☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אשכול אן א טיטל #9617

אשכול אן א טיטל #9617

17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9617

— » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2015 9:05 pm

· #301997

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

ירא שמים » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2015 9:12 pm

· #301999
אמן
ביינונז זאגט מען א גוט יום טוב , ע״ש ויוט היה עושה בצאתו מן הקדש
א גוט יום טוב און א גוט יאר פאר אלע אידישע קינדער .

געוואלדיג » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2015 10:04 pm

· #302008
דו קענסט אפשר פליז במטותא מינך סטאפן צו זעצן מיט די האמער אויף מיינע קינדער'ס שלאף שטוב וואנט, איך ווייס אויך פון די גרויסע ענין פון טוהן אין די סוכה מוצאי יום כיפור, אבער עס שטייט נישט אז עס מוז זיין מיט די האמער, די קליינע קינדער שלאפן שוין, א גרויסן דאנק,

דיין שכן

וועטערבאריכט » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2015 10:28 pm

· #302014
[ציטאט אראפגענומען]

ברוך ה׳ די פאסט איז געווען אקעי, אבער אין דער בית מדרש ווי איך האב געדאווענט האט א צוהיצטער דעסיידעד אנצושטעלען דער עיר קענדישענער צו 60 דעגרי, עס איז געווען א וואק אין פרידזערעטער א גאנצען טאג, איך וועל יעצט האבען א סיינעס העדעיק פאר א וואך. אניוועי מ׳זאל טאקע האבען אויסגעבעטען א גוט געבענטשט יאר.

וועטערבאריכט » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2015 10:45 pm

· #302019
[ציטאט אראפגענומען]

יא יא, אבער אויף דער אינסייד וועטער האב איך בכלל נישט קיין כח דאס צו טוישען. גראדע טריי איך נישט צו זיין פאליטיקעל, טראסט מי איך האב פלענטי צו זאגען...

קאצקע ציקער » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2015 10:54 pm

· #302021
וועטערבאריכט
[ציטאט אראפגענומען]

ברוך ה׳ די פאסט איז געווען אקעי, אבער אין דער בית מדרש ווי איך האב געדאווענט האט א צוהיצטער דעסיידעד אנצושטעלען דער עיר קענדישענער צו 60 דעגרי, עס איז געווען א וואק אין פרידזערעטער א גאנצען טאג, איך וועל יעצט האבען א סיינעס העדעיק פאר א וואך. אניוועי מ׳זאל טאקע האבען אויסגעבעטען א גוט געבענטשט יאר.

איך בין געווען אינעם זעלבן פעקל.... געזעצן אין א פריזער א גאנצען טאג..מיין קאפ שווינדעלט מיר...

דעת תורה » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2015 10:56 pm

· #302022
מיטן טלית אינאיינעם?

קאצקע ציקער » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2015 11:20 pm

· #302026
יעפ

דריידל » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2015 11:45 pm

· #302033
דעת תורה
מיטן טלית אינאיינעם?


נא, גילוי! אפשר איז ער איז בחור

סביב העולם » דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 12:11 am

· #302037
לֵךְ אֱכֹל בְּשִׂמְחָה לַחְמֶךָ, וּשְׁתֵה בְלֶב טוֹב יֵינֶךָ: כִּי כְבָר, רָצָה הָאֱלֹקים אֶת מַעֲשֶׂיךָ.

.

סאדאם חוסעין » דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 12:13 am

· #302038
דריידל
דעת תורה
מיטן טלית אינאיינעם?


נא, גילוי! אפשר איז ער איז בחור

זעסט דיר אז ער האט גענטפערט יא, סא זעה איך אז אפילו בחורים ענטפערן יא, סא עס איז נישט קיין גילו

בן אדם » דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 1:31 am

· #302060
מיינע גוטע יום כיפור'ס איז נאר צו פארדאנקען די עיר קאנדישען. איך פארשטיי נישט וויאזוי מ'קען עס דורך מאכן אן דעם.

smart » דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 1:55 am

· #302062
בן אדם
מיינע גוטע יום כיפור'ס איז נאר צו פארדאנקען די עיר קאנדישען. איך פארשטיי נישט וויאזוי מ'קען עס דורך מאכן אן דעם.

