☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אשכול אן א טיטל #9615

אשכול אן א טיטל #9615

18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9615

— » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 10:49 pm

· #301845

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

בעל מדות » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 2:34 pm

· #301969
זיסע שפראך און אויסדרוקן שלא מעלמא הדין, איך וויש זיך די טרערן, די טיפ'ס זענען אויך נישט אוועקצומאכן. אדאנק

berlbalaguleh » דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 2:05 pm

· #302149
דער געוואגטער יונגל: ייש"כ. זייער שיין אראפגעלייגט. דברים כהווייתן. ווען די חז"ל האבן געזאגט (אין מס' סוכה) אז מ'קען געבן פאר אן אתרוג ביז א שליש מער וועגן הידור מצוה, האבן זיי זיכער נישט געמיינט דעם היינטיגן מצב וואו די אתרוג סוחרים שלעפן ארויס די אויסגעהארעוועטע פאר דאללער פון ארימעלייט וועלכע קענען זיך נישט ערלויבן צו קויפן נייע מלבושים און שיך פאר זיך און פאר די משפחה לכבוד יו"ט, מיט שווינדל און גניבה און פאפעריי. ס'וואלט געדארפט אויפשטיין עטליכע (גויים...?) און מאכן אזא טומל מיט די אתרוגים ווי מיט די כפרות. נאר די אתרוגים מאכן נישט קיין קולות און שמעקן נישט אן גאנצע געגנטער אזוי ווי די טשיקנס... 😂 🙄

א איד » דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 2:22 pm

· #302161
ווי אזוי שלעפט מען ארויס פון די היינטיגע אינגעלייט מער געלט ווי אמאל?
אז ער וויל א שיינע אתרוג, זאל ער צאלן וויפיל דער סוחר בעט, אויב וויל ער נאר צאלן א פופציגער, וועט ער בארומען אזא אתרוג וואס איז ווערט א פופציגער.

לית דין בר נש » דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 3:06 pm

· #302175
א איד קיין שום אתרוג איז נישט ווערט מער ווי א פופציגער ממילא זאל ער קענען פיקען וועלכע אתרוג ער וויל פאר א פופציגער.
זיי ביטע מסביר וואס איז טייערע געווארן אין א אתרוג זייט ישראל שווארץ האט איבער גענומען די מארקעט? פארוואס איז אמאל נישט גיוועהן צו באקומען א אתרוג פאר מער ווי הונדערט פופציג דאללער? און פארוואס זענען נישט גילעגן אתרוגים באהאלטן מאחורי הפרגוד?

ליפא » דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 6:33 pm

· #302215
די גרויסע סוחרים האבן נישט אייגענע פרדסים?
און יעדע אתרוג וואס ווערט געשניטן איז א פופציגער???

ליפא » דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 6:44 pm

· #302217
Wow. ד.מ. אז די גויים דארט שארן גאר די גאלד.

ירא שמים » דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 6:50 pm

· #302220
די ארץ ישראל׳דיגע קאסטן אויך אזוי פיל ? און וואו אזוי האלטן זיי חשבון וויפיל דו נעמסט ?

שמעון וואלף » דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 11:32 pm

· #302281
@אנאנים

שוין לאנג נישט געליינט אזא זאפטיגס. דערמאנט מיך פון די פארצייטישע שרייבעריי. אוי ליינט זיך דאס געשמאק

diff » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 12:33 am

· #302299
און אז די ווילסט דייקא יא גרובלען, ווייסטו אז לולבים איז זעלטן דא כשרים
What nonsense

יעקב מענטש » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 11:26 am

· #302344
רבי געוואגטער,
איך האב דיר געלייגט, ווייל דיינע אויסדרוקן זענען אייזן, און האסט מיך מהנה געווען.

לעצם הענין האב איך צוויי נקודות,

1) דיין אילוסטראציע פון אתרוג האנדל איז מער ווייניגער א פארגאנגענהייט, ווייל רוב סוחרים בעטן היינט ארום $150-200 פאר א סעט (אויסער די וואס זוכן א לעקסעס אתרוג מיט לעקסעס סערוויס, און 'וויל' צאלן $800), אויף א אתרוג וואס ביז 7-10 יאר צוריק האט מען באצאלט מינומים 3 הונדערט טאלער, און איז געווען אוועקגעלייגט אין א 'שווארצע בעג' העכער די שאפע.

2) דיין אנטי-סיסטעם און אנטי-רבנים טאן וואס דו האסט צוגעלייגט צום סוף, איז נישט אין פלאץ, קען מען דען נישט קויפן א כשר'ן אתרוג פאר א שיבוש ? וואס זענען זיי שולדיג אז דער ארימער אינגערמאן האט זיך פונקט דערמאנט ביי די מצוה פון אתרוג צו מקיים זיין דעם זה קלי ואנוהו, און זיך קויפן א טייערען אתרוג ? בשעת ווען אויף זיין פארגעלטן טלית וועט ער אויף קיין פאל נישט אויסגעבן אפאר טאלער עס געהעריג צו קלינען צו מקיים דעם זעלבן מצוה.

די חילק פון פיש ביז קעדילעיק אתרוגים איז כרחוק מזרח ממערב,

לית דין בר נש » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 12:41 pm

· #302357
[ציטאט אראפגענומען]

צדיק טייערע יאך קען דאס פון די נאנט און איך בין שוין געפארן מיט צוויי חברים דריי מאל שניידן אונטער די זון די האסט מיר גארנישט מחדש גיוועהן נישט מיט די פרייזן און נישט מיט די ארבעט איך האב דאס אלעס געוויסט פאר איך האב געשריבן מיין תגובה. און איך האלט נאך אלץ אז עס איז א שטיק גניבה.

[ציטאט אראפגענומען]

די מארקעט פרייס האט ישראל שווארץ אנגעמאכט און פארדעם ליגט די ליילעך אויף אים ביז ער האט נישט מאנאפלירט די מארקעט (וואס האט זיך אגב נאכגעלאזט) איז נישט גיוועהן אזאנע פרייזן.

ליפא » זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 12:55 pm

· #302562
וואו?

קאסטנער » זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 1:25 pm

· #302569
ליפא
וואו?

ווילימסבורג: לי עוו.
בארא פארק: 13th עוו.

שאול » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 3:53 am

· #302692
קאסטנער
ליפא
וואו?

ווילימסבורג: לי עוו.
בארא פארק: 13th עוו.

דאס יאר איז די מארקעט אויף לי עוו געווען היבש טייערער צוליב שמיטה


Sent from my SM-G360P using Tapatalk

גר ותושב » מוצ"ש אקטאבער 15, 2016 9:43 pm

· #352537
[ציטאט אראפגענומען]

וועלכע יריד ווילחאוויץ אדער ישיבה ספרינג וואלעי

וואלווי » מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2018 11:09 pm

· #412870
א שאד ער נוצט דאס נישט צו באקוקען די פלעקען אויף זיין הוט...

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 2:57 am

· #412882
נאר די שווארצע און ווייסע און גרינע פלעקן אויף זיין הוט (און פארגעלטן טלית קטן) קענמען באמערקן אן א פארגרעסערונגס גלאז...!