☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » ריכטער צווינגט צו אנערקענען געי מערידז,

ריכטער צווינגט צו אנערקענען געי מערידז,

40 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9547

ראוונע » דאנערשטאג סעפטעמבער 3, 2015 2:17 pm

· #299352
ריכטער צווינגט צו אנערקענען געי מערידז,
קענטאקי קלוירק קים דעיוויס האט זיך ברייט באקאנט געמאכט מיט דעם וואס זי וויל בשום אופן נישט געבן קיין מערידזש לייסענס פאר געי קאפעלס ווייל זי טענה׳ט אז איר רעליגיע ערלויבט איר דאס נישט צו טון, היינט האט איר א דזשאדזש געהאלטען אין contempt of court אין מהאט איר תיכף אפגעפירט אין תפיסה אריין,
די שאלה איז יעצט. קען די רעגירונג מיך צווינגען צו טון עפעס וואס איז קעגן מיין רעליגיע?
טייערע חבירים לאזט אייך הערן

chusid » דאנערשטאג סעפטעמבער 3, 2015 2:20 pm

· #299355
news.yahoo.com/latest-hundreds-protesters-gay-marriage-hearing-150541892.html

גלח דאווענט פארנט פון געריכט הויז לטובת קום דעוויס
📎 635768821157476673-514a2945x.jpg

יואליש » דאנערשטאג סעפטעמבער 3, 2015 5:19 pm

· #299393
קודם וויאזוי איז דאס קעגן איר רעליגיע. קיינער הייסט איר נישט חתונה האבן מיט א פרוי. סך הכל זאגט די רעגירונג טוה דיין זשאב און קוק נאך אויב די קאפעל'ס אפליקאציע איז נאכגעקומען די געזעצליכע פארשריפטן. און אויב יא, גיב א זיגל.

אויב טענה'ט זי מכח ערבות אדער לפני עיוור איז דאך אין לדבר סוף. מעג א קוימען קערער רייניגן א קוימען וואס הייצט א בילדונג ווי מ'פארקויפט פאפירן וועלכע גייען געניצט ווערן פאר א געי מערידזש סערטיפעקאט?

ראוונע » דאנערשטאג סעפטעמבער 3, 2015 5:33 pm

· #299394
יואליש
קודם וויאזוי איז דאס קעגן איר רעליגיע. קיינער הייסט איר נישט חתונה האבן מיט א פרוי. סך הכל זאגט די רעגירונג טוה דיין זשאב און קוק נאך אויב די קאפעל'ס אפליקאציע איז נאכגעקומען די געזעצליכע פארשריפטן. און אויב יא, גיב א זיגל.

אויב טענה'ט זי מכח ערבות אדער לפני עיוור איז דאך אין לדבר סוף. מעג א קוימען קערער רייניגן א קוימען וואס הייצט א בילדונג ווי מ'פארקויפט פאפירן וועלכע גייען געניצט ווערן פאר א געי מערידזש סערטיפעקאט?

מיטען איר אינטערשרייבען באשטעטיגט זי אז עס הייסט חתונה געהאט
עפעס וואס איר רעליגיע אנערקענט נישט

ירא שמים » דאנערשטאג סעפטעמבער 3, 2015 5:36 pm

· #299395
Re: ריכטער צווינגט צו אנערקענען געי מערידז,
מהאט דאך פארפירט נישט נאר קעגן די עצם לאגאלעזירען די עצם אקט נאר אויך קעגן דאס אנערקענען , איז אנערקענען אליינס איז א פראבלעם , דאס אז זי טוט דאס נאר מן השפה ולחוץ קען זיין אז סהייסט אזוי ווי זיך שמד׳ן מן השפה ולחוץ.

ראוונע » דאנערשטאג סעפטעמבער 3, 2015 5:36 pm

· #299396
אבער פון די אנדערע זייט ווען מען האט איר איינגעשוואוירען האט זי געשוואוירען צו זיין געטריי צו די געזעצן פונעם לאנד אין דעס איז א געזעץ

ירא שמים » דאנערשטאג סעפטעמבער 3, 2015 5:37 pm

· #299397
Re: ריכטער צווינגט צו אנערקענען געי מערידז,
אדעתא דהכי לא נשבעת.

