☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » מאנסי בולעטין -א אויפוואכונג אין מאנסי

מאנסי בולעטין -א אויפוואכונג אין מאנסי

43 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9551

monseybulletin » פרייטאג סעפטעמבער 4, 2015 3:42 pm

· #299559
מאנסי בולעטין -א אויפוואכונג אין מאנסי
📎 _20150904_141827.jpeg

שטילע אינגערמאן » פרייטאג סעפטעמבער 4, 2015 4:08 pm

· #299564
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/268747">viewtopic.php?p=268747#p268747</a><!-- l -->

monseybulletin » פרייטאג סעפטעמבער 4, 2015 5:51 pm

· #299592
אינטערסאנט ווי פון מאנסי איינוואוינער באקומט מען אימעילס פיל מיט חיזוק און פון שטאטישע באקומט מען קריטיק וואס ליגט באהאלטן אונטער דעים ??? מער און די קומענדיגע בולעטין !

שטילע אינגערמאן » פרייטאג סעפטעמבער 4, 2015 6:14 pm

· #299597
מאנסיע זענען מצומצמים דארפס אידן. אין שטוטישע נישט, מער אין די קומענדיגע בולעטין

monseybulletin » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 9:00 am

· #299664
מאנסי איינוואוינער מיר האפען בס"ד נאך היינט ארויסצוקומען מיט א נייע בולעטין מיר ווארטן צו הער פון אייך אין אונזער אימייל
און א גרויסע יישר כח פאר די וואס האבן שוין אריינגעשיקט חיזוק
אויפטוען וועט מען בס"ד ווען יעדער וואס איז
איינשטימיג וועט עס שיקן צו אלע זיינע חברים

monseybulletin » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 10:30 pm

· #299802
📎 IMG-20150906-WA0064.jpg

monseybulletin » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 10:30 pm

· #299803
📎 IMG-20150906-WA0065.jpg

Kool man » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 11:43 pm

· #299815
איך פארשטיי די ווייטאק, אבער די דעמעדש איז דאן! פירען יעצט א בליץ קאמפיין אקעגען סט. לארענץ וועט גארנישט טוישען אין די מצב.

בדרך אגב, דאס איז נישט ריכטיק אז מ'פארקויפט נאהר פאר שטאטישע מענטשען, נאר שטאטישע האנדלען ווייניקער אויף די פרייז, און ווייל זיי זענען מער דעספערעט וועלען זיי ווינציקער בודק זיין די ציצית, אבער פאקטיש אין יעדע דעוועלאופמענט פארקויפט פאר רוב לאקאלע מאנסיער קאסטומערס [מיט אויסנאהם פון בלופיעלד וכדו, וואו די מאנסיער ברידער האבען זיך נאכנישט געהאלטען אזוי ביים אהינרוקען איז יא רוב שטאטישע אימיגראנטען].

monseybulletin » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2015 7:39 am

· #300011
📎 _20150907_203723.jpeg
📎 _20150907_203547.jpeg

הדד בן בדד » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2015 12:23 pm

· #300047
[ציטאט אראפגענומען]


ריכטיג, זעהט אויס אז דו וואוינסט נישט אין מאנסי.

שטעל זיך פאר אז אין בארא פארק נעמט מען 13'טע עוועניו און מען מאכט איר פאר א טו וועי סטריט, (און עס ווערט בכלל נישט ברייטער) און צו דעם הויבט מען אן בויען גרויסע זעקס שטאקעדיגע אפארטמענט בילדינגס אויף האלב פון די גאס. אזוי אז אין צוגאב פון די יעצטיגע טרעפיק, קומט נאך צו די אלע קארס פון די מענטשן וואס גייען אריינמופן אין די הייזער און די צענדליגער באסעס וועלכע גייען במשך פון כמעט דעם גאנצן טאג מאכן סטאפס אויפפיקן און אראפלאזן קינדער, מיט די רויטע בליצעדיגע לעמפלעך, וואס דעמאלס מוזן ביידע זייטן טרעפיק זיך אפשטעלן. פרובירט זיך פארצושטעלן וואס עס גייט זיך אפטאן דארט.

