☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אוי ציגארעטעלע... וויאזוי האלט מען צוריק איינעם?

אוי ציגארעטעלע... וויאזוי האלט מען צוריק איינעם?

19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #953

קאמפיאטער » דינסטאג יוני 26, 2012 10:41 am

· #20050
אוי ציגארעטעלע... וויאזוי האלט מען צוריק איינעם?
אנגעפאנגען האט זיך עס ווען איך בין נאך געווען א קליינע יעשיבע קעטאנע בחור'ל, איך וואלט אים היינט אנגערופן נאך אין די פעמפער'ס, אין איך האב געהאט אפאר פרענדס פין א עיטש עלטער פון מיר, זיי זענען געווען ריפערס קילע בחורים, איינער האט מיר אויסגעזאגט בסוד סודות אז ער האט א באקס ציגארעטלעך וואס ער האט פארשאפט פון זיין ברידער וואס איז גוט מיטן גוי פון זיין ישיבה, אין ער פלאנט עס מיטצוברענגען אין קעמפ, אבער איך זאל פאר קיינעם נישט אויסזאגן.

איך האמיר געגרייט צו גיין אין קעמפ, איינגעקויפט אלע גוטע זאכן, ווען מיין מאמע האט נישט געזען האב איך געקויפט פאר פופציג צענט א לייטער, און פונקט דעמאלטס האט דזשי ען דזשי אנגעפאנגען צי מאכן די טאש אין די הויזן וואס איז אזוי באהאלטן אינטערן פאסיק, הקיצור עס איז געווען ווי געגאסן..

איין ליל שישי איך בין אויפגעשטאנען פרי, צו לערנען שטייצעך, דעמאלטס האב איך געהאט די זכי' מיטצוגיין מיט יענעם בחור, ער זאגט מיר אז ער איז שוין א העווי סמאקער ער קען זיך שוין נישט איינהאלטן, ער מוז איינמאל א וואך כאפן א ציגרעטעל...

ער קען אבער נאר אויב ער רייכערט ציזאמען מיט א קאפפי, סא איך זאל אים מאכן א קאפפי און איך זאל אים ווארטען אין בעק פון די פול, איך קום דארט אן, איך זאג אים גלייך אז איך האב א לייטער אויב ער וויל קען ער עס אנצינדען מיט מיינס, ער האט מסכים געווען אנצוצינדען זיין ציגרעטעל מיט מיין לייטער, דעמאלטס האב איך די ערשטע מאל געזען ווי ער נעמט ארויס א האלב אויסגעניצטע ציגרעטעל פין א זילבער פאפיר אזוי האלט זיך עס פריש. איך קען נישט סמאקען אלטע ציגרעטליך, איז ער מסביר, אז מען סמאקט מיט א גאפל בין איך געוואר געווארן הערשט אין פיטום....

נאך אפאר מאל אריין ציען נעמט ער זיך שפייען און איז מסביר ווייל סמאקען מאכט שליים ווייל די שטאט הייסט עס דווקא אזוי מאכן ווייל אזוי וועלן מענטשן נישט וועלן אנפאנגען צי סמאקען.

א יאר שפעטער ביי כ"א כסלו האט מיר איינער פארקויפט א ציגרעטעל פאר פינעף אין זיבעציג צענט אין איך האב געגעבן מיין ערשטע צי, איך האב געוויסט אז איך גיי היסען סא איך הא מיר גלייך אוועקגעדרייט פון מיין חבר אזוי אז ער זאל נישט זעהן, זייט דעמאלטס האב איך אנגעפאנגען אויפצושטיין יעדע ליל שישי לערנען מיט מיין חבר וואס האט געהאט די שליסלעך פין זיין קאזינס לאקער אין שול און.....

יעצט שוין נאך ווייסעך וויפיל יאר, קאסט עס געלט און געלט, וואס וועט זיין דא ווייסעך נישט. סא אויב האט איר א זון וואס גייט יעצט אין קעמפ און איר טראכט אז עס מעגליך אז ער זאל אנפאנגען, ניין!! זאלט איר נישט רעדן צי אים ווייל עס וועט בדרך הטבע נישט אויפטין, נאר אפשר א קאפיטל תהלים.

אה, אבער עס איז געווען גוטע צייטן דעמאלטס יעדע קליינע לעכל אין וויליאמסבורג געוויסט וואו ער איז מוכשר פאר א ציגרעטעל..