נו אוודאי אן קיין עיר קאנדישן אנגעשטעלט קען מען נישט דורך ג'יין דעם הייליגען טאג.

אבער קאלט וואו א פריזער איז אויך נישט גוט

תנחום » מיטוואך אקטאבער 12, 2016 9:15 pm

· #352282
smart
בן אדם
מיינע גוטע יום כיפור'ס איז נאר צו פארדאנקען די עיר קאנדישען. איך פארשטיי נישט וויאזוי מ'קען עס דורך מאכן אן דעם.

נו אוודאי אן קיין עיר קאנדישן אנגעשטעלט קען מען נישט דורך ג'יין דעם הייליגען טאג.

אבער קאלט וואו א פריזער איז אויך נישט גוט

כ'בין גראדע אריינגעפאלן דעי וואך און וויען און וויל. איז געהאנגען א צעטל אן עצה טובה פאר די קאלטע אידן זאלן מיטברענגן א סוועדער, נאכדעם וואס מ'האט אינסטאלירט א פרישע יוניט...

בן אדם » מיטוואך אקטאבער 12, 2016 11:34 pm

· #352301
[ציטאט אראפגענומען]

ביי נעילה האב מיר שטארק געשאקלט און אפי' אביסל געשפרינגען אז יעדער זאל זען אז איך קען פאסטען.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 2:31 am

· #352315
געוואלדיג
דו קענסט אפשר פליז במטותא מינך סטאפן צו זעצן מיט די האמער אויף מיינע קינדער'ס שלאף שטוב וואנט, איך ווייס אויך פון די גרויסע ענין פון טוהן אין די סוכה מוצאי יום כיפור, אבער עס שטייט נישט אז עס מוז זיין מיט די האמער, די קליינע קינדער שלאפן שוין, א גרויסן דאנק,

דיין שכן

געוואלדיג: דאס איז נישט פון מיר. די גערודער מייט'ן האמער קומט פון שכן פון די אנדערע זייט. איך האב געקויפט א קארדלעסס דרילל ביי סערטיפייעד לאמבער. מיין דרילל האט א סיילענסער. ס'מאכט אין גאנצן נישט קיין גרודער. ס'איז אזוי שטילל ווי דעם דענטיסט'ס דרילל... 😂

שמעלקא'לע » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 12:14 pm

· #352345
אז מ'רעדט פון קעלט, דערציילט מיר איינער אז אין קרית יואל ביים ריזיגן שוהל איז דא ביי די נשים אזא סארט הענטל, וואס זיי קענען דרייען אויב עס פארלויפט א סקרוך אין די ביינער, ווייל די אלעקטראנישע קילער'ס זענען דאך אויבן, און עס איז בייגעלייגט מיט א צעטל פון אינסטרוקציעס עפעס אזוי:
אויב איינער איז הייס און איינער איז קאלט - איז גוט.
אויב איינער איז קאלט און איינער איז גוט - איז גוט.
אויב איינער איז הייס און איינער איז גוט - איז גוט.
אויב צוויי זענען קאלט - איז קאלט, דרייט די הענטל צום רעכטן זייט.
אויב צוויי זענען הייס - איז הייס, דרייט די הענטל צום לינקן זייט.

די הענטל שטעקט זיך ארויס פון די מחיצה, און אזוי ווייסן די גויים צו קאנטראלירן די אירקאנדעישן...
אינטרערעסאנט אויב איינער קען עס באשטעטיגן. און אויך בין איך נייגעריג צו איבערן יאר וועט שוין זיין אן אפיציעלער בי"ד וואס וועט םסקנ'ען אויב ס'איז הייס, קאלט, אדער גוט...