דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #9512
26 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9512
נו שש, טויש חתימה, רבותי ס'איז א סכנה אזויפיל צו לאכן...
אנאנים, טאמבס אפ!
דא האב איך עקסטער אויסגעשאסן.....
איך האב שוין לאנג געהערט אז די עיקר מטרה פון טאיאטע און האנדע מיניווענס איז בעיקר כדי צו קענען אריינלייגן אזעלכע DVD מאשינדלעך אויפן דאך צו קענען מכשיל זיין אידישע קינדער מיט די כלים טמאים ה"י.
צא צא תאמר להם.
אנאנים, טאמבס אפ!
[ציטאט אראפגענומען]

איבריג צו זאגן אז די אלע פארפאסער פון אזאנע סארט אקטן למשל ווי דער טעסטער טשויס משיגעס, זענען מורידין ולא מעלין. איך קוק זיי אן ערגער ווי דער וואס עסט אום יום כיפור. זיי מאכן צו שאנד און צו שפאט אידישקייט. די זעלבע סארט פארפאסער וואס ווארענען אז מיידלעך זאלן נישט גיין אויף א מאנקי באר, ווייל די קלייד הייבט זיך אויף. און איך הייב שוין אנצוטראכטן, אז די פארפאסער זענען סתם לצים וואס אינדזשויען די ווילדע פידבעק פאר אזא איינער ווי מיך. דערפאר טוען זיי דאס.
לאכט נישט! און מיין ישיבה פלעגט זיין א בחור וואס פלעגט ארויסשניידן די בילד פונעם גוי פונעם קאווע באטל. דער שניידער איז געווען א פרומער און אפילו ארויסגעשניטן דעם פנים פון א גוי.
מען דארף מאכן א אומסטאבילע היים פאר די מענטשן.

אין די קומענדיגע מוסדות אפליקאציע'ס וועט שוין זיין צוגעלייגט די נייע סיעף איבערן נייע פירצה:
[list]וועלעכע קאווע טרינק איר אינדערהיים? ___________________________________________[/list:u]
[list]אויב Taster Chice, האט מען ארפגענומען דעם אומאיידעלע בילד כפקודת המחנכים? [ ] יא [ ] ניין[/list:u]
[list]אויב יא, דאן פילט אויס ווער האט דאס אראפגענומען: [ ] טעג [ ] גדר [ ] משומר[/list:u]
[list]האט אייער קינד צוטריט צום קאווע שאנק אינדערהיים? [ ] יא [ ] ניין[/list:u]
[list]האט די שוהל ווי איר דאווענט אינדערוואכן Taster Choice קאפי? [ ] יא [ ] ניין[/list:u]
[list]אויב יא, ווערט אויסגעשניטן די בילד כפי הוראת הרבנים שליט"א? [ ] יא [ ] ניין[/list:u]
[list]ווער איז קאווע גבאי אין שוהל?___________________________________[/list:u]
[list]האט די שוהל ווי איר דאווענט שבת Taster Choice קאפי? [ ] יא [ ] ניין[/list:u]
[list]אויב יא, ווערט אויסגעשניטן די בילד כפי פסק גדולי דורינו שליט"א? [ ] יא [ ] ניין[/list:u]
[list]ווער איז קאווע גבאי אין שוהל?____________________________________[/list:u]

וואצעפפ קומט אויף מיט גוטע סחורה אלעמאל. @שעפטל
ש'כח עזריאל פאר'ן מעורר זיין... כ'האב שוין איינגעקויפט א גרויסן סטאק פון די אלטע באטלעך. וועט זיין צו באקומען ביי די שמשים...
אגב, איז טאקע טעיסטער טשויס א זאך וואס איז מער אנגענומען ביי היימישע אידן דוקא? איך פערזענליך האב מער ליב טעיסטער טשויס ווי די בעסטע קאווע פון סטארבאקס. אפשר איז דאס טאקע נאר דער כח פון חינוך?
אגב, איז טאקע טעיסטער טשויס א זאך וואס איז מער אנגענומען ביי היימישע אידן דוקא? איך פערזענליך האב מער ליב טעיסטער טשויס ווי די בעסטע קאווע פון סטארבאקס. אפשר איז דאס טאקע נאר דער כח פון חינוך?
פאום קאפס, וואסער און יעצט קאווע. נישט צום גלייבן וואספארא ניסיונות אידן גייען דורך די לעצטע צען יאר פאר א פשוט'ע טרינק קאווע.

