☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » מקור פון "זיך פארשטעלן" פורים

מקור פון "זיך פארשטעלן" פורים

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #95

דולה ומשקה » דינסטאג מערץ 6, 2012 3:29 pm

· #690
Re: מקור פון "זיך פארשטעלן" פורים
אשר באם יהיה גזירת המלכות ויצטרכו להתחפש עצמם לגוים, ידוע תדעו כי אין זה אלא ענין של התחפשות בעלמא, וחס ושלום להתרגל בזה.

דולה ומשקה » דינסטאג מערץ 6, 2012 3:32 pm

· #692
Re: מקור פון "זיך פארשטעלן" פורים
[ציטאט אראפגענומען]

פסח טרעפט מען מצות 'והגדת לבנך', די קינדער זאל נישט איינשלאפען, די א ברית גיט מען דעם וויין פאר א קינד צו טרינקען, אזוי איז דא נאך.

איש האמת » דינסטאג מערץ 6, 2012 5:14 pm

· #717
Re: מקור פון "זיך פארשטעלן" פורים
מ'זאגט אז דער מקור דערפון איז וויבאלד ס'שטייט און דער מגילה,
ורבים מעמי הארץ מתיהדים

צדיקים האבן געזאגט אז מ'זעהט דער פנמיות פון א מענטש, ווי אזוי ער פארשטעלט זיך,

בכלל ווער זאגט ס'איז נאר פאר קינדער?????????????????????????????????????????
פארשטעלן מיינט נישט דוקא פון קאפ ביז פיס, מיט א מעסק, און א גרילא, גאר אסאך עלטערע און נארמאלע מענטשען
גייען מיט א רעבישע בעקיטשע, צו א אונטראסנטע מין הוט וכדומה, מ'זעהט קלאר ס'איז פאר עלטערע אויך,

יידל » דינסטאג מערץ 6, 2012 5:49 pm

· #724
Re: מקור פון "זיך פארשטעלן" פורים
איש האמת
מ'זאגט אז דער מקור דערפון איז וויבאלד ס'שטייט און דער מגילה,
ורבים מעמי הארץ מתיהדים

צדיקים האבן געזאגט אז מ'זעהט דער פנמיות פון א מענטש, ווי אזוי ער פארשטעלט זיך,

בכלל ווער זאגט ס'איז נאר פאר קינדער?????????????????????????????????????????
פארשטעלן מיינט נישט דוקא פון קאפ ביז פיס, מיט א מעסק, און א גרילא, גאר אסאך עלטערע און נארמאלע מענטשען
גייען מיט א רעבישע בעקיטשע, צו א אונטראסנטע מין הוט וכדומה, מ'זעהט קלאר ס'איז פאר עלטערע אויך,

דיינע פראגע צייכנס זענען אראפ פון סקרין, ארויף אויפן טיש און געכאפט א ברייטע רקידה ביי מיר אין שטוב. קומענדיגע מאל ביטע נישט אריינלאזן מער ווי איין פראגע צייכן אויף אמאל, ווייל אז נישט געבן זיי מיר א קאפ ווי מיט זייערע איבערקערענישן.

טאמבל סאס » דאנערשטאג מערץ 8, 2012 3:44 pm

· #915
מעג מען זיך ע"פ הלכה פארשטעלן פורים ווי א פרוי?
א שאלה וואס באדערט מיך שוין לאנג. און געווען א יאר וואס כ'האב מיך פארשטעלט מיט א שייטל אויפ'ן קאפ. כ'האב געהאט דערפון צו זינגען און צו זאגן. מ'האט נישט אויפגעהערט מיך באשייגעצן, היתכן איך פארשטעל מיך ווי א פרוי?? געווען אזעלכע וואס האבן געהאט טענות הלמאי איך פארשטעל מיך ווי א גוי?? (חחח) אבער דר'עיקר האט מיר טאקע געקוועטשט דאס, צו מ'מעג זיך פארשטעלן ווי א פרוי.

