☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » פארוואס פעלט אויס די רשעות?

פארוואס פעלט אויס די רשעות?

29 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9542

שבת אחים » דאנערשטאג סעפטעמבער 3, 2015 5:07 am

· #299286
פארוואס פעלט אויס די רשעות?
איך ווייס וואס איר טראכט שוין ווידער קומט דער אט״ד האקן אויף אונזער געזעלשאפט שוין ווייטער מיט זיין נעגיטיוויטי, אבער טייערע ברידער איך בעט אייך בכל לשון של בקשה הערטס מיך אויס א מינוט און געטס מיר א טשענס אייך צו אויפמערקזאם מאכן איבער גאר א וויכטיגע נושא וואס איז נוגע פאר יעדעם איינעם אין אונזער היימישע קאמיונטי.

לאמיר אייך דערציילן א אמתע מעשה וואס האט זיך אפגעשפילט פארגאגענע וואך׃

ר׳ שמואל איז א ליבליכע חסידישע איד א בן ששים א וויואלער מיטגעמאכטער מענטש וואס ליידט זיך נעבעך אפ א פעקל צרות צרירות פון אלע זייטן, מיט דעם אלעם איז ער גאר א באטאמטער געשמאקער איד וואס האט שטענדיג א שמייכל אויף זיין פנים און אייביג א גוט ווארט און א גלייך-ווערטל און איז שטענדיג גרייט צו העלפן א יעדעם איינעם און איז א ריכטיגע נוח לבריות, ער זיצט בקביעות א יעדען טאג אין א געוויסע רעסטעראנט אין מאנסי און עסט זיין טעגליכע פת שחרית וואס באשטייט שוין יארן פון די זעלבע עסען אומגעטוישט אזוי ארום דארף ער ניטאמאל באשטעלן די עסען נאר די ארבעטארערס פון געשעפט ווייסן שוין אויסווענדיג וואס ער דארף און ווי נאר זיי זעהן ר׳ שמואל אריינקומען נעמען זיי זיך גלייך צו די עבודה,

אין א געוויסע צופרי ווען ר׳ שמואל איז אריינגעקומען אין געשעפט איז דארט געוועהן א צווייטע איד וואס איז פערצופאל אריינגעקומען דארט און ווען ער האט געזעהן אז ר׳ שמואל באקומט אויטאמאטיטש די עסען האט ער ממש נישט געקענט אויסהאלטן די חוצפה אז איינער איבערהיפּט די ליין און באקומט צו עסען פאר אים איז ער צוגעגאנגען צי ר׳ שמואל אין אים געזאגט די ווערטער: "יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס איר האט אזעלכע קינדער אז דו פירסט זיך אזוי אויף"!

ר׳ שמואל א מדקדק בקלה ובחמורה גייט זיך יעדען טאג טובלן אין מקוה און פארפעלט נישט קיין מנין דריי מאל א טאג, ער האט ליידער מעהר ווי איין קינד וואס איז אראפ פון אידישען וועג, זיי וואוינען נישט מיט אים צוזאמען און זיי האבן גאר ווייניג שייכות, אבער וואס קען ער נעבעך טוהן? ער עסט זיך דאס געזונט צוזאמען מיט זיין בני בית און די גאנצע משפחה פילט ווי א ביטערע טראגעידיע האט זיי באטראפן אבער ליידער זאגט ער אז אפאר מאל א וואך דערמאנען אים גיטע אידן וועגן זיינע קינדער און זיין פיין אזוי אז ער זאל ח״ו נישט פארגעסן און מסיח דעת זיין פאר א רגע פון זיינע ביטערע צרות!

איך וואלט אפשר געקענט פארשטיין ווען די ראצערס וואלטן אנגעשריגען אדער געמוסרט זיינע קינדער וואס זענען אטד און אראפ פון וועג אבער וואס ווילט איר פון דעם אומשולדיגן טאטן? וואס קען ער נעבעך טוהן? פון ווי שטאמט אזא פרעכע גרויליגע רשעות? וואס ווילט איר אויפטוהן מיט דעם? קיין איין אטד וועט נישט דורך דעם האבן געלייגט תפילין אדער האלטן שבת! וואס ווילט איר פון אזא איד וואס איז ארומגענומען מיט צרות פארוואס פעלט אויס צולייגן זאלץ אויף די וואונדען? און וויאזוי איז דעס אויסעגעהאלטן ע״פ תורה וואס איז מיט לשה״ר, רכילות, "לא תונו איש את עמיתו", "ואהבת לרעך כמוך", "לא יומתו אבות על בנים ובנים לא יומתו על אבות איש בחטאו יומתו"?.