קאמפיאטער » דינסטאג יוני 26, 2012 12:33 pm

· #20078
עס וואלט טאקע כדאי געווען צי הערן אויב איינער האט עפעס א מהלך אפציהאלטן איינעם פין אנפאנגען סמאקען. די שאלה אי סיי ווען איינער סמאקט נישט, וויאזוי ער זאל ציגיין צים זאך. אין נאך מער איינער וואס סמאקט יא וויאזוי האלט ער צירוק זיין קינד פין אנפאנגען וואס קען ער אים זאגן??
(ווי די אנקעטעס צייגן איז איינער וואס די טאטע סמאקט האט זיין קינד סאך א שוואכערע טשענס אנציפאנגען..)

דולה ומשקה » דינסטאג יוני 26, 2012 1:52 pm

· #20100
דער אשכול באלאנגט - לכאורה - דא
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/614">viewtopic.php?f=4&t=614</a><!-- l -->

משה רוקח » מיטוואך יוני 27, 2012 11:26 am

· #20346
הלואי ווען איך וואלט נישט אנגעהויבן צו רייכערן מיט יארן צוריק נאך!

פעדער » מיטוואך יוני 27, 2012 5:21 pm

· #20411
די שנעלסטע און ווירקזאמסטע וועג אויפצוהערן רייכערן איז סטאפן פון איין מינוט אויף דאס אנדערע. און פעסט אפמאכן 'מער רייכערט מען נישט'
און דאס איז אגב די גרינגסטע וועג.

קאמפיאטער » מיטוואך יוני 27, 2012 5:25 pm

· #20414
איך רעד נישט פין סטאפן, איך רעד פין וואטשן אז די קינדער זאלן נישט אנהייבן!

לעמיל » דאנערשטאג יוני 28, 2012 8:56 am

· #20550
געהערט אמאל בדרך הלצה די גרינגסטע זאך און לעבען איז סטאפען רייכערען והוא ראיה וויסט וויפול מאל איך האב שוין געסטאפט..... ודו"'ק

zamel » מאנטאג יולי 16, 2012 10:14 pm

· #24828
אין איינע פון די גאר אויפגעכאפטע בוכער אנטקעגן רייכערן וואס האט שוין געהאלפן אסאך יודן און גוים צו גלייך צו סטאפן רייכערען, חזר'ט ער זייער אסאך מאל איבער אינמיטען די בוך אז "איין צוגרעטל און די ביזט א סמאוקער" ער איז מסביר דארט אז ווען מען הערט אויף צי רייכערען זאל מען נישט טראכטען עעהה איך נעם נאר איינס יעצט אבער באמת רייכער איך שוין נישט, שרייט ער אז ניין one cigarette and you are back a smoker.
ווען דער בחור זאל ווען דאס וועלן דערהערן וואלטן זייער אסאך נישט אריינגעפאלן אינעם טרעפ.

Big Boy » פרייטאג נאוועמבער 6, 2015 10:40 am

· #307988
קאמפיאטער
עס וואלט טאקע כדאי געווען צי הערן אויב איינער האט עפעס א מהלך אפציהאלטן איינעם פין אנפאנגען סמאקען. די שאלה אי סיי ווען איינער סמאקט נישט, וויאזוי ער זאל ציגיין צים זאך. אין נאך מער איינער וואס סמאקט יא וויאזוי האלט ער צירוק זיין קינד פין אנפאנגען וואס קען ער אים זאגן??
(ווי די אנקעטעס צייגן איז איינער וואס די טאטע סמאקט האט זיין קינד סאך א שוואכערע טשענס אנציפאנגען..)



What chitzpeh of a father that smokes to tell his child not to smoke. The only thing the father can say is that he wishes he would be able stop but he can't. As good advice he's telling him not to start, but he has no right to tell him or demand anything

געוואלדיג » פרייטאג נאוועמבער 6, 2015 10:43 am

· #307989
נישט גענוג ער האט געטוהן די מעסטעיק, דארף ער צולאזן זיין קינד צו טוהן די זעלבע טעות?

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג נאוועמבער 6, 2015 11:04 am

· #307994
לדעתי זאגען פאר א בחור נישט צו רייכערן וויבאלד ס'איז נישט געזונט פאדערט זיך אז דער בחור זאל זיין אין א מצב אז ער פיהלט אז זיין לעבען איז א וויכטיגע, זיין לעבען איז אין זיין הענט און וואס ער טוט האט א באדייט. וויבאלד ישיבות היינטיגע צייטען זענען אויסגעשטעלט אז דער בחור זאל זיין וואס מער דערדרוקט און וואס ווייניגער דער אייגענע מענטש, דעריבער איז גאנץ שווער צו פועל'ן ביי א בחור אז ער זאל נעמען זיין מעשים ערנסט.

