניצן די מענטשליכע כלים ווען עס פעלט נישט אויס. אזוי ווי די פויגל וואס ניצן די פליגל נאר לעת הצורך און ווען נישט לאזן די ווינד טון דער דזשאב.

רויטע וואנצעס » פרייטאג אקטאבער 2, 2015 2:40 pm

· #303192
זאגט דאך אזוי גוט און קלאר.

moshav zekeinim » זונטאג אקטאבער 4, 2015 12:10 pm

· #303283
די שאלה איז דא צוויי זאכן:

מאן ימר אז מחשבה איז נישט קיין אינטעגלארער טייל פונעם מענטש (און עס אפצוטיילן איז לפחות "יא" אן עבודה)?

און אפילו אן מחשבה, זענען דען נישט אפילו ביי בעיביס און בהמות פארהאנען פארשידענע מיזוגים (כעמעסטרי) וואס זענען גורם פארשידענע גיסטעס? (אמאל האט מען עס גערופן מרות שחורות אדומות לבנות און ירוקות, און היינט רופט מען לויט די מאדערנע טערמינען ווי סארעטאנען וכד').

רויטע וואנצעס » מיטוואך אקטאבער 7, 2015 8:59 pm

· #303473
ביטע זיי מרחיב מיט די ערשטע פראגע, כאפ נישט קלאר וואס דו מיינסט.

בנוגע דיין צווייטע פראגע, זעה אין ארטיקל אז מיזוגים און מחשבות זענען צוויי באזונדערע זאכן. ופשוט הוא אז די כוחות הלב והמח זענען צוויי באזונדערע זאכן. זעה דעם צווייטען בילד צו בעסער פארשטיין וואס איך מיין צו זאגן.

דרך אגב, די גאנצע שמועס דא איז נישט דוקא א סייענטיפשער אדער א פילעזאפישער אז ס'מאכט אויס אויב מ'דינגט זיך אויף הוכחות אדער ראיות (מ'קען דן זיין אויף דעם אויך, אבער דאס איז נישט די מטרה פון די ארטיקל'ס מהלך) ס'איז מער א פראקטישער. מציאות איז אז די געדאנקן גאנג העלפט מענטשן לעבן א פרייליכע לעבן.

קאצקע ציקער » דאנערשטאג אקטאבער 8, 2015 1:02 am

· #303512
רויטע וואנצעס דו ברענגסט ארויס שטארק די נקודה וועגן שמחת החיים , דו זאגסט די עצה צו האבן שמחה איז הער אויף צו טראכטן ,מיין שאלה וויזוי אויפהערן צו טראכטן וועט ברענגן א מענטש צו סעלף עסטיעם, שטארקייט, ענערדזי? מיטן אויפהערן טראכטן זיינע נעגעטיווע מחשבות זעה איך נישט ווי ער זאל איינזעהן אז באמת איז ער יא א באליבטער מענטש און א שטארקער מענטש וכו' בעת אז דאס איז די עיקר סיבה פון זיין אזויפיל טראכטן נעגעטיווע מחשבות ווייל ער איז נישט צופרידן מיט זיין מצב, ווען ער איז ווען צופרידן מיט זיין מצב וואלט ער נישט געגעבן קיין קרעפל צו זיינע נעגעטיווע מחשבות

שוין

געוואלדיג » דאנערשטאג אקטאבער 8, 2015 2:35 am

· #303521
די נקודה איז נישט הער אויף צו טראכטן, נאר ווער נישט פארפירט פון דיין מחשבה, דהיינו ווען דו זיצט אין טרעפיק, די עצם טרעפיק איז איין זאך, אבער די עיקר אנגעצויגנקייט אין וועגן אלע קאנסוקווענצן פון שפעטיגן צוליב די טרעפיק, וואס די מחשבה ברויך מען קאנטראלירן ווייל זי איז בעיקר וואס טוישט דעם מענטשנס מוד,

גוט מסביר געווען @רויטע וואנצעס?