טייערע ברידער איך בין נישט געקומען קאמפלעינען אין די אשכול כדרכי בקודש איך וויל אייך נאר אויפמערקזאם מאכן אז ווען איר זעהט א איד וואס האט א אט״ד קינד זאלט איר וויסן אז די עלטערן און די משפחה זענען שרוי בצער און ס׳קומט זיי נישט אן גרינג און זיי שעמען זיך גאר שטארק דערמיט איז ביטע זיך רעכענענן מיט זייערע געפילן! רעדסט ארום איבעראל דערפון און פארמערטס Public awareness וויאזוי אומצוגיין מיט עלטערן און משפחה וואס האבן אטד ברידער און שוועסטער, פרעגטס נישט די עלטערן וואס זייערע קינדער מאכן ווייל דעס דערמאנט זיי נאר פון זייערע צרות און זיי ווערן דורכדעם פארשעמט, רעקאמענדירט זיי אויך נישט קיין טערפיסטן און מישט אייך נישט אריין אין יענעמעס קישקעס און לאזט יעדעם לעבן ווייל סוכ״ס איז קיינער נישט פארזיכערט מיט זיינע קינדער אפילו יצחק אבינו האט געהאט א זוהן א אטד מיט דעם אלעמען האט ער אים זייער ליעב געהאט ווי אויך דער באר מים חיים זצוק״ל און דער אהבת ישראל זצוק״ל.

דריידל » דאנערשטאג סעפטעמבער 3, 2015 7:52 am

· #299289
אינטערעסאנט אז די האסט געזעהן אזא געפיראכץ ווייל איך האב נאך קיין איין מאל נישט געזעהן אז מ'זאל איינעם זאגן א שלעכט ווארט איבער זיין אטד קינד, חוץ די רבנים וואס זיי ווייסן פינקטליך פארוואס ס'קומט צו פון וואטסעפ אדער טעיסטערס טשויס קאווע. אונז פשוטע מענטשעלעך ווייסן אז קיינער איז נישט פארזיכערט און האבן מיטלייד מיט איינער וואס האט אן אפגעפארן קינד.

שבת אחים » דאנערשטאג סעפטעמבער 3, 2015 8:02 am

· #299291
דריידל
אינטערעסאנט אז די האסט געזעהן אזא געפיראכץ ווייל איך האב נאך קיין איין מאל נישט געזעהן אז מ'זאל איינעם זאגן א שלעכט ווארט איבער זיין אטד קינד, חוץ די רבנים וואס זיי ווייסן פינקטליך פארוואס ס'קומט צו פון וואטסעפ אדער טעיסטערס טשויס קאווע. אונז פשוטע מענטשעלעך ווייסן אז קיינער איז נישט פארזיכערט און האבן מיטלייד מיט איינער וואס האט אן אפגעפארן קינד.

דער איד האט זיך צו מיר אויסגערעדט און ער האט מיר עס אליינס פארציילט די מעשה מיט טרערן אין די אויגן! לעצטענס ווען עס איז מיר אויסגעקומען צו פירן א לאנגע שמועס מיט אים, לויט אים הערט מען אים נישט אויף צו באדערן, ער האט געניצט די דאזיגע ווערטער ״אפאר מאל א וואך!״ איך בין זייער ערנסט!

