☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » נייע ווערסיע "איך האב געכאפט ביי ואני"

נייע ווערסיע "איך האב געכאפט ביי ואני"

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #959

פעדער » דינסטאג יוני 26, 2012 7:13 pm

· #20188
נייע ווערסיע "איך האב געכאפט ביי ואני"
3 איך האב געכאפט ביי ואני
איך האב ווידער גוט געכאפט ביי משפטים
כ'האב דערנאך אויך געכאפט אינדערהיים נאך איינס אזאנס א פראק.
איך האב געכאפט פון רעבע סאני
א גראבע קאנטשיק, מיט אלע פרטים
מיין טאטע א אינגעמאנטשיק. אריינגעהאקט. א פראק. א האק. א קנאק.

1 די חברים מיינע
מיך נישט געווען מקנא
רויט און בלוי. גרויס און אויפגעשוואלן
א ציפ א זעץ א באך
א פליק. א פראסק א שטאך
זייער קערפער נישט פיהלן דאס זאלן

1 מיין רבי פלעגט זיך פלאגן
זוכן אויף וואס צושלאגן
כ'האב דאך גוטע פלייש. פלעג ער זאגן
יעדער קען געדענקען
נאך חדר איך פלעג הינקען
און אינדערהיים נאך דאפלט צוגעקראגן

1 מיין זייגער האט געקלונגען
די רבי טוט אויף שפרינגען
ס'האגלט פעטש. איך שריי שוין גענוג
ער זאגט כ'וועל עם געדענקן
כ'וועל נאך אמאל זיך בענקען
צו זיינע שלעק. און פרעסק. וואספארא גליק

2 איך וואלט צוריקגעגאנגען אין חדר
בלויז אים היינט צוגעבן דעם טעם
זאל ער זעהן וואס ער טוט אפ כסדר
ער זאל פארזוכן. פון זיין אייגענע סם

3 איך האב געכאפט ביי ואני
איך האב ווידער גוט געכאפט ביי משפטים
כ'האב דערנאך אויך געכאפט אינדערהיים נאך איינס אזאנס א פראק.
איך האב געכאפט פון רעבע סאני
א גראבע קאנטשיק, מיט אלע פרטים
מיין טאטע א אינגעמאנטשיק. אריינגעהאקט. א פראק. א האק. א קנאק

ידען » דינסטאג יוני 26, 2012 9:59 pm

· #20205
דו ביסט גוט אין די פעדערן 👍

לייג נאר צו די ניגון פון ליפא מע זאל עס קענען הערן ביינאזאם.

פעדער » מיטוואך יוני 27, 2012 5:57 am

· #20280
וואס הייסט מיט וועלכע ניגון? האסט פרובירט מיט ליפא'ס? ס'איז פארפאסט אויפן האר מיט זיין ניגון. איך קען אבער נישט שרייבן נאטן.

שמעקעדיג » מיטוואך יוני 27, 2012 9:52 am

· #20295
אטא דאס האב איך געמיינט! עפענען א אשכול פון די ביטערע חדר יארן, און דער עולם זאל ארויסגעבן וואס מען איז אלץ אדורך ביי די מלמדים, וועלכע האבן אונז פרובירט מחנך זיין מיט די שטרענגע אופנים, וועלנדיג אריינבאקן אין אונז אהבת תורה, דורך הייסן האלטן די האנט, און אריינשמייסן 100 שטיק....

נא רבותי, לאזט אייך הערן!

און צו דיר פעדער: מורא׳דיג! און א שיינעם דאנק!

אוהב דעת » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 2:55 pm

· #72821
דא האט שמעקעדיג א שיינע פאעזיא אויף ואני פון אונזערע אינגע יארען

נו גוט נו » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 2:19 am

· #73021
עס שרייט ארויס פעדער.
קיפ אופ.

טעפל » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 3:28 am

· #73033
פעדער געוואלדיג איך האב עס געזינגען מיט ליפא'ס ניגון ס'שטימט נאך בעסער פון זיינס!
יעצט סיריעסלי, בערך אזוי האט אויסגעזעהן דיינע חדר יארען/מלמדים??