☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » דראסטישע ענדערונגען ביים צייטונג 'דער איד'

דראסטישע ענדערונגען ביים צייטונג 'דער איד'

18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9576

ליפא » דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 2:51 am

· #300446
דראסטישע ענדערונגען ביים צייטונג 'דער איד'
א נייע יאר ברענגט אונז א פרישען נייע צייטונג ''דער איד''.

'דער איד' גייט באקומען א גענצליך נייעם אויסשטעל און נאך טוישונגען אין פילע הינזיכטן, אבער דאס שטערקסטער חידוש איז הויפטזעכליך דאס אריבערגיין צו א קלענערע סייז. דער איד האט געטוישט צום זעלבן פרינטען קאמפעני ווי דער המודיע און וועט אנגעהויבן פון די וואך זיין אין אזא סייז, ווי אויך וועט עס זיין געסטעפלט.

אין די נאכפאלגענדיגע וואכן וועלן פארקומען נאך אסאך פאזיטיווע שינויים אין 'דער איד'.

פליקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 6:30 am

· #300449
Re: דראסטישע ענדערונגען ביים צייטונג 'דער איד'
אויב די דראדזש רעפארט וועט אינטערגיין וועל איך ליינען די שיניים לטובה,

Kool man » דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 12:55 pm

· #300495
די איד פלעגט זיין א אומבאארבעטע צייטונג, די לעצטע פאר יאהר האט זיך די איד גענומען אין די הענט אריין, איטליכע סעקשענס, בעסערע שרייבערס, ס'יז דא אסאך מאטריאל צום לייענען, זייט די טוישען לאז איך עס אריין אין שטוהב ווען די בני בית קויפט עס 😐

ישראל קאפקע » דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 12:56 pm

· #300496
פרייז?

פליקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 2:34 pm

· #300514
א יישר כוח פארן צייגן די שהחינו, איך וויל טאקע נעמען די מי צי דאנקען דעם בורא עולם אז איך האב ב"ה נאך זוכה געוועין צי זעין די נייע איבערגעארבייטע 'דער איד', איך שפיר זיך גליקלעך, איך בין שוין איצט מסופק צי איך וועל נישט אפשר מיזן אויסלאזן די ווערטער תכלה שנה וקללותיה.

אבער ווען איך גיב נאר א בליק זעי איך גארנישט ניי, די זעלבע אלטע פארקאקטע רעטאריק נאר אביסל קאליר, חסדי השם אהער טויזענט לומדי תורה אהין, די אלע נייעס קען איך אליין שרייבן אויב איינער צאלט מיר,
ניי איבערגעארבייטע 'דער איד' מיינט ביי מיר, אז עס גייט זיין א צייטונג מיט אמת'ע נייעס, לדוגמא,
די קרן שמיטה איז געוועין דאס מאל א דורך פאל, יא מיר זענען טאקע בעסער ווי לעצטע שמיטה, אבער זיך נאך דע אסאך צי לערנען, אזוי גיבט איבער די פארשטייער'ס פונעם קרן,
דעקלעראציע פון התאחדות דרבנן יא דערווייל ווייסט נאך קיינער נישט דעוועיגן, אדער וואס התאחדות דרבנן איז בכלל, מיר האפן צי מאכן עפעס א פאמפע און לאזן די וועלט וויסן וואס זייער דעקלעראציע איז ווען דער עולם וועט עס אנהויבן רעספעקטירן, ווייל עס מאכט דערווייל נישט קיין שום סענט צי מאכן א חוזק פונעם חרדישן אינדענטום,
ביטע היי יאר גיבן דופלט פאר די כולל אינגעלייט וואס גייען נעבעך ענדערש אויס פאר הינגער ווי איידער גיין עפעס ארבייטן, זיי זעיען נישט פארוואס עס איז נישט גיט אזוי, פאר א פיפציגער קענט איר זיין דער וואס שטיפט דעם ראסטיגן וואגן ביז נעקטעס יאר, מיר האבן שוין דערווייל אויסגעפלינדערט אלע שטאטישע פראגראמען וואס דער אינגערמאן האט געהאט רעכט צי ניצן זיך אויסלערנען א פאך, על כן נאך א יאר צוויי וועלן מיר אים סיי ווי ארויס שטיפן כדי צי מאכן פלאץ פאר די פרישע אינגעלייטלעך וואס האט נאך עפעס וואס מען קען פון אים זייגן.
ווען איך זעי דעיס אין דער איד זאג איך צו איך וועל קויפן וועכענטלעך.

פליקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 4:14 pm

· #300528
Re: דראסטישע ענדערונגען ביים צייטונג 'דער איד'
שש זארג זיך נישט ביז א וואך איז עס אריבער, מיר וועלן אבער בלייבן מיט א פארמישטע שטן, ער וועט נאך מיינען אז אינטערעט איז א מצוה.

ליפא » דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 7:54 pm

· #300569
די ווארט 'אומאפהענגיק'' פון איד'ס סלאגען וועט מעגליך אראפקומען וויבאלד עס הענגט שוין אויף סטעפלס.

