☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » די באגריסונג גוט שבת

די באגריסונג גוט שבת

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9599

לאשיצער » פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 3:31 pm

· #301269
די באגריסונג גוט שבת
פארוואס ווינטשט מען גוט שבת גוט יו"ט גוט וואך וכו' בשעת די בעלי דקדוק זאגן אז דאס ווארט 'גוט' פאדערט א סופיקס?
אפטמאל הערט מען א גוטן שבת, א גוטע וואך מיט די געהעריגע סופיקסן, אבער אפילו אן דעם 'א' וואלט מען זיך געריכט אויף א ענדע צום אדיעקטיוו.
האט מיר אלע א גוטן שבת!

קאצקע ציקער » פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 5:47 pm

· #301291
לכבוד די 'ערשטע' שבת פונעם יאר וויל איך ענק ווינטשן א גיטן זיסן געשמאקן שבת!

שבת אחים » פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 5:55 pm

· #301292
גיט שבת!
א הערליך פארצייטיש ניגון וואס דער העליגער אמרי חיים זצוק״ל האט קאמפּאָוזד געזינגען דורך לחיים טיש
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=0PCcxmR0Ess">https://www.youtube.com/watch?v=0PCcxmR0Ess</a>

לאשיצער » פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 6:11 pm

· #301295
איך האב געמיינט צו פרעגן צי איינער ווייסט פון וואנען די פראזעס קומען אריין אין אידיש ווייל מיר זעען זיי אויס אויסנעמליך. מיין קשיא איז וועגן דער היסטאריע פון דער שפראך

רוסישער » מוצ"ש סעפטעמבער 19, 2015 8:45 pm

· #301305
דא איז ער מחלק צווישן א 'העלו' און 'גודביי', ומחוורתא כדשני אנאנים

(א) גוט(ע) וואך

דעת תורה » מוצ"ש סעפטעמבער 19, 2015 9:05 pm

· #301307
Re: די באגריסונג גוט שבת
וויאזוי האט מען געזאגט אין גאנץ אייראפע ביזן קריג? טרעפט מען עפעס חילוקים צווישן די מקומות?

berlbalaguleh » מוצ"ש סעפטעמבער 19, 2015 10:51 pm

· #301329
[ציטאט אראפגענומען]

ועוד יש לפרש. כי יוצאי גאליציא, בדרך כלל אין מדקדקים בלשונם ופורסין שלום כלשון בעל המקשה. אבל יוצאי הונגריה אומרים בלשון היותר מדויק, לא במתכוין. כמתעסק בעלמא. ואומרים כהאי לישנא..."א גוטע וואך...א גוטען שאבעס...גוט יאנטעוו... 🙄 😂

לאשיצער » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:05 pm

· #301442
אין די אוניווערסיטעטן לערנט מען אז די אויסדרוקן 'גוט שבת' 'גוט יום טוב' וכו' זאגט מען ביים טרעפן זיך, 'א גוטן שבת' 'א גוטן יום טוב' ביים געזעגענען זיך. כ'בין גארנישט זיכער צי ס'איז טאקע אזוי ביי רוב אידן פון א גאנץ יאר... ליידער בין איך א ביסל אפגעזונדערט פון די אידיש רעדנדע מאסן. אויף ענגליש ווינטשט מען זיך 'גוד שבת' און פערטיג.

נו, זאל בלייבן א סוד פון דער גראמאטיק. בעסער א 'גוט-' אן א סוף איידער א סוף וואס איז נישט גוט!

טשוכעפאכע » מוצ"ש פעברואר 27, 2016 5:40 pm

· #322768
לאשיצער
אין די אוניווערסיטעטן לערנט מען אז די אויסדרוקן 'גוט שבת' 'גוט יום טוב' וכו' זאגט מען ביים טרעפן זיך, 'א גוטן שבת' 'א גוטן יום טוב' ביים געזעגענען זיך. כ'בין גארנישט זיכער צי ס'איז טאקע אזוי ביי רוב אידן פון א גאנץ יאר... ליידער בין איך א ביסל אפגעזונדערט פון די אידיש רעדנדע מאסן. אויף ענגליש ווינטשט מען זיך 'גוד שבת' און פערטיג.

נו, זאל בלייבן א סוד פון דער גראמאטיק. בעסער א 'גוט-' אן א סוף איידער א סוף וואס איז נישט גוט!

אויך ביי אונז אין ירושלים זאגט מען 'גוט שבת'; 'גוט יום טוב' ביים טרעפן זיך, און 'א גוטן שבת'; א 'גוטן יום טוב' ביים געזעגענען זיך.
איך ווייס נישט פארוואס מען פירט זיך אזוי, אבער איין זאך קען איך זאגן, אז 'א גוטן שבת'; 'א גוטן יום טוב' מיינט: 'האב א גוטן שבת'; 'האב א גוטן יום טוב'. דעריבער לייגט מען צו א נון צום ווארט 'גוט' ווי עס פאסט ביי דאטיוו.
'גוט וואך' זאגט מען נישט ביי אונז. נאר 'א גוטע וואך' סיי ביים טרעפן און סיי ביים געזעגענען.
די גרויסע קשיא בלייבט אויף 'גוט שבת'; 'גוט יום טוב'. ווייל גוט פאסט נאר ביי נייטראלע ווערטער (נישט זכר און נישט נקבה) ווי למשל 'א גוט יאר', אבער נישט ביי שבת און יום טוב וועלכע ווערן גענוצט אויף אידיש בלשון זכר: שבתים; יום טובים. אזוי אז ס'וואלט געפאסט: 'גוטער שבת'; 'גוטער יום טוב'.
אגב, עס איז אינטערעסאנט אז כאטש שבת איז אויף לשון הקודש, בלשון נקבה - שבת אחת; שבתות רבות - דאך ניצט עס אויף אידיש בלשון זכר: א גרויסער שבת; א שיינער שבת. נישט: א גרויסע שבת, א שיינע שבת.