שרגא » פרייטאג מערץ 9, 2012 2:21 pm

· #929
Re: מעג מען זיך ע"פ הלכה פארשטעלן פורים ווי א נקיבה?
אפענע רמ"א אז פורים מעג מען, וויבאלד מען טוט עס נאר "פאר די פאן אוו איט . און ער זאגט אפילו אז אזוי איז דער מנהג. אנדערע האלטן אז עס איז יא אן איסור, אבער זיי זאגן אויך אז אסאך מענטשן טוען עס און דעריבער איז שוין אפשר בעסער גארנישט צו זאגן ווייל מוטב שיהיו שוגגין. עכ"פ, אויב ווילסט זיך ארויסלאזן פון ספיקות, טרעף לכתחילה עפעס אנדערש.

שלמה_דיין » מוצ"ש מערץ 10, 2012 11:27 pm

· #957
Re: מעג מען זיך ע"פ הלכה פארשטעלן פורים ווי א נקיבה?
איך בין מוחה אויף דעם דעגראדירנדיקן אויסדרוק "נקיבה" פאר א פרוי. איך פארשטיי אז די טעמע דא איז אויסדרוקליך אן הלכה'דיקע - אבער איך זע נישט א סיבה פארוואס מ'זאל נישט שרייבן מיט מינימאלע כבוד הבריות "מעג מען זיך פארשטעלן פורים ווי א פרוי?"
איך האב עס פארראכטן. קומענדיגן מאל ביטע מאכט אויפמערקזאם דורך דרוקן דעם "!" קנעפל און שרייבט אריין אייער פראבלעם. א דאנק.

טאמבל סאס » מוצ"ש מערץ 10, 2012 11:56 pm

· #961
Re: מעג מען זיך ע"פ הלכה פארשטעלן פורים ווי א פרוי?
סתם אויס נייגעריגקייט. זינט ווען איז 'נקיבה' א באליידיגונגס אויסדרוק? אדער 'דעגראדירנדיקע' וויזוי דו רופסט עס.. און אויב וועל איך נוצן 'זכר' וועסטו אויך דאס זעלבע טענה האבן? כ'פארשטיי נישט! ס'קוקט עפעס אויס ווי 'נקיבה' איז געווארן ביי דיר ביליג וויבאלד די ליידיגגייערס באצייכענען דערמיט יעדעס פרוי?! מיט שטארקע אנטשולדיגונג. "דאס האלט איך איז נישט גענוגנדע סיבה צו באשטימען 'נקיבה' אלץ פארשעמונג-נאמען צו באטיטלען דערמיט א פרוי.
ס'איז פראסט און פשוט לשה"ק. די תורה רופט אזוי א פרוי, און כ'ווייס נישט צו זי האט אזוי פיינט געהאט פרויען. יעדנספאל האב איך עס זיכער נישט געמיינט חלילה זיי צו דעזעגנירן אלץ צווייט קלאס. פארקערט! דאס אז כ'פרעג צו מען מעג זיך אזוי פארשטעלן איז די גרעסטע איבערווייז אז כ'קוק אויף זיי ארויף. 😉 און זיכער איז דאס נישט גאר ארגער פונעם מינימאלסטן כבוד הבריות.

א געלעכטער » מאנטאג מערץ 19, 2012 5:51 pm

· #2070
Re: מעג מען זיך ע"פ הלכה פארשטעלן פורים ווי א נקיבה?
שרגא
אפענע רמ"א אז פורים מעג מען, וויבאלד מען טוט עס נאר "פאר די פאן אוו איט . און ער זאגט אפילו אז אזוי איז דער מנהג

און ספר 'מנהג אבותינו בידינו' פון ר' גדלי' אבערלענדער שליט"א ברענגט ער אז ר' עקיבא יוסף שלעזינגר ז"ל שרייבט און זיין ספר 'לב העברי' אז דער רמ"א אליינט פלעגט זיך פארשטעלען פורים.
והא לך לשונו שם בספר לב העברי
שמעתי מעשה מהרמ"א ז"ל אשר מת בן ל"ג שנים ומת בל"ג בעומר בשנת של"ג ועשה ל"ג ספרים,
והספדן סיפר עליו ל"ב שבחים והי' מצטער עצמו למצוא עוד שבח אחד להשלים מנין ל"ג, עד שבא זקן אחד
ואמר שמנהג הרמ"א ז"ל היה בכל פורים ללבוש פרצוף ולהתנכר לעצמו בבגדים אחרים וצעק בכל בית 'צו מעריב בזמנו' וזה היה שבח ל"ג שלו