קאווע טרינקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 3, 2015 8:05 am

· #299292
ערשטענס כל, דו ביסט נישט קיין אט"ד ווילאנג דו האלטס נאך אז דער אהבת ישראל איז געווען גרעסער ווי די קדושת יום טוב און די מנחת אלעזר...
צווייטענס, לויט ווי דו פארציילסט עסט שוין אונזער ר' שמואל דארט יארן, און באקומט זיין פארציע אנע פרעגן. איך בין זיכער אז במשך די יארן האבן זיך זייער אסאך אנדערע come and go קאסטומערס זיך שטארק געוואונדערט און זיך אפילו גערעגט! סארא חוצפה דאס, יענער איז געקומען שפעטער און איך שטיי נאך און ווארט...
קען זיין אז צווישען די מענטשען זענען אויך געווען אזעלכע וואס האבן געטראכט אז צוליב שמואל'ס חוצפה'דיגע מידות האט ער טאקע אזא צרות'דיגע שטוב. - בכל אופן במשך די אלע יארן האט אים קיינער קיינמאל נישט געזאגט א ווארט!
פארוואס טאקע? ווייל די אלע מענטשן זענען אויפגעצויגן געווארן מיט public awareness.
האט זיך געמאכט לעצטענס, א הונגעריגע נערוועזע איד, מיט נישט די בעסטע מידות, און איז ארויס פון קאנטראל אין געזאגט א סטעיטמענט וואס אחוץ אויב ער איז א רשע, האט ער אוודאי חרטה געהאט תוך כדי שאילת שלום.
ממילא, פארשטיי איך נישט פארוואס נאכן באשרייבן די געפערלעכע אינצידענט, טוישט זיך דיין לשון פון יחיד צו רבים, און כדרכך ביסטו משלב אלע פראבלעמען מענין לעניין. עכ"פ, דיין חשש אז מ'וועט דיך שוין ווייטער אנקוקען אלץ א "האקער" (מיט א פתח), - נישט איך חלילה - איז אפשר אויך לעגיט ביי דעם אשכול.

שבת אחים » דאנערשטאג סעפטעמבער 3, 2015 8:12 am

· #299293
קאווע טרינקער

ער זאגט דאך אז ס׳איז מעהר ווי איינער, ליידער איז דא אסאך מענטשען מיט שלעכטע מידות און ווייניג שכל, 😞 😢 😢

קאווע טרינקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 3, 2015 8:16 am

· #299294
דאס האסטו יעצט צוגעלייגעט. און ס'איז שקר!

שבת אחים » דאנערשטאג סעפטעמבער 3, 2015 8:24 am

· #299296
קאווע טרינקער
ערשטענס כל, דו ביסט נישט קיין אט"ד ווילאנג דו האלטס נאך אז דער אהבת ישראל איז געווען גרעסער ווי די קדושת יום טוב און די מנחת אלעזר...

איך האלט אזוי? דער מנחת אלעזר האט אליינס אזוי געהאלטן, ער פלעגט דאך געבן זיינע שווערע קוויטלעך פארן סבא קדישא דער אהבת ישראל זצוק״ל, און ער פלעגט אים מאכן יעדע וואך שבת א מי שברך, ווי אויך איז באקאנט די מעשה אז מ׳האט אמאל פארגעהאלטן דעם מנחת אלעזר פארוואס ער האקט אויף א יעדעם וואס שטיצט אגודה חוץ אויפן אהבת ישראל האט ער געזאגט ״ישראל אע״פ שחטא ישראל הוא"!, זכותם יגן עלינו.

צוריק צו די ארגינעלע נושא פונעם אשכול...

שבת אחים » דאנערשטאג סעפטעמבער 3, 2015 8:26 am

· #299297
קאווע טרינקער
דאס האסטו יעצט צוגעלייגעט. און ס'איז שקר!

הלואי וואלט עס טאקע נישט געוועהן אמת, אבער דער איד זאגט אנדערש.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 3, 2015 8:30 am

· #299298
שבת אחים
קאווע טרינקער
דאס האסטו יעצט צוגעלייגעט. און ס'איז שקר!

הלואי וואלט עס טאקע נישט געוועהן אמת, אבער דער איד זאגט אנדערש.

חלילה, נישט דו זאגסט ליגנעט! חס ושלום!
יענער איד, ר' שמואל, איז א שקרן.

שבת אחים » דאנערשטאג סעפטעמבער 3, 2015 8:39 am

· #299300
קאווע טרינקער
שבת אחים
קאווע טרינקער
דאס האסטו יעצט צוגעלייגעט. און ס'איז שקר!

הלואי וואלט עס טאקע נישט געוועהן אמת, אבער דער איד זאגט אנדערש.

חלילה, נישט דו זאגסט ליגנעט! חס ושלום!
יענער איד, ר' שמואל, איז א שקרן.

קען זיין, אבער איך זעה נישט קיין סיבה שבעולם פארוואס ער זאל זאגן ליגענט, חוץ מזה איז ער גאר א ערליכע איד וואס האט חזקות כשרות
און וואלט אזא ליגענט (לכאורה) קיינמאל נישט געזאגט!

