☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » מארגידזשעס והמסתעף

מארגידזשעס והמסתעף

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #954

שמואל הלוי » דינסטאג יוני 26, 2012 12:16 pm

· #20075
מארגידזשעס והמסתעף
איך ברויך נייטיג וויסן עטליכע זאכן בנוגע מארגידזשעס:

1) וויפיל איז די מינומים וואס מ'ברויך פארדינען פער וואך אדער חודש צו קענען היינטיגע צייטן ערמעגליכט זיין צו באקומען א מארגידזש?

2) ווילאנג ברויך מען פארדינען די מינומים אמאונט פאר א מארגידזש ביז מען קען ענדגילטיג עפלייען פאר א מארגידזש?

3) אויב באקומט מען א דאון פעימענט פאר א הויז במתנה פונעם טאטן אדער שווער וכדו' ברויך מען צאלן גראבע טעקסעס פאר די מתנה כאטשיג דער זון אדער איידעם איז אומפארמעגליך און פארמאגט אפילו פ.ס. און מעדיקעד?

4) אינעם אויבנדערמאנטן פאל פון א מתנה פונעם טאטן אדער שווער, קען דער זון אדער איידעם וואס איז אומפארמעגליך באקומען א מארגידזש?

שמואל הלוי » דינסטאג יוני 26, 2012 7:24 pm

· #20189
ווער ס'קען ענטפערן בלויז אויף איינע פון די פראגעס מעג אויך ענטפערן, וייש"כ ותודה רבה מעיקרא.

משולם שטיינפעלד » דינסטאג יוני 26, 2012 7:27 pm

· #20192
די אינקאם דארף זיין דאפעלט ווי די מארטגעדזש פעימענט פלאס טעקסעס און שאר ירקות וואס עס קאסט אויפצוהאלטן די דירה\הויז.

אויב די גאנצע הוצאה פון די הויז, אלעס אריינגערעכנט איז 2000 חודשליך, דארף די אינקאם זיין 4000 מאל 12 = 48,000

רוב בענק פארלאנגן צוויי יאר דער אינקאם, מען דארף ווייזען דער פאריעריגע טעקס ריטוירן. עס איז נאך דא איין באנק וואס גיבט נאך איין יאר, אבער דאס דארפסטו רעדן מיט דיין מארטגעדזש בראוקער.

שמואל הלוי » דינסטאג יוני 26, 2012 7:28 pm

· #20193
א אמת'דיגע הארציגע גרויסע דאנק אייך.

---
יעצט ווער קען ענטפערן אויף די אנדערע פראגן?

יונגערמאנטשיק » מיטוואך יוני 27, 2012 1:57 am

· #20271
1 און 2 האט מען דיר שוין געענטפערט.

3 פרעג אן אקאונטענט, מ'קען דאס אויסארבייטן ס'זאל נישט קאסטן קיין טעקס.

4 ניין! מ'מוז האבן אינקאם צו באקומען א מארטגידזש. הגם ס'איז שוין היינט דא געוויסע פראגראמען צו קענען באקומען אן אינקאם, איז דאס אבער זייער שווער. ס'איז בעיקר נאר צו "ריפיינענסן". און דאס דארף מען דורכרעדן מיט א מארטגידזש בראוקער.

לעמיל » דאנערשטאג יוני 28, 2012 8:47 am

· #20544
ר' שמואל ווען די ווערסט געוואר זיי מזכה אנדרע אידען דא און לאז וויסען דא
יישר כח

לעמיל » פרייטאג יולי 6, 2012 10:04 am

· #22111
שמואליק ביזסט עפעס קליגער געווארען?

אברעמעל » זונטאג יולי 8, 2012 10:55 am

· #22359
ס'קוקט אויס ווי דו פלאנסט צו באקומען א מארגיטש און בלייבן מיט די שטאטישע פראגראמען, דאס גייט נישט צוזאמען.