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אקטאבער 8, 2015 10:43 am

· #303546
קאצקע ציקער
רויטע וואנצעס דו ברענגסט ארויס שטארק די נקודה וועגן שמחת החיים , דו זאגסט די עצה צו האבן שמחה איז הער אויף צו טראכטן ,מיין שאלה וויזוי אויפהערן צו טראכטן וועט ברענגן א מענטש צו סעלף עסטיעם, שטארקייט, ענערדזי? מיטן אויפהערן טראכטן זיינע נעגעטיווע מחשבות זעה איך נישט ווי ער זאל איינזעהן אז באמת איז ער יא א באליבטער מענטש און א שטארקער מענטש וכו' בעת אז דאס איז די עיקר סיבה פון זיין אזויפיל טראכטן נעגעטיווע מחשבות ווייל ער איז נישט צופרידן מיט זיין מצב, ווען ער איז ווען צופרידן מיט זיין מצב וואלט ער נישט געגעבן קיין קרעפל צו זיינע נעגעטיווע מחשבות

שוין


זאגסט אז כדי צוצוקומען צו סעלף עסטיעם, שטארקייט און ענערדזי מוז מען האבן נעגאטיווע מחשבות?

קאצקע ציקער » דאנערשטאג אקטאבער 8, 2015 11:19 am

· #303556
ניין!

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אקטאבער 8, 2015 11:19 am

· #303557
זאגסט אז כדי צו שטייגן דארף מען מחשבה? זיי מרחיב אביסל.

קאצקע ציקער » דאנערשטאג אקטאבער 8, 2015 11:27 am

· #303558
איך זאג אז ווען איינער פילט זיך נישט גוט אין זיין מצב, ער פילט ווי ער איז גארנישט ווערד און ער האט נישט קיין סיפוק החיים, דעמאלטס 'מאכט ער זיך וויסעדיג' פון זיינע נעגעטיווע מחשבות. איז די עצה נישט אז ער זאל איגנארירן די מחשבות, נאר זוכן צו היילן די גאנצע נישט האלטן פון זיך.. איינמאל ער האט געהיילט זיין נידריגע זעלבסט-זיכערהייט פליען ממילא אוועק די מחשבות!

מבקר » דאנערשטאג אקטאבער 8, 2015 11:32 am

· #303559
וויאזוי היילט מען זיך פון דעם? איין זייער געלונגענע מהלך האט @רויטע וואנצעס דא אויסגעשמועסט.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אקטאבער 8, 2015 11:48 am

· #303563
קאצקע, זאגסט זייער גוט, און דיין מהלך איז מער אויפן טראדיציאנאלע וועג פון טעראפי. טעראפי, ווי כ'האב אויבן געשריבן, זאגט פאר אז דו זאלסט זיך היילן ערשט, נאכדעם וועסטו ממילא זיין געזונט און צופרידן. די מהלך וואס מיר שמועסן דא איז, אז ס'איז בעצם נישט דא א פראבלעם, אלקים עשה את האדם ישר. ס'נישטא דא דא צוויי באזונדערע זאכן ווי מחשבה+פראבלעם, זיי זענען ביידע איין זאך. די פראבלעם - די ווייניג זעלבסטזיכערקייט לעבט אין זיין מחשבה, ס'איז א באשאפונג אין זיין מחשבה, ממילא אויב געבט ער נישט חיות צו די מחשבות (לייען: פראבלעם) האט ער נישט קיין פראבלעם.

די טראדיציאנאלע וועג פון טעראפי צוטיילט אבער די צוויי זאכן. מחשבה איז איין זאך און די מחשבה ליידט פון א פראבלעם. לאמיר ארבייטן אויף די פראבלעם, למשל אויף ווייניג זעלבסטזיכערקייט ממילא וועט ער זיין פרייליך. די מהלך ארבייט פאר געוויסע מענטשן, אבער פאר זייער אסאך נישט, צוליב וואס מ'ארבייט אויף א פראבלעם כאילו ס'איז א דרויסענדיגע זאך אפגעטיילט פונעם מענטש, ווען באמת ליגט פשוט די פראבלעם איז זיין וועג פון טראכטן. די מינוט ער טראכט גראד, עקזיסטירט נישט קיין פראבלעם.