יהושע חיים » דאנערשטאג סעפטעמבער 3, 2015 8:44 am

· #299301
Re: פארוואס פעלט אויס די רשעות?
ליידער קען מען זאגן אז ביי אינז טראכט מען פאר דעם און דאס האט ער אזאליכע קינדער אבער אפילו מען זאגט גארנישט טראכטען אסאך אידן אזוי און אין מיינע מיינונג איז דאס א געפערליכע פאברעך וואס איז ער שילדיג ער וויינט נאך מער ווי די איז נישט דא אידן בעלי מידות טובות מדקדקים בקלה כחמורה און האבן אויך ליידער קינדער א טי די וואס וועט זיין דיין ענפער אויף זיי

עס איז שוין הויך צייט אויפציהערן אפצוסטעמפלן אחב"י

Sent from my LG-P659 using Tapatalk

שבת אחים » דאנערשטאג סעפטעמבער 3, 2015 8:57 am

· #299302
יהושע חיים
ליידער קען מען זאגן אז ביי אינז טראכט מען פאר דעם און דאס האט ער אזאליכע קינדער אבער אפילו מען זאגט גארנישט טראכטען אסאך אידן אזוי און אין מיינע מיינונג איז דאס א געפערליכע פאברעך וואס איז ער שילדיג ער וויינט נאך מער ווי די איז נישט דא אידן בעלי מידות טובות מדקדקים בקלה כחמורה און האבן אויך ליידער קינדער א טי די וואס וועט זיין דיין ענפער אויף זיי

עס איז שוין הויך צייט אויפציהערן אפצוסטעמפלן אחב"י

Sent from my LG-P659 using Tapatalk

איך ווייס נישט צו דו רעדסט צו מיר איך כאפ נישט פונקטליך וואס דו מיינסט צו זאגן, איך האב אין די אשכול נישט אפגעסטעמפעלט קיינעם און מיין מאטיוו מיט די אשכול איז נישט צו האקן אויפן סיסטעם ווי איידער ברענגען Awareness צום עולם! איך האלט אז מ׳דארף זיין זייער פארזיכטיג מיט אזעליכע אידן און וואטשען וואס מ׳רעדט קעגן זיי און טאמער וועט עס נאר צוריקהאלטן איין מענטש פון זאגן א קרום ווארט פאר אזא טאטע האט זיך אלעס געלוינט!

יהושע חיים » דאנערשטאג סעפטעמבער 3, 2015 9:09 am

· #299304
Re: פארוואס פעלט אויס די רשעות?
איך האב נישט געמיינט דיר איך האב געמיינט דער איד וואס האט מבייש געווען ר שמואל
ער האט געזאגט אזאך וואס אסאך אנדערע טראכטען ער איז נישט געווען גערעכט מיטן זאגן דאס געט אבער נישט רעכט פארוואס זייער אסאך מענטשן זאגן עס נישט אבער טראכטען טראכטען זיי נישט אנדערש ווי דער שרייער און אויף דעם זאג עס איז שוין צייט אפצישטעלן די מיינד סעט

Sent from my LG-P659 using Tapatalk

ירא שמים » דאנערשטאג סעפטעמבער 3, 2015 10:55 am

· #299314
Re: פארוואס פעלט אויס די רשעות?
דער אהבת ישראל האט געהאט א אפגעפארענע זון ?

mevakesh » דאנערשטאג סעפטעמבער 3, 2015 11:03 am

· #299316
Re: פארוואס פעלט אויס די רשעות?
א זוהן נישט אפשר א טאכטער הגם איך מיין אז נישט אטד פשוט מער מאדערן

שבת אחים » דאנערשטאג סעפטעמבער 3, 2015 12:09 pm

· #299324
mevakesh
א זוהן נישט אפשר א טאכטער הגם איך מיין אז נישט אטד פשוט מער מאדערן

איך מיין אז דו מישט דא אויף די יוצרות, איך בין נישט הונדרעט פראצענט זיכער, אבער אזוי האב איך געהערט ער האט דאכצעך געהאט צוויי טעכטער וואס זענען נישט געגאנגען אין שפאַן, איינע איז געוועהן ווי דו זאגסט אביסל מאדערן און די אנדערע אינגאנצן פריי, כך שמעתי,

mevakesh » דאנערשטאג סעפטעמבער 3, 2015 1:06 pm

· #299337
Re: פארוואס פעלט אויס די רשעות?
@שבת קען זיין אבער אהן נעמען איז שווער דן צו זיין
אגב האב איך געהערט אמאל אז רבי מאטעלע האט געזאגט פאר איינעם אז די זיידע האט געהאט שוואכע טעכטער די טאטע האט געהאט בעסערע און איך האב שוין נאך בעסערע....