קול גדול » מאנטאג מערץ 19, 2012 8:36 pm

· #2089
Re: מעג מען זיך ע"פ הלכה פארשטעלן פורים ווי א פרוי?
לכאורה נראה לאסור משום לאו דלא ילבש, אבל יש נוהגין להקל במקומות שאם יאסרו יהיו אנשים שלא יכלו להתגבר על יצרם וירצו להתחפש לאישה במשך כל השנה, וסופם יהיה שהם יבואו לשנות את גופם ממש על ידי כל מיני אפעראציעס ר"ל (וד"ל ואין כאן מקום להאריך), ולכן יש להתיר עליהם שיכלו להתפרק ולהרגיש קצת כאישה ביום הפורים ולא יבואו לידי מכשול במשך השנה.
ונזכה להעביר רוח טומאה מן הארץ ובזה וודאי יביאו את משיח צדקנו בב"א.

דולה ומשקה » מיטוואך פעברואר 20, 2013 2:51 pm

· #89221
1) ותלבש אסתר מלכות

2) וישלח אסתר לאסתר בגדים אחרים

3) מלאכים האבען זיך פארשטעלט ווי די צעהן קינדער פון המן ווען זיי האבען אפגעהאקט די ביימער אין גארטן פון אחשורוש

4) די גאנצע נס פורים איז געוועהן מלובש אין טבע

אין דאס וואס ערוואקסענע פארשטעלן זיך נישט איז היות ס' פאסט נישט, העטיך פעטיך ווען דער שענדישוב רבי פארשטעלט זיך וואלט דאס שוין געווארען א מנהג ביי זיי, אז אלע חסידים פארשטעלן זיך, פון דארט וואלט זיך אריבער געכאפט קיים ספינקא-מאנסי, ביז ס'וואלט געווארען א נורמאלע ערשיינונג צו זעהן ערוואקסענע פארשטעלט.

לגבי די לבושי פורים שפיגלט אפ די פנימיות פון דער מענטש, זאגט זיך גוט, אבער יעדעס יאר פארשטעל איך זיך עפעס אנדערש, וועל איך זאגען יעדע פורים האב איך עפעס א אנדערע סארט פנימיות?

מוח שליט » מיטוואך פעברואר 20, 2013 3:46 pm

· #89236
קודם לאמיר קומען צו אן עגירמענט אז פורים איז א טאג פון הולטייען. אהנע פשעטליך און טיפע מושגים אינעם עד דלא ידע, איז דאך פשוט פשט אז מען געט א חיוב פאר א מענטש אז ער זאל הולטייען און שיכורין עד חרמה ועד בכלל. בקיצור מען דארף האבען א פארטי וואס מיום עס האט זיך געפארטיט א פארטי.. וגו'. נו, מען איז יעצט מטכס עצה וואס קען מען מאכען עס זאל זיין מער לעבעדיג, מוזיק - טשעק, טאנצען - טשעק, עסען - טשעק, טרינקען - טשעק, עינטינג עלס? אהה פארשטעלען.

אוודאי נישט ווען מען ארבעט זעקס וואכען פאר דעם אויף די theme וואס מען גייט פארשטעלען די קינדער. אוודאי נישט אויב פורים איז די הייליגסטע טאג פון יאר און מען זאגט תהלים דריי פערטעל טאג. אוודאי נישט ווען די 'ערוואקסענע' מענטשען פארשטעלען זיך נישט, און די קינדערישע מענטשען מאכען זיך שיכור.
אגב, עצה טובה פאר די וואס פארשטעלען זיך יא. פארשטעלן איז fun בעיקר ווען מען טוט עקטען די וועג ווי מען איז פארשטעלט. מען עקספיריענסד זיין יעצט א צווייטע מענטש און אפשר אין א צווייטע עפאכע. בקיצור, פארשטעלען איז אן אקט.