אחד העם » דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 9:45 pm

· #300595
פליקער, גלייב מיר, די שטן טרעט נישט צו צי דיר, ער פחדנט אז די וועסט מאכט ס'גענאר פונים.

berlbalaguleh » דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 11:42 pm

· #300632
פליקער
שש זארג זיך נישט ביז א וואך איז עס אריבער, מיר וועלן אבער בלייבן מיט א פארמישטע שטן, ער וועט נאך מיינען אז אינטערעט איז א מצוה.

פליקער: ווען דער איד זאלל כאטש פארמישן דעם שטן וואלט נישט געווען אזוי שלעכט. די פראבלעם איז אבער אז ער ארבעט אויף אונז צו צומישן... 😂

ליפא » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 1:25 pm

· #302370
דאס איז נישט איינע פון די שינויים...

א טעות האט פאסירט ביים דרוקן דעם איד אינעם נייעם דרוק. דער סוכות ביילאגע דארף מען ליינען פון לינקס אויף רעכטס... אזא טעות האט געקענט פאסירן ווייל דער איד איז דער איינציגסער אידישער צייטונג וואס דרוקט דארט איז עפעס צומישט געווארן די יוצרות.
אפשר וועט עס ברענגן פרישע קונים פון די מאדערענע קרייז וואס גלייכן לינקס אויף רעכטס...

ליפא » זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 2:01 am

· #302509
📎 rps20150927_015927.jpg

בעל מדות » זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 2:31 am

· #302511
גאר נאריש און אומאפטעמיסטיש, עס וועט נישט העלפן בארוהיגן די אומצופרידענע עולם וואס גלייכט "נישט" די טויש, מיטן טרייבן קורני לצנות פון מיאוסע טעותים און מיסאינפארמאציע אינערהאלב די אייגענע ראנגען.

ליפא » זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 2:38 am

· #302512
מ'הערט צוריק פונעם עולם עפעס אנדערש אינגאנצן פון וואס דו זאגסט. דער עולם איז גאר שטארק צופרידן פון די נייע סייז, מער קאלירפולע אויסשטעל, און סטעיפעלס. נישט סתם.

בעל מדות » זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 3:03 am

· #302515
ליפא
מ'הערט צוריק פונעם עולם עפעס אנדערש אינגאנצן פון וואס דו זאגסט. דער עולם איז גאר שטארק צופרידן פון די נייע סייז, מער קאלירפולע אויסשטעל, און סטעיפעלס. נישט סתם.

נאכאמאל, עס זענען דאך דא מענטשן וואס ליינען שוין דעם צייטונג פאר 20/30 יאר און קענען זיך נישט צוגעוויינען צום טויש, אבער נישט דאס איז מיין שפיץ.
איך האב אפגעליינט דעם בריוו וואס די ברענגסט דא, עס קוקט מער אויס ווי דער עקיבא זאל דאס שרייבן אינטערן דראנג פון עמיצער מיט א רעוואלווער וואס סטראשעט אים מיטן ערגסטן אויב שרייבט ער נישט וועגן פארקלענערן די סייז, עס איז עפעס נישט אהער און נישט אהין און נאכאמאל נישט דאס וועט מאכן צופרידן די קליינע קרייז וואס טריצט אויפן טויש.

petergrifin » זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 3:37 am

· #302521
איך האב שוין לאנג נישט געלײנט "דער איד". די װאך האט די גראסערי נישט באקומען דער בלאט האב איך געקויפט דער איד. איך האב הנאה פון דער סײז מיט די סטעיפלס, אבער נאך מער ליב געהאט די ארטיקלען מיט די װעג זײ שרײבן א פשוטע שטיקל נײעס אן פארדרײען פון א פרוי סײענטיסט צו א זכר אדער צולײגן די אײגענע דברי חכמה צו דעם.

און פארשטײט זיך אז "פון דא און דארט" האט זיך טאקע גארנישט געטוישט נאר גײט װײטער אן מיט די אלטע
לאזונגען. איך בין נאר אינטערסירט אין דער בלאט צוליב זײער אוצר סעקשאן, אויסער דעם איז גארנישט כמעט מיר אינטערסאנט.

ליפא » דאנערשטאג אקטאבער 8, 2015 11:49 am

· #303564
"די צייטונג" גייט נאך אין די פיס טריט פון דער איד אנגעהויבן מארגן.

ירא שמים » דאנערשטאג אקטאבער 8, 2015 11:59 am

· #303568
Re: דראסטישע ענדערונגען ביים צייטונג 'דער איד'
אם בארזים נפלה שלהבת … ראובן האט געהאט א ווייטע בליק …

שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 8, 2015 12:13 pm

· #303572
ליפא
"די צייטונג" גייט נאך אין די פיס טריט פון דער איד אנגעהויבן מארגן.

סיי אין פארקלענערן דעם סייז, און סיי מיטן הייבן דעם פרייז צו 3 דאלער.