פידלער » דאנערשטאג סעפטעמבער 3, 2015 5:37 pm

· #299398
יעדע שמויגער פאר זיך טויג ער. זי ווערט יעצט א hero ביי די רעכטע. דערנאך קומט speaking engagements, א ביך, א פילם... באלד דארף זי שוין נישט דע זשאב פאר $8 א שעה.

chusid » דאנערשטאג סעפטעמבער 3, 2015 5:41 pm

· #299401
אז א איד וועט ווערן קאמישינער פון טרענספארטעישאן פון ניו יארק סיטי קען ער אפשפארן באן סערוויס שבת?? פרייהייט פון רעליגיע??

יואליש » דאנערשטאג סעפטעמבער 3, 2015 5:42 pm

· #299402
ירא שמים
אדעתא דהכי לא נשבעת.

ווי שטעלט זיך עס אפ? א נטורא קרתא אנגעשטעלט אין די סטעיט דעפארטמענט קען זיך אנטזאגן פון אנערקענען ישראל אלס א לאנד? מעג א מוסלים אין די purchasing department פון א פובליק סקול זיך אנטזאגן פון באשטעלן דבר אחר פאר די לאנטש אין שולע?

ירא שמים » דאנערשטאג סעפטעמבער 3, 2015 5:48 pm

· #299404
Re: ריכטער צווינגט צו אנערקענען געי מערידז,
אז דו קוקסט מצד זיין רעליגיע דארפסטו זעען מי זיין רעליגיע לאזט , דעטס אלל.

ראוונע » דאנערשטאג סעפטעמבער 3, 2015 5:49 pm

· #299405
יואליש
ירא שמים
אדעתא דהכי לא נשבעת.

ווי שטעלט זיך עס אפ? א נטורא קרתא אנגעשטעלט אין די סטעיט דעפארטמענט קען זיך אנטזאגן פון אנערקענען ישראל אלס א לאנד? מעג א מוסלים אין די purchasing department פון א פובליק סקול זיך אנטזאגן פון באשטעלן דבר אחר פאר די לאנטש אין שולע?

לכאורה נישט
אבער זי טענה׳ט אז ווען זי איז געווארען עלעקטעד קלוירק איז נאכנישט געווען אזא געזעץ

יואליש » דאנערשטאג סעפטעמבער 3, 2015 5:50 pm

· #299407
איך האב א רעליגיעזע פראבלעם צו צאלן טעקסעס פאר א רעגירונג וואס ניצט מיין געלט אויף אלע איסורי דאוריתא ודרבנן, און נאכדערצו ווען זיי שיקן מיליטערישע הילף פארן ציוניסטישע לאנד!

יואליש » דאנערשטאג סעפטעמבער 3, 2015 5:52 pm

· #299408
ראוונע
יואליש
ירא שמים
אדעתא דהכי לא נשבעת.

ווי שטעלט זיך עס אפ? א נטורא קרתא אנגעשטעלט אין די סטעיט דעפארטמענט קען זיך אנטזאגן פון אנערקענען ישראל אלס א לאנד? מעג א מוסלים אין די purchasing department פון א פובליק סקול זיך אנטזאגן פון באשטעלן דבר אחר פאר די לאנטש אין שולע?

לכאורה נישט
אבער זי טענה׳ט אז ווען זי איז געווארען עלעקטעד קלוירק איז נאכנישט געווען אזא געזעץ

אבער זי האט זיך אונטערגענימען צו איינהאלטן די געזעץ אפי' נייע וועלכע וועלן אונטערקומען שפעטער און זי האט געוויסט אז געי מערידזש איז פארגעשלאגן אלס א מעגליכע געזעץ.

