☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » נייע סידי דורך הרב שלומה טויסיג -מאי דהוה הוה-

נייע סידי דורך הרב שלומה טויסיג -מאי דהוה הוה-

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9613

בעל מדות » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 9:13 pm

· #301811
נייע סידי דורך הרב שלומה טויסיג -מאי דהוה הוה-
אין די מוזיק געשעפטן איז ערשינען א הערליכע אלבוים מיטן נאמען מאי דהוה הוה, ארויסגעגעבן דורך הרב שלומה טויסיג שליט"א וועלכע איז גאר א קאלירפולע פיגור זייענדיג א שטערן אין די וועלט פון זינגען, און דינט אויפן פאזיציע פון די רב הביהמ"ד בעלעד וואס איז נתייסד געווארן דורך זיין טאטע הרה"צ רבי יוסף טויסיג זצ"ל.


ר' שלומי איז שוין א לענגערע צייט אין די עולם הנגינה באשיינענדיג ריזיגע מסיבות און מאורעות, שמחות און אווענטן און איז איינס פון די אויפגעכאפטע בעלי מנגנים ביי חתונות.


זיין אלבוים איז גאר שיין און הארציג אווי זיין סטייל אלעמאל, ער האט א ניגון ווי ער באוויינט זיין פאטער, א ניגון ווי ער לויבט אויס א אידישע מאמע, ער זינגט די באקאנטע מאי דהוה ניגון וואס איז שוין באפרייט געווארן מיט א צייט צוריק, און נאך א רייכע אויסוואל.


זיינע פאריגע אלבוימ'ס זענען מודים אנחנו, טויסיג 2, און דאס איז די חזקה, פון א שיינע רייכע אלבוים, איך האב זייער ליב געוויסע ניגונים.
נישט פארגעסן צו קויפן דעם אלבוים, און נישט קאפיען. עס ליגט אסאך געלט אין דעם אלבוים.

מבקר » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 10:37 pm

· #301837
בעל מדות
נישט פארגעסן צו קויפן דעם אלבוים, און נישט קאפיען. עס ליגט אסאך געלט אין דעם אלבוים.


געווען דא א לינק צו קאפי.קאם, אבער עס איז אראפגענומען געווארן צוליב מענטשליכקייט, ואתכם הסליחה.

געוואלדיג » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 10:39 pm

· #301839
ביטע נישט קאפיען עס איז נישט מענטשליך

בעל מדות
נישט פארגעסן צו קויפן דעם אלבוים, און נישט קאפיען. עס ליגט אסאך געלט אין דעם אלבוים.

סביב העולם » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 1:44 am

· #301880
Re: נייע סידי דורך הרב שלומה טויסיג -מאי דהוה הוה-
דא האט איר די קאווער
"הרב" שלמה טוסיג


.