אבער איך ווייס דאך נישט וויאזוי צו זיין אן אקטיאר? איך הער וואס דו זאגסט. די היינטיגע מהלך פין זיין אן אקטיאר איז זיך צו לאזען ווערען איבערגענומען פון די מצב וואס מען דארף ארויסברענגען און שפילען, method acting. בקיצור כל כולו שפירען און בא-לעבען די שפיל.

יא איך הער, אבער איך קען דאך דאס אויך נישט. דאס איז שוין טאקע א שאד. טוסטו דען דאס נישט א גאנץ יאר? ווען דו רעדסט מיט דיין חבר, קינד, אדער ווייב, פרובירסטו נישט צו ווערען איבערגענומען פון יענעמס מציאות? ווייסטו דען נישט אז דאס איז די שטערקסטע קאננעקשען וואס דו קענסט האבען מיט זיי? באלעבן יענעם. איך בין מסכים אז דאס גייט נישט אזוי פשוט, אבער אז דו וואלסט געצילט דערויף וואלסטו שוין לאנג געהאלטען דארט. דו לאזט אויס דאס רוב פין עקספיריענס אף לייף אהן די אלע זיסע עקספיריענסען. ווען איז דאס לעצטע מאל וואס דו האסט דיך געשפירט ווי א קליין אינגעל [דיין אינגעל] וואס האט יעצט באקומען פיאות? יא דו קענסט האבען דעם עקספיריענס ממש. ענדזשוי די אלע פארשידענארטיגע עקספיריענסעס. וחי בהם, מאך א לעבן מיט זיי.
עד כאן מיין עקספעריענס מיט מיין alter ego.

היימישער ליטוואק » מיטוואך פעברואר 20, 2013 5:05 pm

· #89270
דולה ומשקה

לגבי די לבושי פורים שפיגלט אפ די פנימיות פון דער מענטש, זאגט זיך גוט, אבער יעדעס יאר פארשטעל איך זיך עפעס אנדערש, וועל איך זאגען יעדע פורים האב איך עפעס א אנדערע סארט פנימיות?

ניין. נאר אז דו ביסט א נאך-נישט-געסעטטלטע מענטש 😂 .
סאררי, נאר א ווערטל לשמחת פורים.

מוח שליט » מיטוואך פעברואר 20, 2013 5:17 pm

· #89275
היימישער ליטוואק
דולה ומשקה

לגבי די לבושי פורים שפיגלט אפ די פנימיות פון דער מענטש, זאגט זיך גוט, אבער יעדעס יאר פארשטעל איך זיך עפעס אנדערש, וועל איך זאגען יעדע פורים האב איך עפעס א אנדערע סארט פנימיות?

ניין. נאר אז דו ביסט א נאך-נישט-געסעטטלטע מענטש 😂 .
סאררי, נאר א ווערטל לשמחת פורים.

א שיינע בחינה אין כל זה אכניס...

טאמבל סאס » מיטוואך פעברואר 20, 2013 5:20 pm

· #89277
און וואס טוט זיך פארקערט. א פרוי זאל זיך פארשטעלן ווי א מאן? און ווי העט זיין די דין מיט א טראנסזשענדער

צדיקל » מיטוואך פעברואר 20, 2013 5:42 pm

· #89286
דער מנהג צו פארשטעלן זיך אין פורים ווערט שוין דערמאנט אין די ראשונים, דער רמ"א סוף סי' תרצ"ו ברענגט א תשובות מהר"י מינץ, אז דער מנהג אין פורים איז געווען גבר לובש שמלת אשה ואשה כלי גבר, און דער מהר"י מינץ איז דאס מתיר וויבאלד מ'טוט עס נאר פאר שמחה.

אויך ווערט געברענגט דער מנהג אין ספר אבן בוחן. (לרבינו קלונימוס בן קלונימוס, ער האט געלעבט אנהויב אלף הששי).

