☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » פון "בכיה של חינם" צו "בכיה לדורות"!

פון "בכיה של חינם" צו "בכיה לדורות"!

18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9535

קאווע טרינקער » מיטוואך סעפטעמבער 2, 2015 1:00 am

· #299076
פון "בכיה של חינם" צו "בכיה לדורות"!
א ווידיאו קליפ וואס שפילט אויף די ספינקא רבי פון וויליאמסבורג ביי זיין טאטע'ס קבר אויף זיין יארצייט טאג, כ"ז אב, איז פארשפרייט געווארן אין סאציעל-מידיע, און האט ארויפגעברענגט א ביטערע שמייכעל אויף יעדען רעכדענקיגער איד'ס געזיכט. מ'שטיינס, מ'האלט דרשות אויפן בית עולם? מ'איז דורש אל המתים? ביי אידן איז א בית עלמין בכלל נישט געווען א מקום וואס מ'פארברענגט דארט, ביותר חסידים וואס פירן זיך עפ"י זוהר, וואס שרייבט בכמה מקומות אז אזא פלאץ פיל מיט רוחות און שלעכטע כוחות. קוים קוים וואס מ'האט מתיר געווען בדיעבד צו זאגן תהילים, כידוע אז די פוסקים פארענטפערן דאס ווי כאילו מ'בעהט סך הכל אז אין זכות פונעם נקבר פה זאל די תפילות נתקבל ווערן. גייט מען מיט א גאנצע טראסק, א שטענדער, בענקל, האנטוך און מה נשתנה ליכט און מ'פראוועט דארט כאילו לא היה?! ווער ווייסט וויפיל צרות דאס ברענגט אויף די וועלט?!

און צוגאב, א נוסף'דיגע שמייכעל איז ארויף, ווען מ'זעהט ווי דער רבי שטייט/פאלט צוזאם און שרייט "טאטע! טאטע!" דר'עולם איז שטיל, מ'קוקט, מ'הערט זיך צו, איינער כאפט אפילו ווידיאו. פלוצלינג, די רבי געהט א שריי "פארוואס זענט עטץ שטיל??!! שרייטס טאטע!!! – ווי געטרייע חסידים הערט זיך באלד יאמערליכע קולות, אין א בחינה פון גדול העונה יותר, און א בחינה פון יגביה קולו מן המברך.

דאס ליצנות אונטערן שלייער פון געוויינעריי איז ליצי-ליצנות.

ביי אונז אין וויזניץ איז דא א פורים-ווערטעל אז אין רבי'ן מגילת אסתר שטייט אריינגעצייכענט "כאן צריך לבכות", ווארום די רבי וויינט יעדעס יאר ביי א באשטימטע ארט, ווען מ'זאגט די ווערטער "מדוע אתה עובר את מצות המלך"...

וואס מיינט דאס ווען א מענטש וויינט? – ס'ווייזט אז ער איז א קלעם, פיזיש אדער גייסטיש. יעדעס קינד ווערט אזוי געבוירן, מ'לערנט נישט אויס ווען און וויאזוי צו וויינען. – איך דערמאן זיך ווי יאר יערליך ראש השנה פראביר איך צו וויינען, אלץ פחד פון דאס וואס איז שטייט אז ווער ס'וויינט נישט... אבער ס'גייט נישט, מ'קען נישט – אויסער שפילער'ס – וויינען לשם וויינען. וויינען איז א ריינע לויטערע שפראך וואס א מענטש רעדט ווען ס'טוט אים וויי.

וויאזוי גייט נאר די ניגון? אז דער רבי לאכט, לאכן אלע חסידים... ספינקא רבי האט מחדש געווען אז דער רבי קען הייסן דעם עולם וויינען, און אויף די רגע! אלע וויינען, נישט סתם, נאר אויפן קול!

נו, וואס גייט מיר אן אז מענטשען וויינען ווען מ'בעהט זיי צו וויינען?

פשט איז, כ'האב זיך אזוי מתבונן געווען איז מיר אויסגעקומען אז כל תורת החסידות לערנעט מען זיך אויס על רגל אחת פון די מינוטיגע קליפ! – וואס איז חסידות? ס'איז הלכה? ס'איז א חיוב? ס'איז א מסורה? ניין. ס'איז א תוספת, וואס אן עובד ה' מתוך אהבה יתירה, לייגט צו צו די מצוות, א חסיד נעמט אראפ מער פון זיך און איז דאס מקריב לשם ה'. ער איז נישט צופרידען פון סתם נישט אראפשערען די פאת-הראש, נאר ער לאזט עס וואקסען וויפיל ס'גייט. איין שעה דאווענען מאכט אים נישט רוהיג אז ער האט שוין געדאווענט היינט, ער פיהלט ער מוז צולייגן א שעה קודם און א שעה נאכדעם. זיין יראת השם איז גרויס, און איז מחמיר אויף נאך שיטות כדי צו זיין זיכער אז די מצוה איז געטוהן געווארן בשלימות על צד היותר טוב.