אט דאס פאסירט יעצט פאקטיש אויף מעין סטריט\306 אין מאנסי. א סטעיט רוט וועלכע איז גאר א וויכטיגע גאס וואס פארט אדורך צענדליגער שטעטלעך פון טיעף אין ניו דזשוירזי ביז ארויף נאך פאמאנא, און אויב איז די ביז היצטיגע טראפיק א קאשמאר האב איך נישט קיין ווערטער מסביר צו זיין וואס גייט זיין נעקסט.

איך וואוין אין מאנסי, און גראדע אין געגענט פון מעין סטריט, און טאג טעגליך זעה איך דארט אינצידענטן פון ראוד רעידזש וואס מענטשן גייען פלעין ארויס פון די כלים שטייענדיג אויף די קורצע שטרעקע (בערך א האלבע מייל), פאר פופצן, צוואנציג מינוט און צומאל אפילו ביז א האלבע שעה. און די לעצטע פאר חדשים ווען די ערשטע פון די אפארטמענט בילדינגס האבן אנגעהויבן פערטיג ווערן אויף מעין סטריט האט עס פשוט פיל פאכיג פארעערגערט דעם טרעפיק.

עס איז ביי מיר קיין שום ספק נישט אז עס איז נישט קיין פראגע פון אויב, נאר ווען, דאס גייט אנברענגען אומגליקן. איר מיינט אפשר אז דאס איז א ווערטל. נונו, איך קען גארנישט מער טון צו דעם ווי אייך פארציילן דעם מציאות. עס האט גארנישט מיט קיינעםס אבסעסיע, אויסער די אבסעסיע פון די דעוועלאפערס צו מאכן א דאללער אויף סיי ועלכען אופן אן זיך רעכענען מיט קיינעם אין די וועלט.

עס האלט ליידער ביי אזא מצב אז מענטשן זענען אזוי פארלוירן, אז זיי זענען שוין גרייט צו ליידן די קאנסעקווענצן פון אריינברענגען פרעזערוו רעמעפאו ווי איידער ווייטער אנצוגיין מיט דעם יעצטיגן סדר.

שמעקעדיג » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2015 12:28 pm

· #300048
אויף אייוועלט טוט זיך אויף טישן און בענק

<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=6&t=27902">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=6&t=27902</a>

פאפיטעס » מיטוואך סעפטעמבער 9, 2015 10:55 am

· #300266
הרב מאנסי בולעטין איך האלט זייער פון דיינע ווערק און בעיקר פונעם פאקט אז איינער קומט ארויס אנטקעגן די מויל מאכערס אין נגידים.
אבער איך אלס א יליד מאנסי פונעם טאג נאכן ארויסטאנצן פונעם מאמע זאל זיין געזונט, זע איך די זאך אביסעלע אנדערש ווי דיר.
ווען מאנסי איז געגרינדעט געווארן איז געווען דארט בית המדרש עליון, אין נאך עטליכע קליינע בתי מדרשים, הויפטזעכליך אין די מעין סטריט געגענט, דערנאך האט וויזניצע רבי ארויסגעמופט אהער אין געטוישט די גאנצע געגענט פון פיליס, עישעל, לינאר, מיט די ארומיגע סביבות אויף באוואוינט אין נישט דארפיש,
ער האט איבערגענימען די עשלי באנגעלא קאלעני, מיט נאך א קליינע קאלעני אין איבערגעארבעט פאר זיין אימפעריע,
איין מאל סאיז שוין געווען א גרויסע חסידישע צענטער האבן אסאך אנדערע וואוילע יודן זיך אהינגעצויגן,
אבער די געגענט ארום דער צענטער איז אטעמאטיש געווארן א שטארקע דעמענד דערויף, אין סאיז טייער געווארן.
יעצט עטליכע צענדליג יאר שפעטער קוק אויף די פאקטן.