<a class="postlink" href="http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=11945&st=&pgnum=15">http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=15</a>

וזל"ק
ובארבעה עשר יום לחודש אדר: בחורי ישראל לכבוד ולהדר: יתפארו ויתהללו: כי ישתגעו וכי יתהוללו: זה זכר עשה לנפלאותיו ופרסום לניסים: כי יעטו במעיל תפארת העכסים: וזה לכבוד מרדכי ואסתר: סחיף דיקילא ארישיה וכופף עליו פסכתר: זה ילבש שמלת אשה ולגרגרותיו ענקים: וזה יתחקה כאחד הריקים: תוף ומחול שמחה ושלישים: אלו עם אלו אנשים: ולעת ערב סעודת פורים: איל וצבי ויחמור וברבורים: משלוח מנות איש לרעהו משבעת המינים: אבל מתנות לאביונים מתמעטות בכל השנים:

אין אלי' רבה זאגט ער דער טעם איז אפשר זכר למרדכי שיצא בלבוש מלכות.

צדיקל » מיטוואך פעברואר 20, 2013 6:22 pm

· #89305
דער מנהג צו קלאפן ביי המן ווערט שוין אויך געברענגט אין די ראשונים, דער בית יוסף סימן תר"צ ברענגט עס בשם אורחות חיים, כשמזכיר שם המן ובניו מקנשין "התינוקות" באבנים או בלוחות עץ שבידם וכתוב בהם המן ועל ידי הניקוש הם נמחקים, ולמנהג זה יש שוורש בהגדה, דאמרינן כי מחה אמחה את זכר עמלק וכו,. און דער רמ"א דארט ברענגט ומזה נשתרבב המנהג שמכים המן כשקורים את המגילה בבית הכנסת.

אבער קלאפן אליין ווערט שוין געברענגט פון נאך פריער, אין ספר תניא רבתי (סימן מ') ברענגט ער עס בשם רש"י, מצאתי בשם רבינו שלמה ז"ל, יש מקומות שאומרים אחר הברכה פיוט אשר הניא ואומרים ברוך מרדכי ברוכה אסתר ארור המן ארורה זרש, ומכין ברגליהם אבן על אבן, ומשברים קדירות כשמעם שבר המן וזרש.

אויך רבי אברהם ברבי נתן הירחי (ראב"ן, געלעבט סוף אלף החמישי) אין זיין ספר המנהיג ברענגט ער די די מנהג.
ומה שנהגו בצרפת אחר קריאה לומר ארור המן וארורים בניו, ברוך מרדכי וברוכה אסתר, בירושלמי דמגילה (פ״ג ה׳׳ז) ובמסכת סופרים (פי״ד) בבראשית רבה (מט, א) בפיסקא וה׳ אמר המכסה אני מאברהם, רב אמר צריך שיאמר ארור המן וארורים בניו, וא"ר פנחס וצריך שיאמר חרבונא ז׳׳ל וכי מטי להאי פסוק אשר הגלה נבוכדנצר שחוק עצמות, למה שכל נבוכרנצר שבירמיה חי הוה ברם הכא מת הוה. ויש קצת סמך במגילת בבליתא, ומחייב אניש לבסומי בפוריא עד דלא ידע בין ברוך מרדכי לארור המן, נמצא שכך היה מנהגם משום זכר צדיק לברכה ושם רשעים
ירקב. ועל כן מנהג התינוקות בצרפת ובפרובינציא לקחת חלוקי הנחל ולכתוב עליהם המן, ומקישין זו על זו כשהקורא מזכיר המן ורשעו, ושם רשעים ירקב ושלום.

אין אבודרהם ברענגט ער אויך "מנהג התינוקות".

אין ספר המנהגים לרבינו יצחק אייזיק טירנא (פורים אות נ"ה) זאגט ער, שתקנוהו בשביל התינוקות, כדי שלא ישנו, שאף הם חייבים במקרא מגילה.