.
דאכט זיך ס'איז געווען א מאנגעל אין קאצקע ציקער לעצטענס. דאס איז זיכער אז מ'קען נישט באקומען די קאצקע געבראכן אויף 9 שטיקלעך כמנהג רבינו יואל, וואס איז א מכשול פאר זיך.
יואלישפאום קאפס, וואסער און יעצט קאווע. נישט צום גלייבן וואספארא ניסיונות אידן גייען דורך די לעצטע צען יאר פאר א פשוט'ע טרינק קאווע.
און נישט נאר די קאווע געטראנק, נאר אפילו די @קאווע שטיבל אין וואס מען טרינקט די קאווע איז אויך נישט כשר מלא נסיונות און משומר/גדר לאזט נישט אדורך.
ענדעריש קוקען אויף טויזענט סמארפאונ'ס, ווי איידער טרינקען איין טראפ טעיסטער'ס טשאויס!
און איך ווייס ווען יענער קאמפאני איז ארויס דאס ערשטע מאל מיט זייער באטלעך אנשטאט'ס בעג'ס, האט דער רבי יענער טאג גערעדט זייער שוואך און אומעטיג, קיינער האט נישט געוואוסט וואס ער וויל. 'זריאל\שעיה\יצחק\וכו' האבען פראבירט ארויסצונעמען פון איהם וואס דא טוט זיך, אבער דער רבי ז"ל האט נישט געוואלט אויסזאגען. 'ס'איז ארגער ווי די אנדערע פרצות וואס דער רבי רעדט יא?!' האבען זיי געטראכט, נישט האבענדיג דער מוט אויסצוזאגען בפה. אבער ביים רבי ז"ל איז זע'ען יענעמ'ס מחשבות פון די דברים הקטנים, און ער האט געזאגט הויך און קלאר 'יא, דאס איז פילפאכיג ארגער!'.
ואת אשר יגרנו בא, יעצט קען מען פארשטייען אפס קצהו וואס דער רבי האט געוואלט.
איי, ענק יונגעלייטליך. עטס וויסט נישט און ווילט'ס ניטאמאל וויסען. ס'איז געווען א רבי אין די וועלט וואס האט אלס געזען. הערט צו פון די וואס האבען געהערט, ווייל נאכאמאל וועט שוין נישט זיין אזוינס.

קען דען זיין א פראבלעים מיט סאכדעס ציקער..?
זאגן, זאגן זיי אז זיי זענען אויסוועלט'ניקעס
פירען, פירען זיי זיך אויף ווי אונטערוועלט'ניקעס
אבער דערגייען די יארן פון די אינוועלט'ניקעס.
פירען, פירען זיי זיך אויף ווי אונטערוועלט'ניקעס
אבער דערגייען די יארן פון די אינוועלט'ניקעס.
petergrifin[ציטאט אראפגענומען]
קען דען זיין א פראבלעים מיט סאכדעס ציקער..?
יא: מ'האט געפונען ברעקלעך און מבוקעות'דיגע ווייצלעך, (נישט פון די אריזאנא ווייץ.) אין די פסח'דיגע סאכדעס צוקער...!

נעבעך ער האט זיך נישט געקענט איינהאלטן
.
א באנדע שטריקער'ס ענק! אנשטאט'ס טוהן צו דער זאך, מאכט מען ווערטלעך אויף ק''ש!
רבותי, ס'איז אלול! נישט קיין צייט צו פאטשקנ'ען די צייט!
מ'האט יעצט א געלעגענהייט, חברה. מאכט'ס אין טשיינ'א נייער ספעציעלער 'קאווע פלאש בעג'ס'. נעה, מאכט'ס צוויי סארטען, מיט צוויי ערליי השגחות, לויפט'ס ארום צוזאמשטעלען חתימות, מאכט'ס א טומול קעגען איינער פון די בעג'ס, און נאכדעם א טומול צוריק, און מאכט'ס פרנסה! פאטשקע נישט קיין געלעגענהייט, ווייל באלד וועלען די וויכטיגע טעלעפאן'ן פון מאנסי פועל'ן ביים קאווע פאבריצירער און די פרוי וועט זיך שוין צודעקען, גאלען איהר קאפ, באשירצלען, אנטוהן סימ'ס כמספר סו''ד, און באקען קינד'ל. און דעמאלס איז שוין צו שפעט.
ס'איז דא אויף דעם א פסוק אין קהלת, אבער אין ביה''כ קען איך עס נישט אראפברענגען.