די גרעסטע דעמענד אויף הייזער דא אין מאנסי איז....
אינעם זעלבן געגענט ווי אמאל, אין סך הכל א מייל ווייטער, כווייס נישט פארוואס, אבער טויזענטע יודן זענען גרייט צו זיצען פארשטיפט אין באנגעלאס, אבי צו זיין אין "צענטער" ...
נעוואדע איז עס טייער דארט... אין די קומסט מיט גרויסארטיגע טענות אנטקעגן די דעוועלאפערס??, גיי שריי אויף די טויזענטע וויזניצע און סאטמערע אין ווער נישט וואס האבן זיך אריינגענימען אין קאפ אז די מאנסי ענדיגט זיך ביי פרענסיס אין קאלווערט!
אונז קעמער זיך אויסברייטערן אויף מיילן לאנג, סיי אויף 202 אין ביז אריין אין טשעסנאט, אין אפילו אין וועסלי!, אונז זעמער נישט אין ויליאמסבורג ווי די יודישע וועלט ענדיגט זיך "טאקע" נאך די היימישע געגענט, אין סאיז ממש נישט במציאות זיך צו אויסשפרייטן, אונז געפינען זיך אין ראקלענד קווינטי וואס איז ר-י-ז-י-ג!!
איז פונקט ווי די וועסט פארשטיין די מאנטעל געשעפט פארן בעטן טייערער אין די ווינטער, פארשטיי די דעוועלאפערס וואס בעטן טייערער יעצט.

Kool man » מיטוואך סעפטעמבער 9, 2015 4:09 pm

· #300338
אויב וואלט מען נישט אפרואווד די אלע נייע זאונינג און דעוועלאופמענטס, וואלטען פרייזען יעצטערט געוועהן ביליגער אדער טייערער? ווען ס'יז דא א מאנגעל אין סופליי וערען פרייזען העכער אדער ינדעריקער? ווען נישט די אלע נייע בנינים און זאונינג טוישען וואלט מענסי געוועהן היינט ערגער ווי וויליאמסבורג מיט לחץ זו הדחק, נאהר וואזשע דען? די קלוגערע ,אלט-מאנסיער יודעלעך פארקויפען זייער אלטען שאח פאר דעוועלאופערס, און זיי ציען זיך ארויס קיין פארשעי, וועסלי הילס, טשעסטנאט ריזש, נוא העמפסטעד, פאמאנע, אא"וו ווי מ'קען נאך זיצען אויף א גרויסען שיינעם שטח אהן די אלע סעווען לעיער הייזער 😐

מנחם אבראמאוויטש » מיטוואך סעפטעמבער 9, 2015 5:24 pm

· #300362
אן אריינגיין אין צופיל פרטים, איך בין א תושב מאנסי. נישט א יליד נאר חתונה געהאט דא. איך בין אן איש הציבור מיט אסאך קאנטעקטס אין די ראול פלעיערס אין די ביי-יערליכע סט לורענס סירקוס.

די פראבלעם איז פאלגענד: מאנסי איז איינגעטיילט אין אפאר חלקים, א) די וואס זענען וויזשניץ/סאטמאר דרייווען נישט כמעט און האבען קיין שום פראבלעם אויב מאנסי וועט אויסקוקען ווי וויליאמסבורג. זיי ווילען זייער דירה נעבען דעם רבי׳ן, וואוינען נעבען אנדערע פון די זעלבע רעליגיע און די פרייז זאל זיין וואס עס איז.

ב) די מענטשן וואס בילדען ווי טויבער און לעבאוויטש וכולהו וואס זוכען צו שארען געלט און וועלן טרעטן אויף יעדעם און אלעס.

ג) די מענטשן וואס וואוינען אויף טווין, וועסט מעיפל, אדער אנדערע סעמי שטילע גאסען מיט קליינע קינדער וואס ווילען נישט קויפען גאנצע עיקערס ווייל זיי דארפען נישט די קינדער זאלען זיי קוקען אין די נאז א גאנצען טאג. זיי האבען פיינט די פאקט אז מען בויט און צושטערט די פנים פון שטאט, זענען גרייט פאר א טשעינדזש, אבער ווילען אז ס׳זאל זיין א מידעל גראונד צווישען פרעזערוו ראמאפא׳ס גארנישט ערלויבען און סט לאורענסעס לאזען אלעס. דאס זענען רוב מאנסי איינוואוינער. איך וואלט געזאגט 60%.

ד) זענען עלטערע מענטשן וואס שימפען און שוימען און ווילען זעהן מאנסי צוריק א דערפל. דאס איז א קליינער פראצענט.

