דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #9591
16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9591
יאפ. ס'איז מקצת שבחי בפני.
ווי נעמט מען צייט און טאלאנט אויסצוגראמען די פעטער פון בעיסוואטער הרב שש זזג"ש. לעצטענס איז ער געווארן אדמו"ר דק"ש והגלילות, און פראוועט ווי ר' זיידל קרעטשעניפער. רבינו, יעצט ווען דו דעגרייכסט אינעם אלף השביעי אריין, אינעם יום שכולו טוב, פארגעס נישט פון דיין רויטע נעפיו פון מאנרוי. קום אויף א שבת, זיידל קומט אויך אהער פראווען.
מזל טוב!
מזל טוב!
מען קען שוין נישט זאגן אז דו רעדסט אין אלף השישי אריין...
אנאנים איז א "חד" במינו, ער איז חזר ו"שנה" און איז מ"שלשל" פון זיינע סחורה נטע "רבעי", "מחומש" שטענדיג מיט פרישקייט כ"שש" לפני קרב, און מיט ארטיקלען וואס איז "משביע" און באלעבן כ"שמן" המור. גיי ווייטער אן ו"תשע" את נשמות השטיבל ב"עושר" מאמרותיך.

[ציטאט אראפגענומען]
היסטאריע געבראכן: שש האט זיך אליינס געלייקט. זעהטס שש, אז מ'וויל שטארק העלפט די באשעפער.
שיר השירים אויף יעדן טראפ
שזירים שזורות מיט אזא גאלאפ
מזל טוב טוב טוען מיר אויסשרייען
שטופ דיר ארויף צו דע נעקסטע רייע
זאל נישט זיין קיין אז בשביעי נחת
רץ כצבי צום לייק טויזענט דער אכטע
שזירים שזורות מיט אזא גאלאפ
מזל טוב טוב טוען מיר אויסשרייען
שטופ דיר ארויף צו דע נעקסטע רייע
זאל נישט זיין קיין אז בשביעי נחת
רץ כצבי צום לייק טויזענט דער אכטע
שוין א קנופ אין די בעקן
שרייבט זיך צום באלעקן
ממש קנישעס דעלישעס א מחי'
שטעלן זיך אלע ווי לעמעלעך אין דער רייע
זינגען און שרייען די גאנצע וועלט וויסן
ר' שש עוד חי, ק''ש האט גוט אריינגעביסן
שרייבט זיך צום באלעקן
ממש קנישעס דעלישעס א מחי'
שטעלן זיך אלע ווי לעמעלעך אין דער רייע
זינגען און שרייען די גאנצע וועלט וויסן
ר' שש עוד חי, ק''ש האט גוט אריינגעביסן
[ציטאט אראפגענומען]
שלא כסדרן
אונזער וואויל-באקאנטער, וועלט-בארימטער שרייבער און פאעטיקער הרב רויטע וואנצעס שליט"א האט נארוואס אריבערגעשפרייזט דעם 7,000 לייקס מארק!
כאטש יעדע לייק פאר זיך איז א ברכה לעצמו, פארט טראגט די לעצטיגע ארץ ישראל'דיגע נסיעה באשרייבונגען א טיילווייזער שולד.
דער וואנצעס איז צומאל שלא מעלמא הדין. האט א כח אריינצופירן דעם ליינער אין א אנדערע וועלט פיזיש און גייסטיש. א מין ווירטואלע היפאנאוסיס.
ווי האט מיר איינע פון די חשוב'ע ניק'ס געזאגט:
"רויטע וואנצעס האט א טאלאנט אלץ צו טרעפן די פאסיגע ווערטער אדער פאעזיע דיר אריינצוטראגן אונטער א געוויסע מצב,
זעלטן וואס א שרייבער האט אזא כח, מיט געציילטע קורצע פאסיגע אויסדרוקן קען ער דיר אריינברענגען אונטערן רושם פון זיינע געפילן"
אלזא וואונטשן מיר א הארציגן "מזל טוב" און א "כה לחי" צו אונזער ידיד נפש וידיד כל בית ישראל,
ומצלאין אנו לחיי מלכא, עוד ינובון בשיבה וכו', ביז די וואנצעס וועלן זיין ציכטיג ווייס זאלן מיר האבן די זכי' נהנה צו זיין מאורו הגנוז.
ואמר כל העם אמן והלל

שמעקעדיג:...נו, מיט'ן וואויל באקאנטן ניגון...ואמר כל העם אמן....@#$%^&*! דעם הייליגן ניגון וואס מ'האט אייביג געזונגען בהתאסף ראשי עם יחד שבטי ישראל (ר"ל. ציונות)... אין מאנרא עיר הקודש. צוזאמען מיט'ן רעבי'ן שליט"א... ומלכינו בראשינו...!...!
יישר כח ידידי היקר @שמעקעדיג פאר די ווארימע ברכות. א דאנק פאר'ן אריינגעבן קריטישע חיזוק אין מיין געזונטע ego.
נעווער טו לעיט...
ש'מחה צהלה ורננה אחזתנו
ש'מועה שמענו ונגיל בחדוה
מ'ורנו ורבינו וחברנו הדגול
ש'ש משזר ניק'רא ושמו תואם לו
ז'כה בשבעת אלפים לייקים המגיעים לו בכפליים
ר'מם מרומם וירומם רמת השטיבל

מזל טוב!!
מזל טוב!! מזל טוב!! פון טיפן הארץ וויל איך דא אפגעבן א הערצליכן מזל טוב פאר אונזער אלעמען באליבטער בעל עגלה!! צו די געוואלדיגע שמחה פון דערגרייכן זיבן טויזנט אותות הכרת הטוב!!
א ריזיגע יישר כח פאר אונז אזויפיל מהנה זיין דורכאויס די יארן!! זאל דיך דער אייבערשטער העלפן זאלסטו זיין געזונט און שטארק, און אונז ווייטער קענען מהנה זיין פרייליכערהייט, און זוכה זיין צו פירן יודישע קינדער אין חדר נאך לאנגע געזונטע יארן, וימלא כל משאלות לבך ס'זאל דיך קיינמאל גארנישט פעלן!!

דער דאס: א גרויסן יישר כח פאר דיינע דברי חיזוק והכרת הטוב. אויך אין אישי...!
איך קוק נישט אויף וויפיל לייקס איך האב שוין באקומען. ווייל מיין ציעל איז נישט צו זאמלען לייקס. כאטש איך בין מכיר טובה פאר א יעדן איינעם וואס געט א לייק. ווייל אין אמת'ן, איז געבן א לייק נישט נאר אן אויסדרוק פון צופרידנהייט און הסכמה אויף יענעם'ס תגובה. נאר ס'געט אויך חיזוק פאר דעם בעל המימרא צו זעהן אז ער רעדט נישט צו די ווענט. און אז מענטשן הערן איהם אויס...! נאכאמאל א יישר כח פאר דיינע ווארימע דברי חיזוק...!

דער בעל עגלה רייט פלינק און שנעל. ויה"ר קדם אבוהון די בשמיא שבאקומענע לייקס ירדופו התגובות, והתגובות הגעשיקטע לייקס, עד שיגיעו לכפליים כיוצאי מצרים, וכממציים ועד הנה!