ראוונע » דאנערשטאג סעפטעמבער 3, 2015 6:16 pm

· #299410
יעצט הער איך אז זי איז גאר א דעמאקראט

דעת תורה » דאנערשטאג סעפטעמבער 3, 2015 7:09 pm

· #299421
Re: ריכטער צווינגט צו אנערקענען געי מערידז,
איר רעליגיע הייסט איר דען אנהאלטן דעם זשאב? זאל זי מוחל זיין רעזיגנירן

דעת תורה » דאנערשטאג סעפטעמבער 3, 2015 7:56 pm

· #299431
Re: ריכטער צווינגט צו אנערקענען געי מערידז,
אלס מסייע לידי עוברי עבירה. די פראבלעם איז נישט דאס מכיר זיין

גר ותושב » דאנערשטאג סעפטעמבער 3, 2015 8:03 pm

· #299432
Re: ריכטער צווינגט צו אנערקענען געי מערידז,
chusid
אז א איד וועט ווערן קאמישינער פון טרענספארטעישאן פון ניו יארק סיטי קען ער אפשפארן באן סערוויס שבת?? פרייהייט פון רעליגיע??

יואליש
ירא שמים
אדעתא דהכי לא נשבעת.

ווי שטעלט זיך עס אפ? א נטורא קרתא אנגעשטעלט אין די סטעיט דעפארטמענט קען זיך אנטזאגן פון אנערקענען ישראל אלס א לאנד? מעג א מוסלים אין די purchasing department פון א פובליק סקול זיך אנטזאגן פון באשטעלן דבר אחר פאר די לאנטש אין שולע?

שתי תשובות בדבר איינס די אלע געזעצן וואס איז דא אויסגערעכנט איז געזעצן שייך נאר פאר יודן איז נישט שייך צו זאגן אז ווייל איך דארף היטען שבת טאר א גוי נישט פארן מיט א באס וואס איך בין אחראי דעראויף און ווייל איך מעיג נישט עסן חזיר טאר איך נישט לאזן א גוי עסן חזיר פאר א גוי איז עס נישט קיין שום איסור.

ועוד ביי אונז יודן ווייסט מען פון שבע מצוות בני נח און דאכט זיך אז מען איז עובר אויף לפני עור לא תתן מכשול אויב א יוד וואלט ווען געחתמט אויף אזא צעטל

ירח בן יומו » דאנערשטאג סעפטעמבער 3, 2015 8:14 pm

· #299436
יואליש
איך האב א רעליגיעזע פראבלעם צו צאלן טעקסעס

אין אמת'ן אריין איז טאקע דא אזא רעליגיע וואס די ריגירונג קען טאקע נישט נעמען ביי זיי קיין טעקס. זיי וועלוען נאר נאכן די טויט פאר דער וואס טענה'ט אזוי און עם בודק זיין צו ער היט טאקע אלע מנהגים פון יענע רעיליגע.

ראוונע » דאנערשטאג סעפטעמבער 3, 2015 8:43 pm

· #299440
די ריכטער האט געמאלדען אז ער וועט איר האלטען אין טורמע ביז זי וועט זיך ברעכן
לאמיר זעהן ווילאנג זי וועט זיך קענען האלטען

מבקר » דאנערשטאג סעפטעמבער 3, 2015 8:49 pm

· #299443
לפני עיוור גייט נישט אן ווען דער וואס וויל עובר זיין אן עבירה האט די מעגליכקייט עס צו עררייכען מיט הילף פון א דריטן, סא די טענה שטימט נישט.

גר ותושב » דאנערשטאג סעפטעמבער 3, 2015 8:50 pm

· #299444
Re: ריכטער צווינגט צו אנערקענען געי מערידז,
מבקר
לפני עיוור גייט נישט אן ווען דער וואס וויל עובר זיין אן עבירה האט די מעגליכקייט עס צו עררייכען מיט הילף פון א דריטן, סא די טענה שטימט נישט.

מהיכא תיתי?

מבקר » דאנערשטאג סעפטעמבער 3, 2015 8:57 pm

· #299448
גר ותושב
מבקר
לפני עיוור גייט נישט אן ווען דער וואס וויל עובר זיין אן עבירה האט די מעגליכקייט עס צו עררייכען מיט הילף פון א דריטן, סא די טענה שטימט נישט.

מהיכא תיתי?

עיין בגמרא מסכת עבודה זרה דף ו: בתחילת העמוד.

גר ותושב » דאנערשטאג סעפטעמבער 3, 2015 9:26 pm

· #299454
Re: ריכטער צווינגט צו אנערקענען געי מערידז,
מבקר
גר ותושב
מבקר
לפני עיוור גייט נישט אן ווען דער וואס וויל עובר זיין אן עבירה האט די מעגליכקייט עס צו עררייכען מיט הילף פון א דריטן, סא די טענה שטימט נישט.