איך רעד אויך פון עקספיריענס, כ'האב ביידע פרובירט, יעדער מענטש איז אבער אנדערש. די מהלך וואס מיר שמועסן דא איז אבער אסאך טיפער מיט דעם וואס עס פאררעכט נישט א פראבלעם, ווייל נישט יעדער פראבלעם קען מען פאררעכטן (דערפאר זענען מענטשן סטאק אין טעראפי פאר יארן) נאר עס פאררעכט ווי אזוי דער מענטש קוקט אויף א זאך.

לאמיר עס מסביר זיין מיט א משל: דא א מענטש ער זוכט אן עצה פון זון שטראלן, ער קען נישט דערליידן די שטארקע שטראלן. איין וועג איז אנטוען זון גלעזער, ד"ה די וועג וויאזוי ער זעהט די זון איז אינגאנצן געטוישט, און אלעס איז בסדר. א צווייטער זאגט ניין, דו דארפסט אן אפעראציע אויף די אויגן, עפעס טויג נישט מיט די אויגן. והנמשל מובן.

קאצקע ציקער » דאנערשטאג אקטאבער 8, 2015 12:00 pm

· #303569
שכוח רויטע
רויטע וואנצעס
קאצקע, זאגט זייער גוט, און דיין מהלך איז מער אויפן טראדיציענאלע וועג פון טעראפי. טעראפי ווי כ'האב אויבן געשריבן זאגט פאר אז דו זאלסט זיך היילן ערשט, נאכדעם וועסטו ממילא זיין געזונט און צופרידן. די מהלך מיר שמועסן דא איז, אז ס'איז בעצם נישט דא א פראבלעם, אלקים עשה את האדם ישר. ס'נישטא דא דא צוויי באזונדערע זאכן ווי מחשבה+פראבלעם, זיי זענען ביידע איין זאך. די פראבלעם - די ווייניג זעלבסזיכערקייט לעבט אין זיין מחשבה, ס'איז א באשאפונג אין זיין מחשבה, ממילא אויב געבט ער נישט חיות צו די מחשבות (ליין: פראבלעם) האט ער נישט קיין פראבלעם.



אויב געט ער נישט קיין חיות צו זיין מחשבות האט ער נישט קיין פראבלעם און וואס בלייבט? גארנישט! וויזוי ווערט דער מענטש געטוישט מיט דעם, וויזוי טוישט עס זיינע אלטע מיינונגען און גלייבונגען?

קאצקע ציקער » דאנערשטאג אקטאבער 8, 2015 12:07 pm

· #303570
רויטע וואנצעס

לאמיר עס מסביר זיין מיט א משל: דא א מענטש ער זוכט אן עצה פון זון שטראלן, ער קען נישט דערליידן די שטארקע שטראלן. איין וועג איז אנטוען זון גלעזער, ד"ה די וועג וויאזוי ער זעהט די זון איז אינגאנצען געטוישט, און אלעס איז בסדר. א צווייטע זאגט ניין, דו דארפסט אן אפעראציע אויף די אויגן, עפעס טויג נישט מיט די אויגן. .