די פראבלעם איז אז פרעזערוו ראמאפא וויל פייטען קעגען אלעס. הייזער, בית השחיטה אין סקווירא, קינדער קריכען אויף מעמאריעלס, וכו׳. איך האב נישט ליב צו נוצען די ווארט אבער גיי קוק אויף זייער וועב זייטעל, זיי זענען אנטיסעמיטען. ווען די עסקנים מצד סט לאורענס קומען צו די רבנים און די וויילער אז פרעזערוו ראמאפא וויל אינטערברענגען מאנסי זענען זיי גערעכט!

די איינציגסטע וועג ארויס איז א דריטע קאנדידאט. א קאנדידאט וואס לויפט אויף א מידעל גראונד. נישט זאונינג אן א חשבון וואו סט לאורענס און נישט זאונינג פון 10% פון די פראפערטי, ווי פרעזערוו ראמאפא, נאר זאונינג מיט א חשבון.
די גויים פארשטייען אז זיי האבען נישט קיין טשאנס יעצט ווייל מיר האבען א בלאק און וועלן גערן שטימען פאר א מאדערעט קאנדידאט. און א גרויסע פראצענט פון היימישע וועלן טוען די זעלבע. אזא קאנדידאט איז כמעט גאראנטירט צו געווינען.

פאראיאר בין איך און נאך צוויי מענטשען געזעסען אויף א מיטינג מיט א פאליטישע פערזאן וואס מיר האבען אים פראבירט צו קאנווינסען צו לויפען קעגן סט לאורענס און ראודס, אבער נאך חדשים פון פארהאנדליגען איז עס דורכגעפאלען. האפענטליך פאר די נעקסטע עלעקשאנס אין צוויי יאר, וועלן מיר זיין גרייט מיט א שטארקע דריטע קאנדידאט.

הדד בן בדד » מיטוואך סעפטעמבער 9, 2015 7:04 pm

· #300385
פאפיטעס, איך בין טאקע נישט א יליד מאנסי, אבער איך וואוין שוין דא א שיינע פאר צענדליגער יארן און איך געדענק אויך מאנסי פון אמאל.

גיב א קוק וואס טוט זיך אויף קאלווערט און אויף ווינער. קוק וואס טוט זיך אויף דיקעיטער און נארט קאול, אויף העריק און יענער גאנצער געגענט. אויף די אנדערע זייט 59 אין ספרינג וואלי. איבעראל ווי מען קען בויען בויעט מען. אין עירמאנט און אין טשעסטנאט רידש האבן די אידן נאך נישט איבערגענומען די ווילידש ווייל זיי זענען נאך נישט קיין רוב. גיב עס נאך אפאר יאר און דארט וועט מען בויען פונקט ווי אין מאנסי.

עס איז א דבר פשוט אז אין צענטער קאסט מער. דאס איז דער טבע העולם, די לאו אוו סופליי ענד דימענד. אבער צוזאגן אז מען בויעט נאר אין צענטער איז פלעין נישט אמת. מען בויעט פראדשעקטס ווי מען קען נאר. און מען בעט דעם מאקסימום וואס מען קען.

אויף קאלווערט אויבן האט מען יעצט געבויעט א פראדשעקט ווי מען בעט 975 פאר א דירה מיט א אינקאם.

גאנצל » מיטוואך סעפטעמבער 9, 2015 9:27 pm

· #300392
שמעו נא רבותי בבבי תרי ותלת

די פראבלעים אין מאנסי אין קורצן איז אז ס'איז נישטא קיין עסקנים זירא זילטש אדרבה ווייזט מיר אן ווער זענען די עסקנים -אויסער די חברים ארגענעזאציע- ווען עס קומט צו סאשעל סערוויס וכדו' גיי רעד צו האראוויצעס אפיס ס'לוינט זיך ענדערש אליין אראפצושלעפן צו רעגירונג אפיסעס ווי צו ערווארטן הילף פון זיי

די גרעסטע ראי' אז ס'איז נישט דא קיין עסקנים זעהט מען ווי ווייניג צייט אין יר זיי רעדן אויף קול מבשר........ ווייל סיי ווען ס'איז שוין יא דא עפעס א קליינע עסקנות ווי צוזאם שטעלן געלד פאר א גוי'ס קבורה וכדו' הערט מען אויף קול מבשר בשעת מעשה און אחר המעשה און אינמיטן די מעשה און תיכונה שבתיכונה

