☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » איך בין א ניגון

איך בין א ניגון

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9578

בר-כוכבא » דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 5:17 pm

· #300538
איך בין א ניגון
איך בין א ניגון,
פון אויסגעצויגענע טענער.
צופעליגע נאטן,
אן קיין חשבון און סדר.

איך בין א ווינט,
אין חלל אָן אטמאספער.
וויל בלאזן,
אבער נישטא וואס און וועמען.

כ'בין א פלאקער,
אפגעריסן פונעם פייער.
וויל ברענען,
אבער נישטא קיין אחיזה.

איך בין א טרער,
אנטלאפן פונעם אויג.
וויל וויינען,
אבער פארגעסן וויאזוי.

כ'בין א שטויבל,
אויף אן אינזל פון וואסער.
וויל זיצן,
אויף אור-היסטארישע פעלזן.

כ'בין א נשמה,
אין אומבאקוועמען גוף.
וויל אהיים,
אבער רוחניות האלט צוריק.

כ'בין א מענטש,
אויף פרעמדער ערד.
פארליבט אין תנועה,
אבער פארפלאנטערט אין בגדים.

כ'וועל בכל זאת זינגען,
בלאזן און שטורמען,
ברענען ווי גיהנום,
גיסן מבול-טרערן,
קוקן דעם ים אין פנים,
דערפילן ווילדע חידושים,
און פארזעצן דעם גאנג,
ביז אפזאגן וועט דער זאגער –
דאס סאמע לעצטע ווארט.

יאיר » דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 6:46 pm

· #300558
הערליך!

געוואלדיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 6:55 pm

· #300560
מורא'דיג, עמוק עמוק צו די יעצטיגע הייליגע טעג, כה לחי

ונבנתה העיר » דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 6:56 pm

· #300561
אומגלויבליך.

אחד העם » דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 7:06 pm

· #300562
טיפע הרהורים. און קונסט'ליכע מחשבות.
מחשבות פון קונסט!

בר-כוכבא » דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 10:06 pm

· #300605
Re: איך בין א ניגון
יישר כוח, חברה 🙂

פלאוויוס » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2015 12:57 am

· #300655
Re: איך בין א ניגון
א שיר וואס רייסט מיט! וואונדערליך!

Sent from my LGLS885 using Tapatalk

מאטי » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2015 1:08 am

· #300656
א סובליים פון בענקעניש...

יואב » זונטאג אקטאבער 4, 2015 7:26 am

· #303268
געוואלדיג, איי לאוו דיס. 👍