☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » הנגיד הטפסר ר' ישעי' וואלף לעוו - ראה"ק סאטמאר-לאנדאן

הנגיד הטפסר ר' ישעי' וואלף לעוו - ראה"ק סאטמאר-לאנדאן

1 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9626

שעפטל » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 10:53 am

· #302337
הנגיד הטפסר ר' ישעי' וואלף לעוו - ראה"ק סאטמאר-לאנדאן
יעצט קומט אריין די ביטערע בשורה אז הרה"ח הנגיד, הטפסר המרומם, נדיב ושוע, מו"ה ישעי' זאב לעוו ז"ל, ראש הקהל דקהל יטב לב ד'סאטמאר (מהר"א) בעיר הבירה לאנדאן איז יעצט נפטר געווארן.

דער ראש הקהל ז"ל איז געווען א געוואלדיגע נדבן און געגעבן אסטראנאמישע סכומים פאר צדקה, יארן לאנג האט ער אויסגעהאלטן די בית רחל ד'סאטמאר אין לאנדאן איבערהויפט די סעמינאר.

אפאר יאר צוריק האט ער געבראכן א שטיקעלע רעקארד בשעתו מיטן געבן 5 מיליאן דאלער צו קענען אפקויפן און בויען די בנין התלמוד תורה ד'סאטמאר (מהר"א) אין וויליאמסבורג, אויף ווייט עוו. וואס הייסט טאקע "בנין ישעי' זאב לעוו".

דאס יאר ווינטער האט ער געענדיגט בויען א בנין תלמוד תורה אין לאנדאן, וואס האט אים אפגעקאסט בערך 6-7 מיליאן פונט, פונעם אפקויפן ביזן איינרישן עד הסוף.

טאקע ביי דעם חנוכת הבית איז כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א געפארן קיין לאנדאן
📎 untitled.png

יהא זכרו ברוך.

איך האב גראדע אפאר זאכן צו שרייבן, ועוד חזון למועד