הייסן און צווינגען א מענטש צו זיצען א שעה פארן דאווענען, אים באצווינגען צו זיך מתבונן זיין ביז צו די הכרה פון שפלת עצמו און גדלות הבורא, איז זינלאז. חסידות איז כל כולו הרגשה. א געפיל. אנדערשט ווי טרוקענע הלכה וואס איז מחייב דעם מענטש צו היטן שבת, קענסטו אבער נישט מחייב זיין א מענטש צו טאנצען ביי לכה דודי. אויב פילט ער א שמחה צום שבת מלכתא, וועט ער קלאטשן ביי בואי בשלום, אויב נישט, איז זיין קלאטשן א דירקעטע אפ'חוזק'קייט פון די וואס קלאטשען יא מתוך שמחה.

היינט, אז חסידות איז געווארן א זאך וואס מ'הייסט טוהן, איז שוין שמחת חתן וכלה אויך געווארן א פאלטשע שמחה און א ליצנות. אנשטאט וואס חברים זאלן משמח זיין די חתן מתוך אהבה וקורבה, דינגט מען א "חברה טאנצערס" וואס קענען די מלאכה פון אויפשפילן וויאזוי ס'קוקט אויס ווען איינער איז טאקע פרייליך.

אז מ'לעבט מיט אזא מהלך, אז ענינים וואס איז בעיקרו א תוצאה פון א געפיל, א תוצאה פון יראת השם, א תולדה פון אהבת השם, און א ביטוי פון שמחה, איז א "חוב", צו דו פיהלסט יא צו דו פיהלסט נישט, איז שוין זייער פשוט און פארשטענדליך, אז ווען דער רבי הייסט וויינען, וויינט מען.

דאס קען זיין אפשר בדרך רמז וואס חז"ל זאגן אויף די מרגלים "באותו לילה 'ותשא העדה את קולה ותבך', ועל זה אמר הקב"ה: 'אתם בכיתם בכייה של חינם ואני אקבע לכם בכייה לדורות'! אז די וויינען איז שוין אויך פאלטש, וואס קען מען ערווארטן פון אונזערע דורות?

שבת אחים » מיטוואך סעפטעמבער 2, 2015 7:55 am

· #299094
טרינקער, ביי אונז אין וויזניץ??? כהאב געמיינט ביסט א קאסובער???
ענטפערט די גמרא ס׳איז נישט קיין סתירה ווייל הא לן והא להו,

אספקלריה » מיטוואך סעפטעמבער 2, 2015 8:28 am

· #299097
שבת,
די ביי אונז און וויזניץ שורה,איז געווען פערזענליך פאר די וויזניצע חברים דא,וואס קאכען זיך און וויזניץ.
ער האט נישט זיך געמיינט.

שבת אחים » מיטוואך סעפטעמבער 2, 2015 8:32 am

· #299098
אספקלריה
שבת,
די ביי אונז און וויזניץ שורה,איז געווען פערזענליך פאר די וויזניצע חברים דא,וואס קאכען זיך און וויזניץ.
ער האט נישט זיך געמיינט.


פון וואנעט ווייסטע?

שבת אחים » מיטוואך סעפטעמבער 2, 2015 8:35 am

· #299099
פון וועלכע ספינקע רבי רעדט מען? ס׳איז דא קע״ה אסאך! זאג קענסט דעם ווייס פון וויליאמסבורג וואס איז א איידעם ביי פרידמאן?

און ענטפער מיר נישט וואס הייסט וועלכע ? די עכטע! ווייל איך בין שוין מיד פון די קאורני דזשאוקס!

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך סעפטעמבער 2, 2015 10:48 am

· #299117
Re: פון "בכיה של חינם" צו "בכיה לדורות"!
כאילו ס'איז דא חילוק! דאס איז א וועלט'ס פראבלעם, און דער חת''ס רעדט שוין דערפון אינ'ם תשובה

רויטע וואנצעס » מיטוואך סעפטעמבער 2, 2015 12:01 pm

· #299131
קליפ ביטע.

berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 2, 2015 12:32 pm

· #299141
שבת אחים
טרינקער, ביי אונז אין וויזניץ??? כהאב געמיינט ביסט א קאסובער???
ענטפערט די גמרא ס׳איז נישט קיין סתירה ווייל הא לן והא להו,

שבת אחים: איין זאך האביך געוואוסט. אז קאווע טרינקער איז נישט קיין סאקמער'ער... 😂

קאצקע ציקער » מיטוואך סעפטעמבער 2, 2015 3:08 pm

· #299171
איין זאך ווייס איך רויטע וואנצעס האט נישט קיין וואטס עפפ 😉 אז ער קען בעטן דעם קליפ..

קאצקע ציקער » מיטוואך סעפטעמבער 2, 2015 3:11 pm

· #299172
פון מיינע בעסטע אשכולות אויף קאווע שטיבל שכוח ר' @קאווע טרינקער

דריידל » מיטוואך סעפטעמבער 2, 2015 10:41 pm

· #299265
ליידער ליידער ווערט פארשפרייט די התנהגות פון חסידים שוטים, דאס איז מען מפרסם פאר די מאסן פון דעם איז דא הוקאפס בילדער און ווידיאס.