נשמה יתירה » מיטוואך פעברואר 20, 2013 8:23 pm

· #89337
מוח שליט
קודם לאמיר קומען צו אן עגירמענט אז פורים איז א טאג פון הולטייען. אהנע פשעטליך און טיפע מושגים אינעם עד דלא ידע, איז דאך פשוט פשט אז מען געט א חיוב פאר א מענטש אז ער זאל הולטייען און שיכורין עד חרמה ועד בכלל. בקיצור מען דארף האבען א פארטי וואס מיום עס האט זיך געפארטיט א פארטי.. וגו'. נו, מען איז יעצט מטכס עצה וואס קען מען מאכען עס זאל זיין מער לעבעדיג, מוזיק - טשעק, טאנצען - טשעק, עסען - טשעק, טרינקען - טשעק, עינטינג עלס? אהה פארשטעלען.

אוודאי נישט ווען מען ארבעט זעקס וואכען פאר דעם אויף די theme וואס מען גייט פארשטעלען די קינדער. אוודאי נישט אויב פורים איז די הייליגסטע טאג פון יאר און מען זאגט תהלים דריי פערטעל טאג. אוודאי נישט ווען די 'ערוואקסענע' מענטשען פארשטעלען זיך נישט, און די קינדערישע מענטשען מאכען זיך שיכור.
אגב, עצה טובה פאר די וואס פארשטעלען זיך יא. פארשטעלן איז fun בעיקר ווען מען טוט עקטען די וועג ווי מען איז פארשטעלט. מען עקספיריענסד זיין יעצט א צווייטע מענטש און אפשר אין א צווייטע עפאכע. בקיצור, פארשטעלען איז אן אקט.

אבער איך ווייס דאך נישט וויאזוי צו זיין אן אקטיאר? איך הער וואס דו זאגסט. די היינטיגע מהלך פין זיין אן אקטיאר איז זיך צו לאזען ווערען איבערגענומען פון די מצב וואס מען דארף ארויסברענגען און שפילען, method acting. בקיצור כל כולו שפירען און בא-לעבען די שפיל.

יא איך הער, אבער איך קען דאך דאס אויך נישט. דאס איז שוין טאקע א שאד. טוסטו דען דאס נישט א גאנץ יאר? ווען דו רעדסט מיט דיין חבר, קינד, אדער ווייב, פרובירסטו נישט צו ווערען איבערגענומען פון יענעמס מציאות? ווייסטו דען נישט אז דאס איז די שטערקסטע קאננעקשען וואס דו קענסט האבען מיט זיי? באלעבן יענעם. איך בין מסכים אז דאס גייט נישט אזוי פשוט, אבער אז דו וואלסט געצילט דערויף וואלסטו שוין לאנג געהאלטען דארט. דו לאזט אויס דאס רוב פין עקספיריענס אף לייף אהן די אלע זיסע עקספיריענסען. ווען איז דאס לעצטע מאל וואס דו האסט דיך געשפירט ווי א קליין אינגעל [דיין אינגעל] וואס האט יעצט באקומען פיאות? יא דו קענסט האבען דעם עקספיריענס ממש. ענדזשוי די אלע פארשידענארטיגע עקספיריענסעס. וחי בהם, מאך א לעבן מיט זיי.
עד כאן מיין עקספעריענס מיט מיין alter ego.

די הבנה אז שמחה איז דורך האבן אן אנדערע מין עקספיריענס, שטייט שוין פין דעם מגיד אין ספר שמועה טובה דף ס'
ופ"א שמעתי מאדמ"ו שזה הוא התענוג מה שמשתנה הדברים, למשל בפורים בא שמחה מה שמשנין מלבושי אשה לאיש, ואיש לאשה.... ועוד אמר שבעליות העולמות עולם העשי' בא לעולם היצירה, והיצירה לבריאה, שמצא שפנימיות היצירה מתלבש במלבושי אותיות העשי' והבריאה באותיות היצירה, נמצא שנשתנו המלבושים, וזהו שמחה.
דהיינו אז פון די טיפסטע און בלי גבולידגע דרגות פון מציאות [מיין עכטער עססענץ] איז דא א התלבשות [מאניפעסטאציא] באופן של מער א צימצומדיגע מושג. און אט דער שינוי איז שמחה.

