☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » איך בענק מיך צו מיין תמימות

איך בענק מיך צו מיין תמימות

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9506

מרדכי » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 12:17 am

· #297916
איך בענק מיך צו מיין תמימות
די אלטע גיטע צייטן
ווען איך בין געווען א תמים
נישט געדארפט אלעס פארשטיין
ווייל מיין הארץ האט געפילט

ראש השנה כ'האב געפילט די זכיה צו ממליך זיין די באשעפער
יום כיפור פארגאסן טרערן צו זוכה זיין תשובה טיהן און גיין אויף די ריכטיגע וועג
געפילט ווי דער באשעפער הערט מיך אויס
און פילט מיט מיט מיין צער

יארן זענען אריבער, כ'בין עלטער געווארן
אנגעהויבן טראכטן און טראכטן
איך דארף שוין אלעס פארשטיין
ס'איז דא זאכן וואס שטימען נישט

זיך אויסגעלערנט אז איך מעג פרעגן און זיכן ענטפערס
זיך אריינגעלייגט צו פארשטיין אלעס
גענישטערט איבעראל, געטראפן א געוואלד
קשיות און תירוצים מיט נאך קשיות

צוביסלעך אנגעהייבן איינזעהן אז איך פארשטיי טאקע נישט אלעס
אבער מיין שכל פארשטייט שוין אז ס'איז דא א באשעפער
וואס פירט די וועלט אויף א הערליכע און מיסטעריעזע וועג

אבער און די פראסעס פין פארשטיין
איז מיין הארץ קאלט געווארן
וויפיל מער איך פארשטיי
איז מיין הארץ קעלטער

איך וויין אויף מיין פארלוירענע הארץ
איך וויל צוריק מיין געפיל צו אידישקייט
איך וויל צוריק פילן און אלע מיינע ביינער
אז די באשעפער איז מיט מיך

בעהט איך דיר באשעפער
געב מיך צוריק מיין תמימות
ס'זאל נישט אויספעלן צו פארשטיין
ווייל איך וועל דיך פילן אויף טריט און שריט

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 1:31 am

· #297938
עס שמעקט דא פון אלול...
קוק אראפ טאטע. רצונינו לעשות רצונך!! לעבדך בלבב שלם!!

מרדכי » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 10:00 am

· #297972
Re: איך בענק מיך צו מיין תמימות
איך בענק נישט צו די אינטערווישן, איך בענק צו די דאגה'לאז שמייכל..
איך בענק נישט צו מיין נישט פארשטיין, איך בענק צו מיין תמימות, צו מיין געפיל.
ווען מ'פארשטייט קען די געפיל זיין פיל פילפאכיג טיפער און נענטער און מ'וויל עס סאך מער. אזוי קוק איך אן איך די אלע מאמרים פין אויפגעבן די פארשטיין און גלייבן ווייל איך גלייב..
איך וויל נישט גיין אויף צוריק, איך וויל גיין פאראויס

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 10:40 am

· #297977
מרדכי, ביסט זיכער נישט דער איינציגסטער וואס בענקט זיך צום אלטן תמימות.
אבער ביי מיר איז נישט קיין ספק אז אין הימל האט מען א גרעסערע נחת רוח פון דיין עבודה טראץ (אדער אפשר צוליב) דיינע שוועריגקייטן.

עס איז כדאי איבערצוליינען 2 פון די סאמע בעסטע ארטיקלען פון ק"ש - וואס אגב קען מען פון דעם אביסל זעהן די אמאליגע לייבן שרייבערס - און דאס לייענען עטליכע מאל, ווייל עס איז דברים יורדים ונוקבים לחדרי בטן.

מימיני מיכאל ומשמאלי גבריאל
ועל ראשי שכינת א-ל