☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » אשכול אן א טיטל #9611

אשכול אן א טיטל #9611

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9611

— » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 5:49 pm

· #301763

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

מבקר » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 7:25 pm

· #301783
זייער שיין געשריבן, כ'האף אז דיין ריקאנעקטשן צו קאווע שטיבל וועט ברענגען נאך שיינע מאמרים ורעיונות.

יעצט בנוגע די ימים נוראים, בפשטות הקשיא עדיין במקומה עומדת, וויאזוי קען איך קלאפן על חטא און תשובה טוהן בה בעת וואס איך און דו ווייסן ווי שטויבהאפטיג איך מיין עס?

תשובה באמת איז נאר ווען דער יודע תעלומות קען מעיד זיין אז לא אשוב עוד אל זה החטא לעולם.

רוסישער » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 7:41 pm

· #301785
@אנאנים איך האב אויך מבקר'ס שאלה, און אין אביסל אנדערע ווערטער: דיין ביאור איז אפשר גוט פאר א מחנך, אז ער ווייס אז זיין מחונך וועט זיך ניט האלטן, און ער קלערט סיי זיך אויב ס'איז דא א תועלת אין די באנצע מוטשעניש פון פארבריינגען מיט עם און עם מעורר זיין , עם קען מען זאגן אז ניט דיין ארבעט ווער ווייס וואו יענער וואלט יעצט געווען. אבער פאר די מענטש אליין וואס האט די שאלה? איך מיין אז דאס קלעפט ניט, להשלים עם העובדה אז איך טו טאקע ניט קיין תשובה?!
זאת ועוד, אויב מען האט די 'גדר' און 'חלות' פון תשובה, יעמאלט קען מען זאגן די 'הילכתא' פון די ווינער גארבידש מען, אז אפילו אויב ער פאלט נאכדעם האט ער לכה"פ די מעלה וואס די האסט אויסגערעכנט בטוטו"ד, אבער דא איז דאס לכתחילה קיין תשובה ניט, ס'איז גלאט גארניט!

רויטע וואנצעס » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 9:26 pm

· #301815
הערליך אראפגעלייגט, און די נקודה איז דערפרישענד. דערמאנט מיר, אסאך מאל אויפן ראוד זעהט מען א טראק באדעקט מיט שמוץ. בא חכם אחד אין קריצט אריין מיט די פינגער די ווערטער "please clean me". ימים נוראים איז א זמן וואס דער באשעפער שרייבט אויף אונזער שטויביגע נשמות "please clean me". ער ווייסט, און אונז ווייסן אויך אז במשך די יאר וועט מען ווייטער ארומפארן און זינדיגען, אבער איינמאל א יאר דארף מען א גוטע קאר וואש.

ס'איז ווי שלום בית. וועט איינער זאגן נאך א סיכסוך מיט די ווייב, איך בעט מיך נישט איבער מיט איר ווייל ס'וועט זעכער נאכאמאל געשעהן, ניין. יעדער פארשטייט אז אזוי גייט די רעדל, מ'דארף לעבן אין די יעצטיגע מינוט נישט אין די עתיד. יעצט בעטן מיר זיך איבער, און שפעטער אפשר נאכאמאל.

בדרך אפשר קען מען אזוי זאגן פשט אין די מאמר חז"ל. האומר אחטא ואשוב אחטא ואשוב אין מספיקין בידו לעשות תשובה. פשט איז אויב לעבט ער אין די עתיד, אז אחטא ואשוב, דעמאלסט אין מספיקין. אויב לעבט ער אבער אין די יעצטיגע מינוט, ער איז מלא חרטה, ער לעבט נישט אין די עתיד, איז יא מספיקין. אפילו קען זיין אז ער וועט שפעטער צוריקפאלן.

בעל מדות » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 9:45 pm

· #301821
הערליך שש, ווען קאווע שטיבל זאל ווען זיין א פאקטאר אין ריעל לייף, וואלט דער ארטיקל געווען די קוואל.