איך מיין אז עס איז נישט אז סתם די שינוי פון איין מצב צום צווייטען איז שמחה. עס איז אז מען זעהט אין שפירט אז אט דער צימצום איז אויך נכלל און מיר. איז דאך דאס גאר אן התפשטות. ווייל ווען איך טראכט פון דעם קלענערע מצב, בין איך דאך דער קלענערער מצב. כידוע מהבעשה"ק במקום שחושב האדם, שם הוא כולו, ווייל מחשבה איז די מציאות. ממילא אז דאס איז מיין מחשבה, איז דאס מיין מציאות. קומט אויס אז התלבשות אין א קלענערע מצב האט אין זיך הן די מצב פון צימצום און אויך די מצב פון ארויס גיין פון צימצום. ווייל בבת אחת מיט דעם טראכטען און זיך געפינען אין די קלענערע מושג פון עשיה, טראכט איך און שפיר איך דאך אויך אז דאס איז נאר א התלבשות, א לבוש מיינט דאך אז דאס איז נישט וואס איך בין בעצם, איך האב מיך נאר פארשטעלט. אבער בעצם בין איך ברייטער און איך בין נישט אין דעם מיצר, און עס איז נאר א לבוש. ממילא האב איך ביידע, סיי דעם מיצר און ברגע כמימרא אויך די געשמאק פון יציאה ממיצר. וואס דאס איז תענוג ושמחה. כידוע אז 'אין ענג בלא נגע', פונקט ווי עס איז נישטא קיין קאלט אן הייס, אדער יא אהן ניין. ומבשרי אחזה אז שמחה איז נאר ווען עפעס א פראבלעם איז מסודר געווארען. [געלט און כבוד איז דאך נאר א מיטל וויאזוי מסדר צו זיין אלע ענגשאפטען וואס איז אדער וועט נאר אמאל געשעהן.]
דאס איז בעצם די סיבה פון די גאנצע בריאה, דער אייבערשטער מאכט זיך קליין [זיך מלבש אין א וועלט] כדי צו האבען די תענוג פון ארויסגיין פון די קליינקייט. פונקט ווי אונז ווילען מיר לייענען א מעשה ביכל דוקא וואס האט אין זיך ענגשאפט און צער, און נאר שפעטער ארויסגיין דערפון. מיר ווילען ווערען איבערגענומען פון א וועלט מיט ענגשאפט [די מעשה נעמט אונז איבער] ווייל נאר דעמאלט איז דא די הנאה פון ארויסגיין ממיצר.
אמת טאקע אז די אלע נקודות קענסטו אויך טרעפען ביי די פילוסופי האומות, ווי יאיר האט שוין אראפגעברענגט, חכמה בגוים תאמין, אבער איך פרעג נאך אלץ פארוואס דארפען מיר אויף יעדע ווארט א הסכמה פון זיי? דיינע פונקטען וואס דו האסט ארויסגעברענגט אין אן אנדער אשכול [איך האב נישט קיין כח דאס נאכצוזיכען יעצט] איז נאך אלץ נישט מסביר פארוואס חכמים ווי אונז דא 😮 זאלען נישט אנאלאזירען זאכען אהן קיין תליי' באילנא רברברא.
נחזור לענינינו, די סיבה פון שמחה איז יציאה ממיצר ביים פארשטעלען פארברייטערט מען זיך און מען זעהט אז איך בין דאס אויך. עפעס אזוי.

נולד מאוחר » זונטאג פעברואר 24, 2013 12:13 pm

· #90020
נשמה יתירה האט געשריבן 'שטייט שוין פין דעם מגיד אין ספר שמועה טובה דף ס'
ופ"א שמעתי מאדמ"ו שזה הוא התענוג מה שמשתנה הדברים, למשל בפורים בא שמחה מה שמשנין מלבושי אשה לאיש''
סאיז מיר זייער אינטערסאנט אז דע הייליגע חסידישע רבי זאל שרייבן אז א מאן פארשטעלט זיך ווי א פרוי!
ערגעטס אין שטיבל מייניך איז געווען א געטיאכטס פין מארק שפירא איבער זיך פארשטעלן ווי א פרוי. דא האבן מיר קלארע ווערטער פין די היילגע מגיד, נישט עפעס א מאדערענע ר' משה.