TODAYS NEW YORK POST
חילול השם איום ונורא!!!
.
איך זוך עס און איך טרעף נישט. ביטע לינקען.

i just forward it. sorry
.
זיכער איז עס פאלש. קוק אן די קאליר אויבן איז ליכטיגער און די פאנט איז אנדערש.
כידוע האט די Tropicana ארענזש דזשוס אויך אמאל געהאט אזא שרעקליכע בילד אויפן באטל און הגאון ר' חיים לייב כ"ץ איז נאך דעמאלס גיוועהן דיין אין בעלז און איינער האט גיברענגט צו שלש סעודות ארענדזש דזשוס און ער האט אנגעהויבן צו פארפירן אז מען טאר עס נישט ארויפלייגן אויפן טיש האט זיך א אינגערמאן (גראדע א בנש"ק) זיך גיגעבן א רוף אהן איר האט אויפגעהויבן איר קלייד? ווי אזוי ווייסט איר אז עס איז טאקע א פרוי?
אזוי ווי ביי די פלשתים, רציחה (אויף אברהם) איז מותר אבער ניאוף נישט...
איך ראלל זיך פאר געלעכטער, וואס דא טוט זיך נישט...
איך ראלל זיך פאר געלעכטער, וואס דא טוט זיך נישט...
האקט'ס, רעדט'ס, שיסט פעך שוועיבל, אבער ווילאנג מען רעדט פון 'קאווע שטיבל' איז עס אקעי מיט מיר
ליטוואק פון בודאפעסטאיך זוך עס און איך טרעף נישט. ביטע לינקען.
ליטוואק פון בודאפעסט: איך ווייס נישט וואס דו זוכסט. נאר נאכ'ן ליינען און הערן איבער די געפערליכע סומאטוכע פון די שרעקליכע פריצות'דיגע בילד אויפ'ן קאווער פ]ון טעיסטער'ס טשאויס, ביניך געגאנגען צו מיין קיטשן קעבינעט און כ'האב ארויסגענומען די דזשאר פון קאפפי און כ'האב אנגעהויבן צו זיוכן די שרעקליכע בילד. איך האב זייער שטארק געדארפט קוקן כדי צו באמערקן עס.
דאס דערמאנט מיך א מעשה. איך בין אמאל געווען ביי א משפחה שמחה אין סקווירא עיר הקודש. דאכט זיך א פדיון הבן. וואו די העיליגע רעבע שליט"ע איז אויך אנוועזנד געווען...פלוצלינג געט די גבאי, ר' ישעיה אונגאר, ע"ה א שריי...."אלע פרויען זאללן אראפ געין פון די מחיצה"...האט א יעדער ארויפגעקוקט. ביז דאמאלס איז קיינעם נישט איינגעפאללן צו קוקן אויב די פרויען שטייען אויף די מחיצה... 😂
די זעלבע דא. ביז די צדיקים האבן נישט מעורר געווען אז ס'איז דא פריצות'דיגע בילדער האט קיינער נישט באמערקט.
א נארמאלער מענטש ווען ער נעמט א קאפי קוקט ער נישט און ליינט איבער א יעדע זאך וואס שטייט אויפ'ן באטל. נאר איינער וועלכער האט איבריגע צייט קען דאס טון... 🙄
ביי גוים זאגט מען א מעשה: א נזיר און סתם א מענטש לאזען זיך אויס אויפ'ן וועג. זיי קומען אן צו א ריטשקע וואס מ'האט געקענט דורכגייען צו פוס. דארט איז געשטאנען א פרוי וואס האט מורא געהאט דורכצוגייען. האט דער נזיר זי געלייגט אויפ'ן אקסעל און אריבערגעפיהרט. נאך דעם גייען זיי ווייטער א שעה צייט שטילעהייט. פלוצלונג פרעגט דער מענטש צום נזיר 'היתכן? ווי קען א פרומע נזיר לייגען א פרעמדע פרוי אויפ'ן אקסעל?'
'איך האב זי אראפ געלייגט א שעה צוריק. דו טראגסט איהר נאך!'
ודפח''ח
'איך האב זי אראפ געלייגט א שעה צוריק. דו טראגסט איהר נאך!'
ודפח''ח
גוטע פינטעלךאזוי ווי ביי די פלשתים, רציחה (אויף אברהם) איז מותר אבער ניאוף נישט...
איך ראלל זיך פאר געלעכטער, וואס דא טוט זיך נישט...
עיין נחום ראזנבערג על פרשת השבוע...!