מהיכא תיתי?

עיין בגמרא מסכת עבודה זרה דף ו: בתחילת העמוד.

ניחצתנו

אבער מען זעיט נאך אלס אז אסור לעשות שותפות עם גוי ווייל ער וועט שווערן מיטן נאמען פון עבודה זרא און אפילו עס איז דארט אויך נישט שייך משום לפני עור נאר ממידת חסידות לכאורה וואלט א יוד זיך געמעגט מוסר נפש זיין דעראויף איך מיין אז דאס איז ערגער ווי שותפות מיט א גוי וואס קען נאר גורם זיין א הזכרת שם עבודת כוכבים

ירא שמים » דאנערשטאג סעפטעמבער 3, 2015 10:07 pm

· #299460
Re: ריכטער צווינגט צו אנערקענען געי מערידז,
ראוונע
די ריכטער האט געמאלדען אז ער וועט איר האלטען אין טורמע ביז זי וועט זיך ברעכן
לאמיר זעהן ווילאנג זי וועט זיך קענען האלטען
די פסק קוקט מיר אויס נישט קיין יושר

גר ותושב » דאנערשטאג סעפטעמבער 3, 2015 10:10 pm

· #299461
Re: ריכטער צווינגט צו אנערקענען געי מערידז,
ירא שמים
ראוונע
די ריכטער האט געמאלדען אז ער וועט איר האלטען אין טורמע ביז זי וועט זיך ברעכן
לאמיר זעהן ווילאנג זי וועט זיך קענען האלטען
די פסק קוקט מיר אויס נישט קיין יושר

אויפן ערגסטן פאל וואלט ער איר געדארפט סעספענדען און צו נעמען די פעיראול

ראוונע » דאנערשטאג סעפטעמבער 3, 2015 11:32 pm

· #299472
גר ותושב
ירא שמים
ראוונע
די ריכטער האט געמאלדען אז ער וועט איר האלטען אין טורמע ביז זי וועט זיך ברעכן
לאמיר זעהן ווילאנג זי וועט זיך קענען האלטען
די פסק קוקט מיר אויס נישט קיין יושר

אויפן ערגסטן פאל וואלט ער איר געדארפט סעספענדען און צו נעמען די פעיראול

די אינטערעסאנטע זאך איז אז דעי וואס האבען אריינגעגעבן די קלאגעס אנקעגן איר האבען דוקא פארלאנגט פונעם שופט ער זאל איר נישט צוטיילען טורמע (זיי האבען מורא געהאט עס וועט איר נאר מאכען פאר א העלד) נאר ענדערש געבן א גרויסע fine די דזשאדזש האט אבער אנגעוויזען אז אירע שטיצער האבען שוין אויפגעטריבען אסאך געלט פאר דעם צוועק ממילא וועט א fine איר נישט אפעקטירען האט ער איר ענדערש אריינגעווארפען אין טורמע

פידלער » פרייטאג סעפטעמבער 4, 2015 9:05 am

· #299490
<a class="postlink" href="http://www.huffingtonpost.com/paul-raushenbush/kim-davis-is-not-martin-luther-king-jr_b_8084636.html">http://www.huffingtonpost.com/paul-raus ... 84636.html</a>

Here's a simple guide: If your love feels like hate then it is not love. If you are using God to denigrate and humiliate then it is not God.

יואב » פרייטאג סעפטעמבער 4, 2015 1:09 pm

· #299526
Re: ריכטער צווינגט צו אנערקענען געי מערידז,
ס'איז א חרפה אז די זעלבע קאנסערוואטיוון וואס פארפירן אז אבאמא זוכט שטענדיג איבערצוקלוגן די געזעצן, אז די רעגירונג מישט זיך אין פערזענליכע אנגעלעגנהייטן, דוקא זיי מוטיגן פאר אינדעווידואלן צו פארלעצן דאס געזעץ ווען ס'שפילט נישט צו זייערע אינטערעסן, דוקא זיי ווילן אז יעדער זאל זיין געטריי צו גאט און אויך נאר אויף דעם אופן ווי זיי פארשטייען . למעשה האט דאס העכסטע געריכט לעגאלאזירט. ביי וועמען די רעליגיע שטייט העכער פון געזעץ, זאל געזונטערהייט זיך אפזאגן פון דעם דזשאב. שיין וועט אמעריקע — א לאנד פון פארשידענע ראסן און רעליגיע — אויסזען אז יעדער וועט וועלן ארויפצוצווינגען זיין גאט אויף יעדן. היינט איז דאס קריסטנטום, מארגן איז דאס שאריא-געזעץ.

