☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » קול מחאה קעגן שינוי המסורה ר"ל אין "דער איד"

קול מחאה קעגן שינוי המסורה ר"ל אין "דער איד"

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9580

קאווע טרינקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 8:57 pm

· #300582
ווייניגער איד, רח"ל.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 9:00 pm

· #300584
כ'האב מיר איינגעהאלטן ביז היינט, אבער אז די מהרסים זענען מהרס קען מען זיך נישט איינהאלטן. מיין טענה איז אז די רבי האט בשעתו אוועקגעשטעלט דעם פרייז פאר'ן צייטונג און היינט האלט עס שוין ביי דריי דאלאר. ווי שעמן זיי זיך נישט צו בעטן מער ווי די רבי האט קובע געווען?! סארא חרפה!

שמעקעדיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 9:26 pm

· #300590
אל תירא, אנאנים. עס איז נישט די היינטיגע וועלט ח"ו וואס מען פרובירט נאכצומאכן, און אודאי נישט די המודיע וועלכע איז 100 מאל ארגער ווי די גוי'אישע וועלט. עס איז "נאר" די בלאט, וועלכע האט שוין געבראכן די מסורה און געמאכט א קלענערן געסטעיפלטן סאטמארע צייטונג, יא, דער געלער שונד בלאט - וואס איז דער 'ריכטיגער' סאטמארער שופר פון יהדות החרדית, און טראגט אפילו אויף זיך דעם הארבן איסור פונעם ברך משה זצ"ל בכתי"ק - האט שוין אויסגעקילט דעם אמבטיא רותחת פון א קלענערן צייטונג, ווי אויך די ערשטע געהעכערט די פרייזן ביז 3 דאלער, טא כיון דאידחי אידחי, ס'איז מער נישט אזוי געפערליך, און דו דארפסט זיך נישט אזוי ערגערן.

כ'האף כ'האב דיר מנחם געווען לכה"פ מיט א נחמה פורתא און וועסט קענען צוגיין רואיג צום הייליגן יו"ט.

יואליש » דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 9:47 pm

· #300597
ס'איז בכלל נישט איבערגעטריבן צו זאגן אז קורצע צייטונגן איז פיל ארגער פון קורצע קליידער. מיט קורצע קליידער ווייסט יעדער אז דאז איז א בגד פריצות פון פאריז אבער מיט קורצע צייטונגן איז נישט קלאר פארן המון עם אז דאס קומט פון די נידריגסטע מקומות הזוהמה אין סיליקאן וואלי און א דירעקטע תוצאה פון זייער השתענות העיתים וואס די טאבלעטן האבן איינגעריסן.

ענדערש צו קויפן הונדערט קורצע קליידער ווי איידער איין קורצע צייטונג!

יואליש » דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 9:54 pm

· #300601
אנגעהויבן האט זיך עס ווען דער איד איז געשרינקן פון איר אריגינעלע ניו יארק טיימס-סייז פארמאט צו די ניו יארק פאוסט-סייז פארמאט. כשהן יורדין! ס'איז מצטמק ורע לו! ווי דער רבי האט געזאגט, מ'זעצט זיך ארויף אויפן עסקעלעטאר און מ'האט א ירידה ביזן שאול תחתית.

פליקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 9:59 pm

· #300603
Re: קול מחאה קעגן שינוי המסורה ר"ל אין "דער איד"
ווען איז ערווארטעט צי הערן די געוואלדיגע אפקלאנג, מסתם שוין די ערשטע וואך, וואס איז עס אנדערש ווי די געלאנגענע כ"א כיסלך וואס געלאנגט יעדע יאר פאר די צייט, ווי די פרויען וואס שורוימען צי די פארטי'ס, .

שמעקעדיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 10:25 pm

· #300611
גראדע ביי טעלעפאנען איז לעצטנס די מאדע צו ווערן גרעסער. אגב חורפא לא דק.

שמעון וואלף » דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 10:38 pm

· #300614
ראבינאוויטש גיט הונדרעט טויזענט דאללער ווער עס קען ווייזן א היתר צו פארקלענערן א צייטונג

נולד מאוחר » דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 10:50 pm

· #300618
Re: קול מחאה קעגן שינוי המסורה ר"ל אין "דער איד"
כ'האב געהערט פון אן עלטערע איד אז דו רבי זל האט זוך אמאל ציפייערט "סייז מעטערס"

berlbalaguleh » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2015 3:08 am

· #300669
[ציטאט אראפגענומען]

הוי. מי יגלה עפר מעיניך ר' סענדער דער דייטש. די זעלבע עפר וואס דו האסט אזוי ברייטהארציג געגאסן אין א יעדנ'ס מויל אריין. (פון די עפרא לפומיה סארט) . ווייל די היינטיגע קענען שוין נישט און האבן קיינמאל נישט געהערט די רייכע לשונות און אינהאלטסרייכע שפראך וואס דו האסט ברוב קדושתך אייביג גענוצט ווי למשל, ..."ווילקירליכע שענדונגען" אדער דיין נוסח פון שפעטן פון אלע גדולי ישראל און מאכן זיי ככל הגוים. אונטער'ן ..."פסעוודאנים": פון אליעזר עפשטיין. נישט פאר גארנישט ביסטו געווען באוואוסט איבער די גאנצע לענג און ברייט פון וויליאמסבורג אלס דער ..."חכימא דיהודאי"...
איין קליינע טרייסט האבן מיר. אז דו האסט איבערגעלאזט תלמידים הגונים כמותך. ווי ,,,"הרב" ישראל מ. סופר, המכונה מנשה פליפ-פלאפ. וועלכע זענען מהפך את הקערה על פיה און רופן אן א יעדן ערליכן איד א מגלה פנים בתורה שלא כהלכה און א מטהר את השרץ בק"ן טעמים... 🙄

שמעון וואלף » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2015 7:36 am

· #300674
אוי וויי, ר' בערעלע. אינמיטן די נאכט האסטי געדארפט נעבך אויסגעבן דיין ווייטאג. איך זאג דיר די אמת, ווי נאר כ'האב געזעהן די אשכול האב איך ארויסגעקוקט פאר א תגובה פון אונזער בעל עגלה צו הערן זיין דעת תורא איבער ענינים העומדים על הפרק.