גראדע דער הרב אהרן בנציון ווידער ווען ער האט אנגעהויבן אין די סקול דיסטריקט האט ער עס געמיינט זייער ערנסט אבער נאכדעם וואס די וויזניץע רב האט אים כמה פעמים געוויזן ווער ס'איז בעה"ב אין מאנסי האט ער זיך אויך צוגעלערנט וואס ער האט צו טון

די איינציגסטע צייט ווען עס איז דא עסקנים איז ביי די וואלן און ווער זענען די עסקנים לעבאוויטש און אשרי וואס פערצופאל זענען זיי אויך בילדערס און האבן באקומען און ווארטן צו באקומען דראסטישע טובות פונעם סופערווייזער און דעמאלס ווערן זיי אקטיווע עסקנים צו היטן די שטאט פון אנטי סעמיטיזעם ליין אריין צו וועלן זייערע קאנדידאטן ווער געדענקט די שמוציגע טאקטיקן וואס זיי האבן זיך אויפגעפירט אין ספרינג וואלי אקעגן ר' יוסף הערש גראס אויך מיט כל מיני תירוצים

עכ"פ די איינציגסטע מאל ווען די עסקנות לעבט איז ביי די וואלן איז שוין נישט קיין קשיא פארוואס ס'איז נישטא גארנישט אין די שטאט און מ'טוט וואס מ'וויל

נעם א ביישפיל נוי סקווער ווער רעדט נאך ק"י ס'איז טאקע דא דארט אויך אומצופרידענע אבער די וויליזש שטעלט כאטש צו ברייטע סיידוואלקס סעיפטי גאסן און א אפיס פון סאשעל סערוויס וואס יעדער איז זיך מחי'

סאו די ווארט איז פשוט ס'איז נישטא קיין עסקנים

monseybulletin » דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 9:55 am

· #300465
📎 _20150910_004346.JPG

monseybulletin » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 7:44 am

· #301675
📎 _20150921_064232.jpeg
📎 _20150921_064245.jpeg
📎 _20150921_064256.jpeg

געוואלדיג » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 11:45 am

· #301687
צו קליין, שווער צו ליינען.

גר ותושב » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 1:13 pm

· #302368
Re: מאנסי בולעטין -א אויפוואכונג אין מאנסי
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/302359">viewtopic.php?p=302359#p302359</a><!-- l -->

monseybulletin » זונטאג אקטאבער 25, 2015 9:11 pm

· #306145
א
📎 _20151025_211023.JPG

monseybulletin » דינסטאג אקטאבער 27, 2015 2:37 pm

· #306418
ב
📎 _20151027_143308.JPG

monseybulletin » דינסטאג אקטאבער 27, 2015 6:58 pm

· #306498
ג
📎 _20151027_185646.JPG

monseybulletin » דינסטאג אקטאבער 27, 2015 6:59 pm

· #306499
ד
📎 _20151027_185700.JPG

גר ותושב » זונטאג נאוועמבער 1, 2015 11:08 pm

· #307261
Re: מאנסי בולעטין -א אויפוואכונג אין מאנסי
אויפגעוועקט לכבוד די וואלן

monseybulletin » זונטאג מערץ 13, 2016 7:16 pm

· #324759
📎 IMG_20160313_184940.jpg

monseybulletin » זונטאג מערץ 13, 2016 7:17 pm

· #324760
📎 IMG_20160313_184928.jpg

גר ותושב » מאנטאג מערץ 14, 2016 10:00 am

· #324858
Re: מאנסי בולעטין -א אויפוואכונג אין מאנסי
דאס איז ממש נישט צום פארשטיין ווי זענען די ניקס וואס האבן געזאגט אז ווי מער מען בויט וועלן די פרייזן פאלן אדרבא די נייע דעוועלעפמענטס זענען די וואס הייבן די פרייזן און אלע אנדערע טאנצן זיי נאך די נארמאלע פרייזן און מאנסי זענען היבש ביליגער ווי די פרייזן איך בין זיכער אז לענדלורדס וואס האבן געזעין די אדס און האבן דירות צו פארדינגען זענען זיכער ארויף מיט די פרייזן.
הרב מאנסי בולעטון איר זענט גערעכט עס איז א געפערליכע עוולה פאר די אויסגאבעס אריין צו לייגן אזא עד וואס איז גורם צו הייבן די פרייזן פון דירות.
און וואס טוט זיך מיט די רבנים ווי זענען זיי איינגעשלאפן?
און אונזער אזוי גערופענע עסקנים ווי זענען עינק??

