☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » הרה"ח רבי מענדל פוטרפוס ז"ל

הרה"ח רבי מענדל פוטרפוס ז"ל

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9519

ראוונע » זונטאג אוגוסט 30, 2015 12:55 pm

· #298511
הרה"ח רבי מענדל פוטרפוס ז"ל
געווען א ווארעמע חסידישע ליובאוויטשער חסיד אונטערען אייזערנעם פירהאנג
האט אסאך ארויסגעהאלפען הרה"ק מריבניץ זצ"ל צו אויפטוען פאר אידישקייט מיט מסירת נפש

ווער ס'האט עפעס שיינע מעשיות פון זיין מסירת נפש פאר אידישקייט אין די שווערע יארן אונטער קאמוניזם אין רוסלאנד ווערט געבעטן עס צו מיטטיילן מיטן עולם דא

ראוונע » זונטאג אוגוסט 30, 2015 1:43 pm

· #298531
געהערט אמאל פארציילען אויף אים אז ווען ער איז געווען פארשפארט אין סיביר איז אמאל אנגעקומען א שיף מיט סחורה אין מהאט געדארפט מענטשען זאלען עס אפלאדענען
האט מען אויסגערופען ווער עס וויל וואלונטירען צו גיין העלפען אפלאדענען דעם שיף. רבי מענדל האט זיך גראד אנגערופען אז ער איז גרייט
אזוי אינמיטען אפלאדענען די שווערע סחורה הערט מען פלוצלינג א שטארקע פלאטשקע אין וואסער. וואס איז? איינער איז אריינגעפאלען אין וואסער
ווען מען איז געגאנגען קוקען ווער עס איז זעהט מען סאיז רבי מענדל פרעגט מען אים וואס איז געשעהן זאגט ער גארנישט איך געוואלט אויס נוצען די געלעגענהייט צו גיין אין מקוה אזאך וואס איך קען נישט טון יעדן טאג

ראוונע » זונטאג אוגוסט 30, 2015 2:30 pm

· #298539
געהערט אז ער איז אמאל געווען מיטען הייליגען ריבניצער רבי׳ן זי״ע אויף א ברית אין רוסלאנד אין דאס קינד האט נישט אויפגעהערט בלוטען אין סאיז געווען א גרויסע סכנה איז די ריבניצער אריין אין א דערנעבנדיגע שטוב אין זיך פארזוימט דארט פאר אפאר מינוט ווען ער איז ארויסגעקומען איז אלעס געווען מסודר
אויפען וועג אהיים פרעגט רבי מענדל פינעם ריבניצער וואס האסטו געטון דארט אין שטוב אז די קינד האט אויפגעהערט בלוטען? זאגט אים די ריבניצער איך האב געזאגט פארען אייביישטער באשעפער פארשעם מיך נישט
פרעגט אים רבי מענדל אין די האסט נישט מורא געהאט וואס דא קען געשעהן? זאגט אים די ריבניצער זאלסטו וויסען אז איך הייב נישט אן קיין ברית ביז איך זעה נישט אליהו מלאך הברית אין אז אליהו הנביא איז מיט אונז וואס דארף מען מורא האבען
זאגט אים רבי מענדל זייער שיין איך בין זייער נתפעל אבער טוטס מיר א טובה אין רופט מיר מער נישט אויף קיין ברית׳ען

ראוונע » זונטאג אוגוסט 30, 2015 2:32 pm

· #298540
א בילד פון רבי מענדל זי״ע
📎 image.jpg

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 31, 2015 2:16 am

· #298658
ראוונע:נאר איך מיין אז דער ריכטיגער וועג צו שרייבן זיין נאמען איז..."פוטערפאס" מיט א "פתח" אונטער די אלף...!

ראוונע » דינסטאג סעפטעמבער 1, 2015 11:16 am

· #298919
berlbalaguleh
ראוונע:נאר איך מיין אז דער ריכטיגער וועג צו שרייבן זיין נאמען איז..."פוטערפאס" מיט א "פתח" אונטער די אלף...!

איך מיין אז אויף לשון הקודש איז פוטרפוס אבער שטארק מעגליך אז די ביזט גערעכט

ירא שמים » דינסטאג סעפטעמבער 1, 2015 11:27 am

· #298924
Re: הרה"ח רבי מענדל פוטרפוס ז״ל
ער איז אוועק אין רוסלאנד ?

געוואלדיג » דינסטאג סעפטעמבער 1, 2015 11:28 am

· #298925
ניין, אין ארץ ישראל.

ירא שמים » דינסטאג סעפטעמבער 1, 2015 11:29 am

· #298926
Re: הרה"ח רבי מענדל פוטרפוס ז״ל
אביסל מער פון זיין ביאגראפיע , ווען איז ער ארויס פון רוסלאנד ווען איז ער אוועק ?

ראוונע » דינסטאג סעפטעמבער 1, 2015 3:38 pm

· #298976
איך בין נישט פונקטליך באקאנט מיט די פרטים
אדרבה אויב איז דא איינער וואס ווייסט זאל ביטע אונז מזכה זיין

ונבנתה העיר » דינסטאג סעפטעמבער 1, 2015 11:31 pm

· #299066
ר' מענדל האט פארברענגט מיט די בחורים אין תו"ת כפר חב"ד, שבת מברכים אלול, האט ער געזאגט אז עס קומט אלול מוז יעדער בחור זיך מאכן אן ערענסטן חשבון הנפש אדעתא דנפשי', אהן קיין געפאפטע מעשיות, פון וואו נעמט מען געלט צו פארן צום רבי'ן אויף תשרי...

ונבנתה העיר » מיטוואך סעפטעמבער 2, 2015 4:22 pm

· #299186
די וידאו וואס שש האט צוגעצייכענט.

ראוונע » מיטוואך סעפטעמבער 2, 2015 5:32 pm

· #299196
ארבייט נישט ביי מיר