און א דריטער זאגט נעה דארפסט נישט אנטוען זון גלעזער דארפסט אויך נישט מאכן אן אפעראציע דו דארפסט פשוט אויפהערן צו טראכטן און געבן 'חיות' צו דעם אזוי וועט די שטארקע שטראלן אוועקגיין... והמבין יבין

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אקטאבער 8, 2015 12:12 pm

· #303571
די מטרה איז נישט צו טוישן מיינונגען און גלייבונגען, זיינע אלטע מיינונגען און גלייבונגען וועלן קומען צו אים פון צייט צו צייט, מ'קען נישט לייקענען די פארגאנגנהייט. די מטרה איז דא בלויז מ'זאל זיין פרייליך. ווען עס קומט אים אויף אן אלטע געוואוינהייט צו טראכטן קליין איבער זיך, אנערקענט ער אז די מחשבה איז דא, אבער ער איז נישט א קנעכט צו די מחשבה אין אנהייבן צו לעבן מיט די מחשבה. ער קען זיך אפשאקלן פון די מחשבה דורך'ן נישט געבן צו אסאך הכרה און קרעדיט פאר די מחשבה, ווייל די מחשבה איז סך הכל נאר א מחשבה.

אין דיין שאלה ליגט באמת באהאלטן די תירוץ: "אויב געבט ער נישט קיין חיות צו זיין מחשבות האט ער נישט קיין פראבלעם און וואס בלייבט? גארנישט!"

ריכטיג, גארנישט, דאס איז די מטרה.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אקטאבער 8, 2015 12:16 pm

· #303575
קאצקע ציקער
רויטע וואנצעס

לאמיר עס מסביר זיין מיט א משל: דא א מענטש ער זוכט אן עצה פון זון שטראלן, ער קען נישט דערליידן די שטארקע שטראלן. איין וועג איז אנטוען זון גלעזער, ד"ה די וועג וויאזוי ער זעהט די זון איז אינגאנצען געטוישט, און אלעס איז בסדר. א צווייטע זאגט ניין, דו דארפסט אן אפעראציע אויף די אויגן, עפעס טויג נישט מיט די אויגן. .

און א דריטער זאגט נעה דארפסט נישט אנטוען זון גלעזער דארפסט אויך נישט מאכן אן אפעראציע דו דארפסט פשוט אויפהערן צו טראכטן און געבן 'חיות' צו דעם אזוי וועט די שטארקע שטראלן אוועקגיין... והמבין יבין


נישט ריכטיג, אויפהערן טראכטן זענען פאר טויטע. דערווייל זענען מיר נאך לעבעדיג. די משל מיט די גלעזער איז זייער פאסיגע ווען מ'רעדט ווי אזוי אנצוקוקן א זאך.

קאצקע ציקער » דאנערשטאג אקטאבער 8, 2015 12:21 pm

· #303578
איך מיין צו זאגן לשיטתך נישט געבן חיות פארן מחשבה

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אקטאבער 8, 2015 12:34 pm

· #303581
איך וואלט געזאגט ס'איז מער דומה צו זון גלעזער, אבער דיין הוספה צום משל קען מען ניצן צו גיין ווייטער אויף אסאך א טיפערע מדריגה אין די מהלך המחשבה - אז יסורים קענען ווערן רעדוצירט מיט מחשבה. זון שטראלן קענען זיין גרינגער געוואנדן אין די מחשבה פון א מענטש. ס'איז באקאנט אלץ mind over body. אין די מעדיקל וועלט איז אנגענומען אז מענטשן וואס זענען sensory שפירן מציאות אנדערש צוליב זייער מחשבה. טייל מענטשן קענען נעמען פיזיקאלע יסורים גרינגער וועגן זייער געדאנקן צוגאנג צו מחשבה.

א רעפארטער האט אמאל געפרעגט ראמזי יוסעף אין אן אינטערוויו, דער מייסטער פון די WTC באמבאדירונג אין 1993, וויאזוי ער גייט נישט אראפ פון זינען, ווי אלע אנדערע וואס זענען איינגעשפארט א גאנצן טאג אין תפיסה. זיין ענטפער איז געווען אז ער לעבט אין זיין (צודרייטן) קאפ נישט אין תפיסה. טאקע א טעראריסט, אבער גאר א שטארקע נקודה למחשבה.