לית דין בר נש » דאנערשטאג סעפטעמבער 3, 2015 1:53 pm

· #299346
די לייק איז פאר ר' מאטעלע נישט פאר דיר

יהושע חיים » דאנערשטאג סעפטעמבער 3, 2015 2:23 pm

· #299357
דער אמרי חיים האט געהאט מאדערנער טעכטער אפשר מישט מען דא אויף

פארוואס? » דאנערשטאג סעפטעמבער 3, 2015 2:28 pm

· #299359
mevakesh
@שבת קען זיין אבער אהן נעמען איז שווער דן צו זיין
אגב האב איך געהערט אמאל אז רבי מאטעלע האט געזאגט פאר איינעם אז די זיידע האט געהאט שוואכע טעכטער די טאטע האט געהאט בעסערע און איך האב שוין נאך בעסערע....

אוי וויי, עס כאפט א ציטער ווי אזוי זיין זוהן'ס טעכטער וועלן ארויסקומען...

שבת אחים » דאנערשטאג סעפטעמבער 3, 2015 3:19 pm

· #299366
יהושע חיים
דער אמרי חיים האט געהאט מאדערנער טעכטער אפשר מישט מען דא אויף

אין די אשכול "'רבי'שע קינדער .vs פשוט'ע קינדער" האט מען שוין באהאנדלט איבער די נושא, סיי דער אמרי חיים און סיי דער אהבת ישראל האבן געהאט א אטד טאכטער, די אמרי חיים׳ס יונגסטע טאכטער צפורה וואס לעבט נאך איז געוועהן אלע יארן א מחלל שבת בפרהסיא און געוואוינט אין א לינקע פרייע קיבוץ.

זעה וואס איך האב דא געשריבן
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/294321">viewtopic.php?p=294321#p294321</a><!-- l -->

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג סעפטעמבער 3, 2015 3:49 pm

· #299371
Re: פארוואס פעלט אויס די רשעות?
לאמיר פאר א מינוט אננעמען אז מ'מעג יא אפסטעמפלען, אז אונאת דברים איז גאר א מצוה און דער טשעפעניאק האט גוט צוגעטראפען צו א געפערליכע עוולה אז א מענטש א שטענדיגע איינקויפער אין א געשעפט באקומט בעסערע סערוויס דערפאר. יעצט איז דער נידערטרעכטיגער פרעסער וואס ס'רעגט איהם צו ווארטען א פאר איבעריגע סעקונדע'ס פאר זיין עסן יא גערעכט? עפעס א לאגיק האט עס יא?
אלא מאי? מ'רעדט פון א טפש מרחם אמו. נו, וואס וויל מען פון איהם. די זעלבע טפשות וואס מאכט איהם אזוי טראכטען לאזט איהם נישט כאפען דער עוולה שבו.
וכמו ששמענו מפ''ק פונ'ם מטה אהרן זז''ג 'ס'איז דא אזעלכע וואס פארשטייען נישט קיין שבעים לשון....ס'איז געווען אזוי אין קראלע, ס'איז געווען אזוי......'

