☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » דער לימוד פונעם GPS

דער לימוד פונעם GPS

19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9597

הייסע חסיד » פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 10:26 am

· #301211
דער לימוד פונעם GPS
דער הייליגער חפץ חיים האט געזאגט אז אלאס קומט אונז צו לערנען א לימוד אין עבודת ה', אפי' די נייע טעכנעלאגיע (וואס האט נאך דעמאלט נישט געהאלטן אזוי ווייט ווי היינט).

וואס קענען מיר לערנען פונעם GPS, אדער waze, google maps,וכדו'?

ווען מפארט ארויס אויפן וועג קוקט מען די ערשטע זאך, וועלעכע וועג ס'איז די שנעלסטע, וואו מ'זאל יא פארן און וואו נישט, וואו ס'איז דא טרעפיק.. וכו', אסאך קען מען אבער זעהן פון למשל ווען עס קומט צו א פרשת דרכים, און די מעפ'ס זאגט אז דא איז דא טרעפיק אין דא נישט, אבער מיט זיינע אויגן זעהט דער מענטש אז פונקט פארקערט דא איז יא דא טרעפיק און דא נישט, אבער וואו נאר ער וועט אריין פארן ווייטער וועט ער זעהן וואסערע חורבן ער האט זיך אליינס אנגעמאכט ווייל דארט איז טאקע געעווען טרעפיק פון אנהייב. אבער נאכדעם האט עס אנגעהויבן צו פארן, און דא ווי ער האט נישט געזען פון אנהייב טרעפיק טרעפט ער זיך פלוצלונג זיצן שוין האלבע שעה אויף איין פלאץ ווייל דער waze האט דעמאלט געמאלדן אז סאיז געשעהן א עקסידענט 2 מייל ארויף, אבער ער האט גאדארפט זיין א אויבער חכם, ווייל מיט זיינע אויגן האט ער עס נישט געזעהן.

לימוד: אסאך טראכט א מענשט, ס'זעהט איהם אויס ווי כאילו צו היטן די תורה איז זייער שווער, ס'איז סאך גרינגער צו מאכן א לעבן, אבער נאך א שטיק צייט הייבט ער אהן צו כאפן, און ס'הייבט איהם טן צו גיין שלעכט, און ער רייסט זיך די האר פון קאפ. משא"כ איינער וואס פירט זיך ערליך, ס'קען זיין פון אנהויב גייט עס שווער אבער נאכדעם ווערט איהם אזוי גוט און זיס.

דער חילוק: מיטן GPS בלייבסטע שטעקן ווי דו ביסט, אבער א איד קען אייביג תשובה טוען!

אוהב שלום » פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 10:39 am

· #301212
הייסע חסיד
דער הייליגער חפץ חיים האט געזאגט אז אלאס קומט אונז צו לערנען א לימוד אין עבודת ה', אפי' די נייע טעכנעלאגיע (וואס האט נאך דעמאלט נישט געהאלטן אזוי ווייט ווי היינט).


דאכט זיך מיר אז ער האט עס געזאגט לגבי קעמרע ווידעאו וואס איז דעמאלט געווען א נייע זאך, האט ער געזאגט אז מ'קען זיך לערנען פון דעם וואס ס'מיינט עין רואה ואוזן שומעת...

הייסע חסיד » פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 10:42 am

· #301213
נישט אויפ'ן טעיפ רעקארדער?

יעקב מענטש » פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 10:43 am

· #301214
נאך א לימוד,

אז אפי' דו פארשטייסט נישט פארוואס דער מורה דרך האט דיר אהינגעשיקט דארט, זיי נישט קיין אויבער חכם און פאללאו זיינע דירעקשאנס, איי ס'קוקט אויס ווי ער פיהרט דיר און אויף א אומריכטיגע וועג, ? (דא קענט איר אריינלייגן וואס איר ווילט...) נישט געזארגט, וועסט אנקומען צו מצב אין לעבן ווי דו וועסט איינזעהן אז דיין מורה דרך איז געווען גערעכט.

הייסע חסיד » פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 10:49 am

· #301215
גראדע האב איך דאס אויך אינזין געהאט צו שרייבן, כ'האב פלעין פארגעסן...

(לאמיר צוריק גיין אין כיתה א')

גר ותושב » פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 11:00 am

· #301216
Re: דער לימוד פונעם GPS
נאך א לימוד

אז אפילו ביסט פאפארן איז אלס דא א וועיג צירוק אבער אסאך מאל געדארט עס לענגער אנצוקומען

ליפא » פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 11:07 am

· #301218
נאך א לימוד

יעקב מענטש » פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 1:48 pm

· #301244
[ציטאט אראפגענומען]

נאר מיינס ?