ווידער דער עצם מסירת נפש אקט דההיא סבתא, איר מחלוקת לשם שמים איז שוין איינמאל אונטער א גרויסער פראגע-צייכן.

אין איר סטעיטמענט זאגט זי:

"I never imagined a day like this would come, where I would be asked to violate a central teaching of Scripture and of Jesus Himself regarding marriage".

קודם איז זי דאך נישט אליינס עובר על מצוות המלך — געלויבט דעם פון אונטן אז זי איז סטרעיט. זי ברויך סך הכל טון איר ארבעט, וואס די דעפענציע דערפון האט זיך לעצטנס לעגאל אויסגעברייטערט. דא עקא אבער, זי האט זיך שוין ג'גט א מאל דריי און חתונה געהאט — פיר.  נישט אז זי האט נישט געהאט קיין היתרים, נישט אז איך קימער בכלל און זיכער האלט איך נישט אז זי האט נישט געמעגט. אויב האט זי אבער אין איר לעבן נישט גע'חלומ'ט אז וועט פארלעצן די פרינציפן פון יאשקע בכלליות און איבער הייראט בפרט, דאן צייגט דאס אויף איר ביליג-היפאקריטישן כאראקטער. נישט אז ווען זי איז ווען יא אזוי געטריי צו איר רעליגיע וואלט זי יא געווען גערעכט, נאר יעצט איז סיי אומגערעכט, סיי א שמוציגע היפאקריט און איר אגענדע פון וועלן זיין א העלד צווישן רעכטע פאנאטיקער, שארן געלט און מאכן א לעבן איז לכאורה זייער קלאר.

Sent from my SM-G900T using Tapatalk

ירא שמים » פרייטאג סעפטעמבער 4, 2015 3:37 pm

· #299555
Re: ריכטער צווינגט צו אנערקענען געי מערידז,
ב״ה אז סווערט געהערט א קול מחאה קעגן די מלכות הרשעה והמינות והזנות , ויה״ר שיקוים בנו במהרה ״וכל הרשעה כלה כעשן תכלה כי תעביר ממשלת זדון מן הארץ.

יואב » פרייטאג סעפטעמבער 4, 2015 3:51 pm

· #299562
Re: ריכטער צווינגט צו אנערקענען געי מערידז,
ירא שמים
ב״ה אז סווערט געהערט א קול מחאה קעגן די מלכות הרשעה והמינות והזנות , ויה״ר שיקוים בנו במהרה ״וכל הרשעה כלה כעשן תכלה כי תעביר ממשלת זדון מן הארץ.

"כעשן תכלה" איז שוין ליידער געווען א פאקט ביי אזאנע זאכן אין דער פארגאנגענהייט — הן בכלליות און פאר דעם אידנטום בפרט. דו ווארט נאר טאקע אז מ'זאל אויף דיר ארויפצוצווינגען דעם קריסטנטום, אז רעליגיע זאל דאמאנירן דאס געזעץ און נישט דעמאקראטיע. גרויסער חכם!
ירא שמים
ב״ה אז סווערט געהערט א קול מחאה קעגן די מלכות הרשעה והמינות והזנות , ויה״ר שיקוים בנו במהרה ״וכל הרשעה כלה כעשן תכלה כי תעביר ממשלת זדון מן הארץ.