קאצקע ציקער » דאנערשטאג אקטאבער 8, 2015 6:30 pm

· #303653
לאמיר גיין אזוי אז איינער ציטערט פון מענטשן זייער שטארק וועט עים דיין מהלך קענען העלפן?

הקטן » דאנערשטאג אקטאבער 8, 2015 7:15 pm

· #303658
לית דין בר נש
@רויטע וואנצעס דו גיבסט פרייוועט לעסענס? א געוואלדיגע ארבעט מורא'דיג שיין אראפ געשריבן קלאר און דייטליך.
איך בין גרייט דיר צו צאלן $250 א שעה אז דו זאלסט מיר לייף קאוטשע"ן

google אביסל איבער Innate Health אדער די The "Three Principles" of Mind וועסטו דאס אלעס טרעפן. (ס'דא אסאך self help ביכער אין די ריכטונג)

אידישע לינקס
twerskiwellnessinstitute.weebly.com/innate-health.html
tikun

די זעלבע נקודות אויף מער א פסיכאלאגישע מהלך, ACT, וועסטו טרעפן
אין The_Happiness_Trap
אדער אין Get-Your-Mind-Into-Life
ACT ווערט שטארק אויפגעכאפט היינט ביי פסיכאלאגן

רויטע וואנצעס » פרייטאג אקטאבער 9, 2015 5:17 am

· #303706
Three Principles" of Mind האב איך שוין באשריבן ערגעץ דא אין שטיבל, כ'דארף נאר טרעפן די לינק אהערצולינקן. Three Principles" of Mind איז איינע פון אפאר מהלכים וויאזוי צוצוגיין צום ענין.

הקטן » פרייטאג אקטאבער 9, 2015 8:59 am

· #303709
גערעכט,
אין די צייט וואס די 3 פרינסעפלס פארקויפן אז זיי האבן געטראפן "דעם אמת", איז דאס אבער ווייט פין דער אמת.
למעשה איז וויכטיג פאר איינער וואס פאנאגט אן זיך אויפציוועקן צי די סארט מהלכי המחשבה צו האבן א קלארע מהלך (אדער א רבי) אויב נישט קען מען ווערן מער קאנפיאזט וואו קלאר

ס'איז דא אסך nuances צווישען פארשידענע סארט מעדידעשענס (איינס פארקערט פין דעם אנדערע) און נאך מער חליקים צווישען מעדעטעשען און מיינדפאלנעס

זעה למשל דאס
happiness-is-the-minds-default

ווידער רוב פראקטישענערס פין די 3 פרינסעפלס וועלן נישט האלטן פין געווענדליכע מעדידעשענס - מעדידעשענ איז דאך א "יא" עבודה נישט קיין "נישט" עבודה

רויטע וואנצעס » מאנטאג אקטאבער 19, 2015 10:16 am

· #305077
הקטן
גערעכט,
אין די צייט וואס די 3 פרינסעפלס פארקויפן אז זיי האבן געטראפן "דעם אמת", איז דאס אבער ווייט פין דער אמת.


איך וואלט עס נישט געלייגט אין קאטאגאריעס פון אמת און שקר. פאר יעדעם ארבייט עפעס אנדערש.

בד"וו כדי צו זעהן די קליפ (פון 2:15) פון אקטער זשים קערי ווי ער רעדט איבער דעם אז מחשבה איז די שורש פון אלע צער. לעצטע פאר יאר איז דא א גרויסע אויפוואכונג צווישן אקטארס אין די נושא. נאכן לעבן פאר יענעם פאר יארן און פילן גאר ליידיג פון זיך, זענען זיי מוכשר צו ווערן מחשבה'פולע מענטשן.

שמעקעדיג » מאנטאג אקטאבער 19, 2015 12:46 pm

· #305088
רויטע וואנצעס
ווי ער רעדט איבער דעם אז מחשבה איז די שורש פון אלע צער

דערמאנט מיר פון מיין אשכול
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/3155">viewtopic.php?f=13&t=3155</a><!-- l -->
בלאט: 1 2