יאיר » מאנטאג פעברואר 25, 2013 1:25 am

· #90058
נשמה יתירה
אמת טאקע אז די אלע נקודות קענסטו אויך טרעפען ביי די פילוסופי האומות, ווי יאיר האט שוין אראפגעברענגט, חכמה בגוים תאמין, אבער איך פרעג נאך אלץ פארוואס דארפען מיר אויף יעדע ווארט א הסכמה פון זיי? דיינע פונקטען וואס דו האסט ארויסגעברענגט אין אן אנדער אשכול [איך האב נישט קיין כח דאס נאכצוזיכען יעצט] איז נאך אלץ נישט מסביר פארוואס חכמים ווי אונז דא זאלען נישט אנאלאזירען זאכען אהן קיין תליי' באילנא רברברא.

איך זע אז כבודו הרמה ברענגט יא כסדר אראפ זאכן בשם דעם בעל שם טוב ותלמידיו להסתמך על דבריהם, איז נישט שווער אויף דעם פארוואס אזא חכם ווי דיר זאל נישט אנאליזירן אן קיין אילנא רברבא?

נשמה יתירה » מיטוואך מערץ 6, 2013 5:16 pm

· #93911
יאיר

ווען איינער ברענגט א מימרא פון א גויאישען פילוזוף ברענגט ער דאס אלס ראי' לדבריו ולא יותר. מיין כוונה מיט ברענגען דברי בעשה"ק איז ממש דעם היפך. מיר אלע חסידישע אידן זענען מיר ארומגענומען מיט מימרות ותורות פין בעשה"ק. דאס איז די פאקט נישט קיין חילוק צו מען האלט ווי שיטה מקובצת [ער שרייבט אין קאוועשטיבעל ערגעצוואו אז ער האט זיך אנטזאגט פון דרך הבעשה"ק] אדער ווי ר' צבי מאיר זילבערבערג. מיר עסען, שלאפען, אטעמען, בעשה"ק. איז דאך שכלדיק אז מיר זאלען פרובירען צו פארשטיין וואס מיר טוהן טאג און נאכט.
טיפער גערעדט, איעדע טראכטער דא אין דעם שיינעם שטיבעל, פרובירט צום אלעם ערשטען זיך אליינס צו פארשטיין. אנגעהויבען פון אונזער עקזיסטענץ בכלל, און מן הכלל אל הפרט, צו דאס עקזיסטענץ פינעם מין האנושי, און אזוי ווייטער צו זיין עקזיסטענץ אין די פאלק ווי ער איז געבוירען, דעם עם הנבחר, וכן הלאה צום ספעצפישען יחודותיגע לעבנסשטייגער וואס איז באזירט אויף בעשה"ק ותלמידיו.
איך פארלאנג בכלל נישט מען זאל אהנעמען סיי וואס ווייל דער אדער יענער האט דאס געזאגט. אלא וואס דען, אויב מען פארשטייט אן ענין און מען זעהט אז דאס איז גאר די הבנה פון אונזער פילוסופיה, אונזער זיסער תורת הבעשה"ק, איז דאך לית טב מיניה.
אגב, א חבר זאגט מיר פונקט אז אים דאכט זיך אז אויסער משה רבינו ע"ה, איז נישטא אינעם גאנצען היסטוריה פון כלל ישראל ווי איין יחידותיגע מענטש זאל מאכען אזא שינוי אין דאס לעבן פונעם פאלק פאר דורי דורות. אין דער צייט וואס ער איז בכלל נישט געוועהן א מאכטפולע פירער אויפען געווענליכען שטייגער.
עכ"פ תקוותי אז איך האב מסביר געווען די חילוק פין מיין ברענגען דברי בעשה"ק ביז די וואס ברענגען להבדיל דברי אומות העולם.