געוואלדיג » מאנטאג מערץ 14, 2016 10:52 am

· #324870
גר ותושב

און אונזער אזוי גערופענע עסקנים ווי זענען עינק??


דארט וואו זיי זענען ביז היינט, ביים באנק צו ארויס נעמען די געלט.

גר ותושב » מאנטאג מערץ 14, 2016 11:03 am

· #324876
אוי זאגסטו גוט, דאכט זיך ער איז די ערשטע בילדער דא אין מאנסי וואס האט אפציעל געבויט א פיר שטאקיגע אפארטמענט! (און נאך דערצו אויפן ערגסטן פלאץ) דאס מיינט ער האט מער דירות צו פארדינגען אויף איין שטח ווי די אנדערע בילדערס, אין אנדערע ווערטער אפילו ווען ער בלייבט מיט די מעשוגענע (די אזוי גערופענע נארמאלע) פרייזן ווי ביז יעצט וואלט ער פארדינט א שיינע אפותיקי, אבער יש לו מנה רוצה מאתים די תאות הממון האט זיך אנגעצינדן גייט ער נאך ארויף מיטן פרייז אויך!!

קאפקעיק » מאנטאג מערץ 14, 2016 11:37 am

· #324881
לדעתי, דארף מען יעצט -ווען עס איז נישט דא קיין וואלן- שטעלן א אלטימאטום פאר די פאליטישענס, עס איז דא כמעט צוויי יאר ביז די נעקסטע וואלן, די טרעפיק איז אומדערטרעגליך, ס'איז א שאלה פון מינוט'ן ווען די נעקסטע עקסידענט גייט געשעהן ח"ו, מבויעט אן קיין חשבון, בתי מדרשים נעמען אויף אפאר גאסן פאר פארקינג,
ווילן ענק באקומען אונזער וואויטס ביי די נעקסטע וואלן, טוטס עפעס דערצו, אויב נישט, קומטס נישט וויינען אז פרעזערוו רעמעפאוי גייט מאכן צרות, ווייל דערווייל איז דא צרות און קיינער פון ענק האט נישט קיין פראבלעם דערמיט

גרויסע מענטשעלע » מיטוואך אפריל 13, 2016 7:36 pm

· #329049
Re: מאנסי בולעטין -א אויפוואכונג אין מאנסי
<a class="postlink" href="http://goo.gl/jYcKkL">http://goo.gl/jYcKkL</a>

געוואלדיג » דינסטאג מאי 17, 2016 3:58 pm

· #333431
א וואלן פלאקאט אין מאנסי וואס ברענגט ארויס די מאנסי אבסורד, עס הענגט ביי א 4 שטאקיגע בנין וואס האלט אינמיטן געבויעט ווערן אן קיין פינטל פארקינג
📎 100MEDIA$IMAG0221.jpg

א איד » דינסטאג מאי 17, 2016 5:07 pm

· #333443
Re: מאנסי בולעטין -א אויפוואכונג אין מאנסי
וואס האט די היינטיגע וואלן צוטוהן מיט בויען גרויסע הייזער?
די היינטיגע וואלן איז א טובה בעיקר פאר די מוסדות התורה לפי מיטב ידיעתי

געוואלדיג » דינסטאג מאי 17, 2016 5:08 pm

· #333444
האט נישט מיט די הייזער, נאר ברענגט ארויס וואס די פריעריגע גאר גאר קריטישע וואלן האבן אונז געברענגט.

אביתר פריעדמאן » דינסטאג מאי 17, 2016 5:28 pm

· #333450
און אויב מעג איך עצה'נען מיינע ברודערס אין מאנסי
"זייט נישט אנגעהאנגען אין א צווייטענס חסדים" אויב גייסטו האבען א שווער לעבן מיט א זאך וואס איז נישט אנגעהאנגען אין דיין באשלוס דאן איז די צייט זיך צו רוקען ווייטער אינעם לעבן
אלע טיף דענקער וועלן דיר זאגען אז ביי יעדע פראבלעים וואס מהאט נאר אין לעבן דארף מען קודם זיך טעיסטען קען איך טוישען די מציאות? למשל אויב די נאז שטייט דיר פלאטשיג דאן זיי משלים מיטן מצב, און אויב האט עס מיט א געשאפענעם מציאות וואס דו קענסט טוישען דאן גאו אהעד און פאנג אן צו ארבעטן אויף די פראבלעים
לענינו פשטות ווען איינער קומט מיט געלט און בויט לעגאל און דו האסט א פראבלעים קענסטו גארנישט טון, איין זאךקען מען טון ''זיך שטריקען'' ק''י יוכח און מאנסי זעלבסט

