☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » משפחה אדער עמי

משפחה אדער עמי

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9556

ליפא » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 2:49 pm

· #299723
משפחה אדער עמי
א חבר וויל מיר באדאנקן מיט א מתנה א יאר סובקריבשען איך קען זיך וועלן משפחה אדער עמי. איך האב זעלטן ווען אריינגעקוקט אין די צוויי. וועלכע וואלט געווען אינטערעסאנטער? נייעס און פאליטיק אינטערעסירט מיר נישט, איך מיין גוטע ארטיקלן.

ליפא » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 3:39 pm

· #299735
וואלט איך געגאנגען מיט משפחה. די צייטונג איז רייך, טאקע ווייניג בלעטער אבער סאך צו ליינען.

samiam » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 3:50 pm

· #299739
Re: משפחה אדער עמי
האנדל אן ביידע די וואך און זאג די אונז

יעקב מענטש » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 4:18 pm

· #299747
ס'זאל דיר באמת אינטערסירן משפחה, דארפסט ליעב האבן איזראעלישע טעמעס, אויף די ענינים העומדים על הפרק אין אמעריקע זענען זיי געווענליך שפעט אין רעפארטן,
פאר א אמעריקאנער וועט עמי זיך פילן מער אינדערהיים,
און געדענק, ר' שית טויב פיגורירט נישט אין דעם משפחה,

אספקלריה » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 7:33 pm

· #299777
איך האב געווענליך א וואך דאס און א וואך יענץ.
משפחה איז מער סטאביל מיט זייער פרא איזרעל און פרא קאנסרוועטיווע מהלך.
עמי האט נישט קיין מהלך סווענט זיך אויף וועלכע זייט פראנפורטער האט זיך דערוועקט, אמאל איז ער א ווילדער ליבעראל,און אמאל קאנסערוועטיוו.
ביידע האבען און זיך הויפענעס פון לופטיגע ארטיקלען וואס מטרתם רק למלאות החלל כפשוטו,אבער משפחה האט קראנטערע זאכען און אביסעל מער תוכנ׳דיג ,עמי בלאזט שטארק אויף זיינע ארטיקלען,ער איז שטארק פארנומען פון די ארום און ארום פון די זאך ווי צו גרונטעווען און די עצם זאך
פארשטייט זיך כנעל״ד
איך ליין זיי ס״ה נאר שבת און ביהכ״ס מילא קען איך נאר זאגען אן אויבערפלעכליכע אנאליז.
וו אוכט עמי ליווינג איז פיהל מיט לופט געשריבען פענסי אבער ברענגט גארנישט ארויס,פעמילי פירסט איז אוכט א געוואלד ליפט,סאיז אבער פארט העכער און תוכן הגם זיי שרייבען נישט אזוי פענסי ווי עמי.

קאווע טרינקער » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 8:31 pm

· #299788
עמי האט ביזנעס קאלומס וואס משפחה האט נישט.

שבת אחים » פרייטאג מאי 27, 2016 3:28 am

· #334834
ווער האט געזעהן די לעצטיגע קאווער פון די עמי מאגאזין? א ארטיקל פון הרב משה וויינבערגער פון אש התורה איבער ווי אזוי זיך צובאגיין מיט קינדער אז זיי זאלן נישט חלילה גיין OTD, איינער האט עס געליינט?

אחד העם » פרייטאג מאי 27, 2016 10:13 am

· #334846
שבת אחים
ווער האט געזעהן די לעצטיגע קאווער פון די עמי מאגאזין? א ארטיקל פון הרב משה וויינבערגער פון אש התורה איבער ווי אזוי זיך צובאגיין מיט קינדער אז זיי זאלן נישט חלילה גיין OTD, איינער האט עס געליינט?

יא

שבת אחים » פרייטאג מאי 27, 2016 2:15 pm

· #334892
אחד העם
שבת אחים
ווער האט געזעהן די לעצטיגע קאווער פון די עמי מאגאזין? א ארטיקל פון הרב משה וויינבערגער פון אש התורה איבער ווי אזוי זיך צובאגיין מיט קינדער אז זיי זאלן נישט חלילה גיין OTD, איינער האט עס געליינט?

יא


אינטערסאנט? ער איז עפעס מחדש?

וואלווי » פרייטאג מאי 27, 2016 2:53 pm

· #334901
א שיין און הארציגע ארטיקל. ער זאגט למשל אז אלע מינע פילטערס אין איסורים אויף טענעלאגיע וועט קיינמאל נישט העלפען אליינס ווייל א מענטש דארף Satisfaction און מ'דארף טיילען פאר די יוגנט געשמאק אין זייער לעבען און יודישקייט. נאכדעם קען מען ניצען גדרים אויף דער זייט.

חברהמאן » פרייטאג מאי 27, 2016 3:03 pm

· #334905
איך קויף בידע יעדע ואך, איך האלטע אז די עמי איז בעסער געשריבן,
אין זאך וואס איך האב פיינט איז די נייע ביז טנק, סאיז זייער קארני

ליפא » מיטוואך אקטאבער 12, 2016 10:34 pm

· #352290
עמי מאגאזין גייט ארויף מיטן פרייז, און וועט אנהייבן צו קאסטן זעקס דאלער יעדע וואך

ליפא » מיטוואך אקטאבער 12, 2016 11:44 pm

· #352304
Succos mishpacha
📎 IMG_20161012_234355.jpg