דיינע געדאנקען און פעדער זענען משהו משהו.

געוואלדיג » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 10:29 pm

· #301834
ר' שש האט א מורא'דיגע מעלה, אז וואס אנדערע ברענגען ארויס מיט איין ווארט און זייער בקיצור, איז ער מרחיב און מסביר אז יעדער זאל קענען פארשטיין,
עס איז ידוע די ווארט פונעם מגיד "מען מיינט אז תשובה איז א בער, תשובה איז נאר א קער", איז געקומען ר' שש און מיט זיין געבענטשטע פעדער דאס פארברייטערט אז יעדער זאל פארשטיין כווונת הדברים און ווי עס קלאפט אויס למעשה, א הערצליכן דאנק.

אויבערלענדער חכם » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 12:33 am

· #301864
סוד כל נדרי
[ציטאט אראפגענומען]

איתא בזוהר דסודו הוא שרוצין להתיר להקב"ה נדרו ושבועתו דלא יפרוק אלא דתהא בגלותא.

mevakesh » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 12:37 am

· #301866
דער אויבערלענדער איז געווארען א חסיד?

אויבערלענדער חכם » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 12:52 am

· #301868
mevakesh
דער אויבערלענדער איז געווארען א חסיד?

חלילה וחס! אבער אפילו די וואס לייקענען קדמות הזוהר, קיין איינער זאגט נישט אז עס איז נאך די בעל שם!
גראדע איינער פון די יעב"ץ'ס טענה נגד קדמות הזוהר איז פון דאס אז עס ווערט דערמאנט אין זוהר "כל נדרי" וואס איז מיסוד הגאונים.

smart » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 2:53 am

· #301886
[ציטאט אראפגענומען]

שמעקעדיג » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 2:48 pm

· #301973
הערליכער אשכול. דערווארעמט דאס הארץ!

פאר בערך 3 יאר צוריק האב איך געשריבן ענליך:

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/51668">viewtopic.php?p=51668#p51668</a><!-- l -->

קאצקע ציקער » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2015 11:37 pm

· #302029
@אנאנים איך האב אסאך געטראכט דעם יום טוב פון דיין ארטיקל ,זייער א גיטע דערהער, ווי פארגרעבט אונדז וואלט מיר געווארן ווען נישט די אלע אבינו מלכינו מיט די ונתנה תוקף געשרייאכטס , שכוח ר'שש קיעפ איט אפ

פישי » דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 10:35 pm

· #352350
שש א ריזיגן דאנקע פאר דעם ארטיקל, כ'האב עס דעם יו"כ געליינט צום ערשטן מאל, אינעם וועקער וואס כ'האב ארויסגעדריקט און מיטגענומען אין שוהל, נישט נאר ס'האט מיר געהאלפן דורכטראגן דעם תענית, נאר ס'האט אביסל בארואיגט מיינע צומישטע געדאנקען!

מאטי » פרייטאג סעפטעמבער 1, 2017 8:42 am

· #383886
משרשי המצוה. שהיה מחסדי האל על בריותיו לקבע להם יום אחד בשנה לכפרה על החטאים עם התשובה שישובו שאלו יתקבצו עונות הבריות שנה בשנה, תתמלא סאתם לסוף שנתים או שלש או יותר ויתחיב העולם כליה, ועל כן ראה בחכמתו ברוך הוא לקיום העולם לקבע יום אחד בשנה לכפרת חטאים לשבים. ומתחלת בריאת העולם (ב''ר פ''ב ג) יעדו וקדשו לכך, ואחר שיעדו האל ברוך הוא אותו היום לכפרה נתקדש היום וקבל כח הזכות מאתו יתעלה עד שהוא מסיע בכפרה, וזהו אמרם זכרונם לברכה בהרבה מקומות (יומא פה ב) ויום הכפורים מכפר, כלומר שיש כח ליום הכפורים בעצמו לכפר בעברות קלות.
(ספר החינוך, קפה)