איך מיין אז יעדע לימוד פון א gps ווערט מופרך פון יענע לינק,

אבער אליבא דאמת איז עס נישט קיין פירכא, ווייל מ'דארף קוקן אויף די פראצענט מענטשען וואס האבן יא געפאלגט דעם gps און מיאוס אפגעשניטן, ווערסעס די פראצענט מענטשען וואס האבן נישט געפאלגט און האבן מצליח געווען.

שלום על ישראל » פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 2:17 pm

· #301253
ליפא
נאך א לימוד

נו, וואס איז טאקע דער לימוד? אז אפילו ווען מען פאלגט די ריכטיגע חכמים, זאל מען נישט בלינדערהייט נאכטאנצן יעדעס משוגעת. אז דו שפירסט אז ס'גייט נישט גוט זיך דיר א צווייטער חכם אדער ארבעט דיר עס אליינס אויס.

ירא שמים » מוצ"ש סעפטעמבער 19, 2015 10:16 pm

· #301319
Re: דער לימוד פונעם GPS
איר זענט ביידע גערעכט , מדארף וויסען ווי אהן ווי אויס .

שבת אחים » מוצ"ש סעפטעמבער 19, 2015 10:31 pm

· #301324
א בפירושע ראי׳ אז די דרך התורה איז אמת פון א משל פון waze וואס דארפן מיר מעהר?

berlbalaguleh » מוצ"ש סעפטעמבער 19, 2015 10:39 pm

· #301327
גר ותושב
נאך א לימוד

אז אפילו ביסט פאפארן איז אלס דא א וועיג צירוק אבער אסאך מאל געדארט עס לענגער אנצוקומען

גר ותושב: א ייש"כ. אן ענליכן לימוד זאגט מען נאך בשם א היינטיגן גדול. אז אפילו מ'פאלגט נישט אויס פונקטליך די אינסטראקשן'ס פונ'ם דזשי.פי.עס. געט ער נישט אויף. נאר ער רעכנט איבער, אן אנדער'ן וועג...!

הייסע חסיד » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 9:00 am

· #301399
שבת אחים
א בפירושע ראי׳ אז די דרך התורה איז אמת פון א משל פון waze וואס דארפן מיר מעהר?


יא, ווייניג גדולים זאגן משלים לסבר את האוזן?? 😉

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 11:05 am

· #301422
הייסע חסיד
שבת אחים
א בפירושע ראי׳ אז די דרך התורה איז אמת פון א משל פון waze וואס דארפן מיר מעהר?


יא, ווייניג גדולים זאגן משלים לסבר את האוזן?? 😉

הייסע חסיד: דו קענסט זאגן..."ווייניג היינטיגע גדולים זאגן משלים לסבר את האוזן...!

מבקר » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 11:18 am

· #301423
נאך א לימוד פון waze איז אז אפילו א מורה דרך איז דא פשוט מיטן ציל צו איינקעשן אפאר גרינע גרייצער

אני מת לחיות » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 3:10 pm

· #301506
נאך א לימוד, מאך זיכער צו נעמען די בעסטע מורה דרך און נישט א סטופיד קאמפעני ווי טאמטם

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 3:29 pm

· #301510
אנאנים: גם אני בחלומי. מיך האט שוין דער דזשי.פי.עס. אויכעט פארפיהרט. אין לעיקוואוד, אויף רוט9, אוואו ס'איז געווען א בפירוש'ע, אפיציעלע סיין וואס האט געוויזן וואו מ'דארף זיך דרייען אנצוקומען צו רט. 9 נארטה. (צוריק קיין ניו יארק) האט ער געוויזן אנדערש. פארשטייצעך אז איך האב געפאלגט דעם סיין און נישט דעם דזשי.פי.עס. און שפעטער ווען איך בין געווען אויף רט. 9 נארטה, האט ער מיר געוויזן אז איך פאהר אויף סאוטה. נאר א שטיקל לימוד זכות ואזהרה האב איך אויף איהם. דארט איז אנגעגאנגען א סאך ראוד קאנסטראקשן. און ס'געווען א סאך דיטאורס. און זיי זענען נישט געווען אפ-דעיטעד...!

שמעקעדיג » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 3:53 pm

· #301518
אני מת לחיות
נאך א לימוד, מאך זיכער צו נעמען די בעסטע מורה דרך און נישט א סטופיד קאמפעני ווי טאמטם

הנקרא "תם-תם"

אני מת לחיות » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 3:54 pm

· #301520
Re: דער לימוד פונעם GPS
טאםטאם מלשון טומטום

Sent from my SM-G900T using Tapatalk