חסידות האט אסאך גוטע זאכן צו פארקויפן אבער ס'בויעט נישט קיין פארטיי וכדומה. דארף מען פארשפרייטן די נערישע געפיראכצער וואס מאכט בחורים זאלן ווערן פארגאפט אבער נאך אפאר יאר וועפט עס אויס און מ'דראפט די גאנצע מעשה.

גר ותושב » דאנערשטאג סעפטעמבער 3, 2015 12:56 am

· #299280
Re: פון "בכיה של חינם" צו "בכיה לדורות"!
און צום דריטען מאל.

רויטע וואנצעס
קליפ ביטע.

קאצקע ציקער » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 11:54 pm

· #348019
שוין א יאר אריבער פונעם טאטע טאטע בכיה סקאנדאל...

berlbalaguleh » דאנערשטאג סעפטעמבער 1, 2016 12:11 am

· #348020
שבת אחים
טרינקער, ביי אונז אין וויזניץ??? כהאב געמיינט ביסט א קאסובער???
ענטפערט די גמרא ס׳איז נישט קיין סתירה ווייל הא לן והא להו,

און איך האב געמיינט אז ער איז א בעלזער... 😂
אז ר'איז א סאטמאר'ער האביך איהם מלכתחילה נישט חושד געווען... 😂

דולה ומשקה » דאנערשטאג סעפטעמבער 1, 2016 12:57 pm

· #348063
אין די וויזניץ הגדה ביי די מנהגים שטייט ביי א געוויסע פונקט ביי דעם זוהר פון "פקודא בתר דא" כאן לא יכול רבינו להתאפק ואומרה בבכי' עצומה".

אין צאנז קלויזענבורג זייענדיק ביי של"ש האב איך געזעהן דעם בחינה פון לובש צורה ופושט צורה ער האט זיך גענומען וויינען פון איין מינוט אויפן צווייטן, פשוט ווייל דאן איז זיין מנהג דארט צו וויינען.

טייערע ברודער » דאנערשטאג סעפטעמבער 1, 2016 4:34 pm

· #348082
Re: פון "בכיה של חינם" צו "בכיה לדורות"!
דער קלוז"ב רב זי"ע האט געזאגט אז מ׳קען מיר נישט פארשטיין פון איין חומש רש"י שיעור.
זיין התנהגות איז געווען פארמישט פון אסאך בחינות און נאר דער וואס האט זיך געדרייט ביי איהם א לענגערער תקופה האט איהם געקענט אנהייבען צו משיג זיין.
דער בחינה פון פושט צורה ולובש צורה איז געווען שטארק מצוי אין קלוז"ב באופן נפלא מאוד.

Sent from my LG-H525n using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג סעפטעמבער 1, 2016 6:56 pm

· #348100
Re: פון "בכיה של חינם" צו "בכיה לדורות"!
ליטוואק פון בודאפעסט האט געזאגט אז פון איין תגובה קען מען מיר נישט קענען. מ'דארף אלס דורכליינען און זיך דרייען מיט איהם פערזענליך פון יונגווייז אן ביז מ'קען עפעס מסביר זיין. נאר די חברה האבען א השגה.

ערנסט גערעדט, ווען הרב אשר ווייס רופט אן דער קלויזענבורגער רבי א הפכפך, האסטו טענות. נאר דו מעגסט זאגען די זעלבע זאך אויף אנדערע ווערטער.....

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

berlbalaguleh » דאנערשטאג סעפטעמבער 1, 2016 8:04 pm

· #348113
טייערע ברודער
דער קלוז"ב רב זי"ע האט געזאגט אז מ׳קען מיר נישט פארשטיין פון איין חומש רש"י שיעור.
זיין התנהגות איז געווען פארמישט פון אסאך בחינות און נאר דער וואס האט זיך געדרייט ביי איהם א לענגערער תקופה האט איהם געקענט אנהייבען צו משיג זיין.
דער בחינה פון פושט צורה ולובש צורה איז געווען שטארק מצוי אין קלוז"ב באופן נפלא מאוד.

Sent from my LG-H525n using Tapatalk

טייערע ברודער: איך האף אז דו רעדסט פון די קלויזנבורגער רב זי"ע. נישט פון די היינטיגע...! ווייל איך בין אמאל (בעצם עטליכע מאל) געווען ביי זיי חומש רש"י שיעור (פ' עקב) אין א ליל ששי. אינמיטן שיעור האביך באמערקט אז איך זעה נישט דעם רב'ס פנים. פלוצלינג הער איך א געשריי אויף קולי קולות. וואסי...? ער האט געמאכט א שהכל אויף א גלעזל וואסער...מיט אזעלכע קולות און אזא כוונה וואס איך וואלט געווינטשן פאר א סאך פון די פאלשע בנש"ק'לעך און זייערע קינדער אז זיי זאלל יוכ"פ ביי נעילה דאווענען מיט אזא כוונה ווי די קלז"ב רב האט געזאגט א שהכל אין א פשוט'ן דאנערשטיג...!