איין עצה וואס איז אפשר מעגליך פאר מאנכע, אדער פאר ווער סהאט נאכנישט קיין הייזקע אין מאנסי, זיך ציען צו א פיצי יושוב א פלאץ ווי סאיז דא כשרות און א מקווה אזוי האסטו מנוחת הנפש און דו דארפסט נישט ציטערן אז די בילדערס וועלן איין טאג קומען און בויען און פארגעסן וויאזוי מסטאפט בויען.. און זאג גוד ביי פאר די נאוסי קאמיונוטי, און טרעפיק העדיק, הא?.. דאס שוין נישט?.. נו דער פון ווילי וויל די זעלבע ווי דיר...

גר ותושב » דינסטאג מאי 17, 2016 7:54 pm

· #333471
Re: מאנסי בולעטין -א אויפוואכונג אין מאנסי
איך האב נישט געזעין קיין פלאקאטן דאס מאל אפשר קען איינער אביסל באשרייבן וואס איז דארט געשטאנען?
פארוואס איז די יעצטיגע וואלן אסאך וויכטיגער פון די פריערדיגע?
פארוואס איז חס וחלילה יעצט יא דא א טשענס אז די גוים גייען זיגען?
איך האב גראדע נישט געזעין די בילדער ווי די טרעקטער פרובירט צו איינווארפן א חדר! די גוים האבן שוין אויפגעגעיבן דעראויף?

גר ותושב » דינסטאג מאי 17, 2016 7:58 pm

· #333473
Re: מאנסי בולעטין -א אויפוואכונג אין מאנסי
הרב אביתר עס איז אפשר דערנאך אויף וואס עס איז שוין געבויט געווארן אבער מקען נאך אסאך טוהן עס זאל נישט ווערן ערגער און ב"ה כפי השמועות ווערט שוין נישט ארויס געגעיבן קיין פערמיטס פאר דירות אן פארקינג און פאר גרויסע דעוועלעפמענס.

חכם עתיק » מיטוואך מאי 18, 2016 11:47 am

· #333570
שיין געווינען ב"ה.

צו זאגן אז נאר די מוסדות פארדינען איז פאלש. ווייל אויב די מוסדות וועלען נישט באקומן געלט פאר די טראנספארטעישאן וועט שכר לימוד זיכער ארויפגיין.

די חוצפה צו זאגן אויף קול מבשר אז מען האלט ביים פארלירן בלא בלא בלא, אלעס כדי ארויסצוברענגען נאך שטימען, דארף זאפארט אויפהערן.

א איד » מיטוואך מאי 18, 2016 1:17 pm

· #333583
Re: מאנסי בולעטין -א אויפוואכונג אין מאנסי
פארוואס?
די מציאות האט שוין געוויזן אז מען האט שוין אמאל פארלוירן.
וועגן דעם פרובירט מען אויף אלע אופנים, זיכער צו מאכן אז דער עולם גייט ארויס שטימען

חכם עתיק » מיטוואך מאי 18, 2016 2:22 pm

· #333591
שטרוי קען מען פארקויפן נאר איינמאל

א איד » מיטוואך מאי 18, 2016 4:07 pm

· #333621
Re: מאנסי בולעטין -א אויפוואכונג אין מאנסי
דערווייל זעה איך אז עס האט זיך יא פארקויפט מער.
קוקט אויס אז עס איז נישט קיין שטרוי

גר ותושב » מיטוואך מאי 18, 2016 6:56 pm

· #333646
Re: מאנסי בולעטין -א אויפוואכונג אין מאנסי
איך זעי אז די באדזעט איז יא אריבער וואס האבן די קול קורא'ס געזאגט מען זאל וואוטן פאר אדער אקעיגן די באדזעט