diffשבת אחיםאז מ׳רעדט שוין יא וועגן יוכ״פּ קען מיר איינער מסביר זיין פשט אין דעם שעיר לעזאזל פארוואס האט די כהן גדול זיך ארומגעדרייעט מיט א אומשולדיגע ציגעלע און צום סוף טאג איר גע׳הרגט מיט א ״מיתה משונה״ דורך אראפווארפן א בארג און נאכדעם האט דער אייבישטער מכפר געוועהן די זינד פון די אידן? וואס האט די אומשולדיגע ציגעלע צוטוהן מיט די עבירות פון די אידן??? מה עניין שמיטה אצל הר סיני? און פארוואס נאכדעם וואס מ׳הארגט א בעל חי באראוהיגט זיך דער אייבישטער? ער האט ליב בלוט פארגיסונג? איך פרעג א קשיא איינער האט א נארמאלע לאגישע ענטפער???
אז ער גייט אריין אין קוה"ק, קען ער מיינען ער איז גאט, אזוווי יואש. ווייזט מען אים זיין סוף
אבער וואס איז די נעבעכדיגער ציגעלע שולדיג? דעס איז דער איינציגסטער וועג צו דערמאנען יום המיתה דורך הארגענען טשיקנעס און ציגעלעך?
לויט די היינטיגע פארשטענדעניש פון סייענס זעהן מיר אז בעלי חיים האבן די זעלבע פילינגס ווי אונז מענטשען און נאך אסאך מעהר ווי מ׳האט געמיינט אלע יאהרן ביז היינט, לדעתי און לויט מאדערן פילאסאפיע זענען טשיקנס און ציגעלך און אלע אנדערע בעלי חיים די זעלבע בירגער אויף די פּלאַנעט ווי אונז מענטשען און מ׳טאָר זיי נישט טשעפענען ווייל זיי האבן ווייניגער שכל פון אונז פּונקט ווי א דערוואַקסענער טאר נישט טשעפענען/שלאגן קינדער ווייל ער איז שטערקער פון אים,
וה"ט דכפרות, איין טאג, וועט מען דיך ווייזן דעם פינגער
בד״וו איך האב נישט קיין מורא צו שטארבן, באמת! אונז בודהאיסטן האבן נישט קיין מורא צו לעבן און אונז האבן נישט קיין מורא צו שטארבן! ווען מיין טאג וועט קומען וועל איך גיין אן קיין שרעק, דעס איז א פארט פון נאטור, אנאנים האט עפעס א פחד צו לעבן ווייל מ׳קען נאך שטארבן עיין ערך חתימתו.