יעקב מענטש » דאנערשטאג סעפטעמבער 3, 2015 4:00 pm

· #299375
רט
קאווע טרינקער
ערשטענס כל, דו ביסט נישט קיין אט"ד ווילאנג דו האלטס נאך אז דער אהבת ישראל איז געווען גרעסער ווי די קדושת יום טוב און די מנחת אלעזר...
צווייטענס, לויט ווי דו פארציילסט עסט שוין אונזער ר' שמואל דארט יארן, און באקומט זיין פארציע אנע פרעגן. איך בין זיכער אז במשך די יארן האבן זיך זייער אסאך אנדערע come and go קאסטומערס זיך שטארק געוואונדערט און זיך אפילו גערעגט! סארא חוצפה דאס, יענער איז געקומען שפעטער און איך שטיי נאך און ווארט...
קען זיין אז צווישען די מענטשען זענען אויך געווען אזעלכע וואס האבן געטראכט אז צוליב שמואל'ס חוצפה'דיגע מידות האט ער טאקע אזא צרות'דיגע שטוב. - בכל אופן במשך די אלע יארן האט אים קיינער קיינמאל נישט געזאגט א ווארט!
פארוואס טאקע? ווייל די אלע מענטשן זענען אויפגעצויגן געווארן מיט public awareness.
האט זיך געמאכט לעצטענס, א הונגעריגע נערוועזע איד, מיט נישט די בעסטע מידות, און איז ארויס פון קאנטראל אין געזאגט א סטעיטמענט וואס אחוץ אויב ער איז א רשע, האט ער אוודאי חרטה געהאט תוך כדי שאילת שלום.
ממילא, פארשטיי איך נישט פארוואס נאכן באשרייבן די געפערלעכע אינצידענט, טוישט זיך דיין לשון פון יחיד צו רבים, און כדרכך ביסטו משלב אלע פראבלעמען מענין לעניין. עכ"פ, דיין חשש אז מ'וועט דיך שוין ווייטער אנקוקען אלץ א "האקער" (מיט א פתח), - נישט איך חלילה - איז אפשר אויך לעגיט ביי דעם אשכול.

איך האב אלעמאל געוואוסט אז ווען א איד טוט מעשים אשר לא יעשו אין פובליק טראגט ער א אחריות אויף גאנץ כלל ישראל, ווייל ביים גוי - עפ"י רוב - זענען אלע חסידים איינס, און אויב איינער ווארפט אראפ שמוץ אויפן גאס מיינט דאס אז אלע אידן זענען אומערצויגן.

יעצט הער איך אז די זעלבע כלל גייט אן ווען מ'טוט עפעס פארענט פון די אט"ד'ס אויך!

איך ווייס נישט צו דער רבי שמואל האט אויך אפגעלערענט פשט אזוי ווי שבת, אז ס'איז עפעס א מכה חרידי דאס הנאה האבן צו טרעטן אויף יענעמ'ס הינער אויג, אפי' אויב יא, גיי איך נישט דן זיין א צובראכענע אנגעגעסענע טאטע וואס קען צוקומען צו אזוינע אומלאגישע החלטות מרוב צער, אבער דו שבת וואלסט יא געמעגט נוצן קאפ, אז דאס האט נישט מיט די 'קאמיוניטי' גארנישט, סך הכל אפאר יחידים מייט אדער א שכל דעפישענסי אדער סתם מדות מושחתות, נישטא קיין צורך צו אלערטן דעם פובליק, ב"ה דער עולם פארשטייט עס אליינס, און די פאר יחידים וואס פארשטייען עס נישט, וועט עס נאכן מסבירן ארויספליען פון קאפ ביי די ערשטע געלעגנהייט ווי ער ווארט 2 מינוט לענגער אויף זיין פרישטאג ווי ערווארטעט, אווי די מעשה פון רבי יהונתן מיט די קאץ

שבת אחים » דאנערשטאג סעפטעמבער 3, 2015 4:14 pm

· #299380
איך האב מיך איינגעהאלטן אריינצומישן מיינע אייגענע עקספיריענס מיט די קאמיוניטי, אבער איך וועל אין די נעקסטע גלעגענהייט אפשרייבן מיינע אייגענע עקספיריענסעס ווי מ'האט מיך געטשעעפט מעהר ווי איינמאל פארנט פון מיינע קינדער, ווי מ'האט מיך נאכגעשריגן און אנגעזידלט וועגן מיין שטאנד אין אידישקייט, וויפל מענטשן האבן גערופן מיינע עלטערן! מיך באדערט עס גאנץ קנאפ וואס אנדערע מענטשן זאגן וועגן מיר ווען איך ווייס ביי מיר אין הארצן אז איך בין גערעכט און איך האב קיינעם נישט פערזענליך בא'עוולה'ט, אבער פאר די מענטשען וואס זענען געבליבן אין די קאמיונטי איז עס שטארקע בושות און גיהנם.

הלואי זאלסטו זיין גערעכט! אבער ליידער ליידער ביסטו ווייט פון גערעכט עס איז נאך אלץ דא אסאך אידן וואס האבן נישט קיין שכל און אביסלע ארומרעדן וועגן דעם און אויפמערקזאם מאכן אידן און פארשפרייטן awareness וועגן די האקלע נושא קען נישט שאטן!