ווען דער חינוך סיסטעם וואלט געווען ווייניגער געזעצען, ווייניגער לצורך המגי''ש והמשגיח, מער דרך ארץ פאר דער בחור'ס כוחות און ארויסצוברענגען דער בחור'ס פארשטאנד און מדות, וועלען זיי ממילא זיך נישט אזוי באנידריגען זיך צו שפילען מיט זייער געזונט.

איך האב אמאל געליינט אין א בוך וועגען דער קריג פארוואס פאפיראסען זענען געווען אזא ארטיקל אין די געטא'ס. דאס איז ווייל דאס איז געווען די לעצטער טעם פון פרייהייט וואס מ'האט געקענט שפירען. דוכט זיך אין די ביכל פון מרס. פריעדמאן (דער וואס איז אוועק יעצט ערב סוכות, מומע פונ'ם מונקאטשער רבי) שרייבט זי אז זי האט גערייכערט אין בערגען בעלזען.

ישראלי » פרייטאג נאוועמבער 6, 2015 11:16 am

· #307997
געוואלדיג
נישט גענוג ער האט געטוהן די מעסטעיק, דארף ער צולאזן זיין קינד צו טוהן די זעלבע טעות?

וויאזוי קענסט אבער פארלאנגען ער זאל דיר פאלגן?
דער טאטע וואס רייכערט און לאזט נישט זיין זון רייכערן וועט זיין זון אים ווייניגער פאלגן אין אנדערע נושאים אויך!

medic » פרייטאג נאוועמבער 6, 2015 12:31 pm

· #308010
איך האב א חברותא וועלכער האט זייער ליב צו רייכערן די נייע עלעקטראנישע אי-ציגארעטלעך, ער האט זייער ליב א געוויסע פלעיוואר, צו מיר שפירט עס ווי מקוה גערוך, וויאזוי קען איך אים משפיע זיין צו טוישן פלעיוואר, אדער אויפהערן "בלאזן פון זיך" אגאנצן טאג?

Big Boy » פרייטאג נאוועמבער 6, 2015 12:50 pm

· #308017
Why don't you just ask him if he doesn't mind stopping?

שטילע אינגערמאן » פרייטאג נאוועמבער 6, 2015 1:41 pm

· #308023
medic
איך האב א חברותא וועלכער האט זייער ליב צו רייכערן די נייע עלעקטראנישע אי-ציגארעטלעך, ער האט זייער ליב א געוויסע פלעיוואר, צו מיר שפירט עס ווי מקוה גערוך, וויאזוי קען איך אים משפיע זיין צו טוישן פלעיוואר, אדער אויפהערן "בלאזן פון זיך" אגאנצן טאג?

וואס די פראבלעם? טויש חברותית

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג נאוועמבער 6, 2015 2:59 pm

· #308046
medic
איך האב א חברותא וועלכער האט זייער ליב צו רייכערן די נייע עלעקטראנישע אי-ציגארעטלעך, ער האט זייער ליב א געוויסע פלעיוואר, צו מיר שפירט עס ווי מקוה גערוך, וויאזוי קען איך אים משפיע זיין צו טוישן פלעיוואר, אדער אויפהערן "בלאזן פון זיך" אגאנצן טאג?

דיין חברותא האט זיך געמאלדען אז דיין זייף/צענער/נעגליך/קאלטענעס מאכען איהם אומבאקוועם. ווי קען ער דיר בעטען טוישען.
כ'מיין מ'קען איהם לאזען לעבען אדער קויפען אן אנדערע טאבאק-זאפט. קיינער קומט זיך נישט אז דער מקום רבים ארום איהם זאל שמעקען פונקט ווי.... ס'שמעקט זיך איהם (אנטשולדיגט, איך האב זיך נישט געקענט איינהאלטען)

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג נאוועמבער 6, 2015 3:28 pm

· #308050
אין טע'אריא ביסטו גערעכט. אבער למעשה קען איך די אלע אי-ציגארעטלעך און דער גרויך איז נישט אנדעריש ווי זייפען און דע'אדעראנט למיניהם. טאמער איינער 'שמעקט נישט' איז ער דער וואס שטימט נישט מיט די וועלט. משא''כ דער ריח הגוף צו דער ריח הפאפיראסען וואס בדרך אגב, גלייך איך יא, איז נישט קיין חלק פון די וועלט, עכ''פ היינטיגע צייטען.

געוואלדיג » מוצ"ש נאוועמבער 7, 2015 10:14 pm

· #308081
[ציטאט אראפגענומען]


אינו דומה אדיקשן לאינו אדיקשן, ופשוט הוא.

וואלווי » דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 5:51 pm

· #308629
מי יתן אז ס'וואלט געווען נאך א זא גוטע זאך וואס מ'קאן ענדזשויען פאר בלויז $13 טאלער