Sent from my SM-G900T using Tapatalk

פליקער » פרייטאג סעפטעמבער 4, 2015 4:09 pm

· #299565
Re: ריכטער צווינגט צו אנערקענען געי מערידז,
די טענה וואס זי האט איז גערעכט, א מענטש מעיג און מיז האבן א אייגענע מאראל מעסטער, ווי למשל אויב איינעמס דזשאב איז צי זיין א זונה קען נישט זאגן איך טי מיין דזשאב און בין נישט פאראנטפערטליך פאר די עבירה, ווען א לאנד האט א אימאראישע געזעץ לפי ראות עניה ברויך זי ווידערשפעיניגן, גענוי ווי מיר האלטן פאר די נאצי'ס וואס האבן געטענה'ט איך טי מיין דזשאב, נישט איך בין שילדיג, האט מען און נירענבערג נישט אנגענימען די תירוץ כאטשיג דער אינדעווידיאלע נאצי האט נאר אויסגעפאלגט א באפעיל אדער געזעץ, זי איז א הירא אפגעזעין צי זי איז גערעכט, נאר וויבאלד זי האלט זיך ביי איר מיינינג, דאס איז די אמעריקע איך קען, אזוי האט זיך אנגעהויבן די סיוויל רייט'ס און די באסטאן טי פארטי, ועוד, נאר פון געזעץ ווידערשפעיניגער וואס האבן געהאט א אייגענע מאראל מעסטער

גר ותושב » פרייטאג סעפטעמבער 4, 2015 4:34 pm

· #299573
Re: ריכטער צווינגט צו אנערקענען געי מערידז,
פליקער

ביסט הונדרעט פערסענט גערעכט אבער פארוואס האט זי זיך נישט אפגעזאגט

פליקער » פרייטאג סעפטעמבער 4, 2015 4:40 pm

· #299577
Re: ריכטער צווינגט צו אנערקענען געי מערידז,
ווען מען שלאגט זיך ברויך מען זיין אויפן פראנט און דארט זיך שלאגן, זי וויל פראָווען א פוינט, און זי קען דאס נישט טיען ווען זי אנטלויפט אדער זאגט זיך אפ, זי וועט זיצען און פארפירן אלס ריכטער און ברעינגן אטענטשן צי איר מלחמה, יא העוו טו בי אין איט טו פייט, אזוי גייט די שפריכווארט

ירא שמים » פרייטאג סעפטעמבער 4, 2015 4:41 pm

· #299578
Re: ריכטער צווינגט צו אנערקענען געי מערידז,
סקען זיין זי האט געווארט אויף דעם צו מאכן א מחאה וואס וועט האבן א שטארקע אפקלאנג אזוי ווי סהאט זיך טאקע אויסגעשטעלט.

ירא שמים » פרייטאג סעפטעמבער 4, 2015 4:44 pm

· #299579
Re: ריכטער צווינגט צו אנערקענען געי מערידז,
[ציטאט אראפגענומען]
זי זאגט נישט אז אמעריקע זאגט אז סאיז א הייראט , זי איז די רעפרעזונטאט פון אמעריקע , ווען זי שרייבט אונטער איז כאילו אמעריקע שרייבט אונטער.

גר ותושב » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 8:50 am

· #299661
Re: ריכטער צווינגט צו אנערקענען געי מערידז,
ירא שמים
[ציטאט אראפגענומען]
זי זאגט נישט אז אמעריקע זאגט אז סאיז א הייראט , זי איז די רעפרעזונטאט פון אמעריקע , ווען זי שרייבט אונטער איז כאילו אמעריקע שרייבט אונטער.

יא אבער וואס איז שוין די ווערט פון די חתימה די מעשה עבירה קען יענער ממילא טוהן סך הכל דארף ער אביסל בענעפיטס מאכט ער עס ליגאל
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/285302">viewtopic.php?p=285302#p285302</a><!-- l -->

ראוונע » מאנטאג סעפטעמבער 7, 2015 1:51 pm

· #299876
קומט יעצט פאר א ראלי אינדרויסען פון די טורמע ווי רביצין דעוויס איז פארשפארט
📎 image.jpg

ראוונע » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2015 1:35 pm

· #300061
די ריכטער האט איר היינט באפרייט אבער האט איר פארארדענט אז זי זאל נישט שטערן די קלוירקס אין איר אפיס פון ארויסגעבן מערידזש לייסענס פאר געי קאפעלס

פידלער » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2015 7:07 pm

· #300148
Here's the hero. Supported by presidential candidates, cheered on by people as broad-minded as she is. Next week: book deal

www.msnbc.com/msnbc/huckabee-and-cruz-visit-jailed-kentucky-clerk

Also, I have to add this