יעקב מענטש » דאנערשטאג סעפטעמבער 3, 2015 4:26 pm

· #299382
די נושא דא איז וועגן טשעפענען א 'טאטע' ווען זיין קינד האט זיך אראפגעגליטשט פון אידישקייט, איך גלייב נישט אז דאס איז עפעס וואס איז איינגריסן, עכ"פ נישט אויף א רציחה'דיגן אופן דהיינו, סתם טשעפענן, קען זיין אז ס'מאכט זיך א נאאיווער עסקן וואס עפענט די וואונדן טראכטענדיג אז ער גייט עפעס מתקן זיין, אבער איך גלייב נישט אז מענטשן זוכן סתם צו טשעפענען אזוי ווי די מעשה וואס דו האסט געברענגט מיט דעם רבי שמואל,

ווען דו רעדסט פון אריינזאגן דעם אט"ד אליינס פארן גיין אנגעטוהן ווי א גוי און האקן א סענדוויטש אין א תענית ציבור, אלעס אויף לי עוו, דאס איז עפעס אנדערש,

שבת אחים » דאנערשטאג סעפטעמבער 3, 2015 6:49 pm

· #299414
יעקב מענטש
פון ווי נעמסטו וואס די שרייבסט דא? איך בין מחולק מיט דיר! מיינע אייגענע קינדער וואס זענען דערווייל פרום הערן מיר נישט אויף צו פארציילן וויפל מאל מענטשען פרעגן זיי וועגן מיר, און איך האב עס כסדר ווי איך גיי און שטיי! מיינע אייגענע עלטערן/קינדער ליידן דערפון! יעדע וואך כמעט איז דא א פרישע מעשה, און איך גיי מיך נעמען שרייבן וועגן מיינע אייגענע עקספיריענסעס, איך זעה דער עולם דא מיינט אז איך חלום אין גרויסן אבער ס׳איז ווייט פון אמת וואס דו שרייבסט! א גרויס חלק פון אונזער היימישע עולם ווייסט נישט וויאזוי זיך צובאנעמען מיט עלטערן/קינדער פון אט״ד, און נעקסט טיים דו שרייבסט אזא זאך ברענג א מקור פארוואס די האלטס אז ס׳איז נישט קיין פראבלעם אין אונזערע רייען ווי איידער שרייבן אז ״איך גלייב ס׳איז נישט קיין פראבלעם״!

יעקב מענטש » פרייטאג סעפטעמבער 4, 2015 11:30 am

· #299508
אדרבה שרייב דיין אייגענע עקספיריענס, איך קען ביישטיין צו הערן,

לייען נאכאמאל איבער מיין תגובה, אוודאי איז דא נאאיווע מענטשען וואס קענען פרעגן נאאיווע שאלות פון א מיטגעמאכטע טאטע אדער קינד פון א אט"ד, נישט כאפענדיג אז ער איז מצער דעם טאטן/קינד, דאס קען איך הערן,
אבער די מעשה וואס דו האסט געברענגט ווי א מענטש האט במכיוון 'אריינגעפליקט' פאר א מיטגעמאכטן טאטן, סתם ווייל ער האט געמיינט אז יענער האט אים בעוול'ט מיטן זיך אריינכאפן אין די ליניע, איז נישט קיין זאך וואס איז איינגעריסן ביים עולם, און איז נאר מצוי ביי יחידים מיט מדות מושחתות, ס'איז קלאר נישט קיין מכת ציבור,

שטימט ?

שלום על ישראל » פרייטאג סעפטעמבער 4, 2015 12:01 pm

· #299513
יעקב מענטש
אדרבה שרייב דיין אייגענע עקספיריענס, איך קען ביישטיין צו הערן

איך אויך.

Kool man » פרייטאג סעפטעמבער 4, 2015 12:27 pm

· #299518
ס'יז נישט אויסצוהאלטען וואס יענער שוטה ורשע האט געטוהן צו ר' שמואל אין רעסטאוראנט, אבער דאס איז א זעלטענע פאל, ס'יז דא שוטים איבעראהל, אבער דאס איז א אויסנאהם שלעכטער פאל..

צו פארשטיין אביסעל פארוואס ר' שמואל זעהט כסדר ווי מ'מערקט איהם אויף, די יודען מיט פראבלעמעם האבען א נאטירליכען קאמפלעקס, און ווען איימיצער קוקט נאר אויף זיי טראכטען זיי שוין וואס יענער מיינט און טראכט. ודוק.