טשיינע פאלט, אינאיינעם מיט די סטאק מארקעט
21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9498
טשיינע פאלט, אינאיינעם מיט די סטאק מארקעט
עס איז הימל און ערד און טשיינע, אן עקאנאמישן קראך ווי עס געהער צו זיין, און דער סטאק מארקעט צאפלט פאר שרעק און די נומערן טראסקען דראסטיש...
פאר אסאך וועלכע ארבעטן מיט טשיינע לויטן יען האבן א געלעגנהייט צו פארדינען שווערע געלטער ווארום דער יען איז אין דער אדמה און דער דאלאר גאנץ הויך,
ווי אויך וועט לכבוד דעם (אינאיינעם מיט די איראנע דיעל און נאך סיבות) די געז טראסקען אז עס איז ממש א שמחה פאר יעדן דרייווער,
איך האב נישט קיין צייט מאריך צו זיין, אבער פטור בלא כלום אי אפשר, אדרבה לייגט צו אייערע געדאנקען, און לאמיר זעהן ווי ר' בערל וועט כדרכו משלב זיין עניני דיומא מיט סענדער דער דויטש און שרה'לע בערקוביק.
אפשר איז יעצט די צייט פאר אמעריקע צו באצאלן דעם חוב פאר כינע, דער יען איז אין דער אדמה און דער דאלאר גאנץ הויך, מ'קען זיך שפארן אסאך געלט דא.
ווער האט אבאמא אויף ביביעם? ער הייבט עפעס נישט אויף אויף מיר היינט
היינט אינדערפרי האט די דאו זשאנס געטראסקעט איבער א טויזענט פונקטן פאר'ן זיך צוריקכאפן. דאס איז געווען א רעקארד ברעיקער און די היסטאריע פון וואול סטריט.
אויף די ראדיא האב איך געהערט עצה'נען אז אינוועסטארס זאלן נישט כאפן און אפקויפן די סטאקס נאר עס לאזן פארן לאנגן טערמין, באמת איז דאס שוין אן אלטער כלל אבער ביותר צריך הכתוב לזרזו במקום שיש חסרון כיס.
Re: טשיינע פאלט, אינאיינעם מיט די סטאק מארקעט
שמעקעדיג, דו האסט מיסטריעז אויסגעלאזט ש.ש. טעלער פון דיין תגובה
ממש אזוי...? 😂 😂 😂
פון אלע מיינט טויזענטער תגובות טרעפסטו אים כסדר??
אבער ווער בין איך צו זאגן אנדערש ווי דעת תורה. 😐
קען מיך דא - איינער - אנטשיידענען, וויאזוי מען קען אין די ווירקליכקייט געלד פארדינען פון דיזן קראך? פילייכט דורך איינקויפן יען?
יעדע מוצאי שמיטה טראסקעט די סטאק מארקעט
אבי מ'זאגט אז אידן קאנטראלירן די וועלט...
טשיינע פאלט, אינאיינעם מיט די סטאק מארקעט
בן נריהוקען מיך דא - איינער - אנטשיידענען, וויאזוי מען קען אין די ווירקליכקייט געלד פארדינען פון דיזן קראך? פילייכט דורך איינקויפן יען?
קען מיך פיללייכט איינער אנטשיידען ווי אזוי אינז זעמיר געווען א גאנץ זימער אן @בן נריהו?..
וועלקאם בעק!
that's correct, sorry
פארוואס זאל איינער וועלן יעצט פארקויפן? אדרבה, יעצט דארף מען קויפן.
Re: טשיינע פאלט, אינאיינעם מיט די סטאק מארקעט
שעפטלאפשר איז יעצט די צייט פאר אמעריקע צו באצאלן דעם חוב פאר כינע, דער יען איז אין דער אדמה און דער דאלאר גאנץ הויך, מ'קען זיך שפארן אסאך געלט דא.
ווער האט אבאמא אויף ביביעם? ער הייבט עפעס נישט אויף אויף מיר היינט
איך האב געהערט אמאל אז אמעריקע מוז באצאלן מיט דאלאר נישט יען.
די אינוועסטאר סייקל.
📎 IMG_20150825_014417.jpg
טשיינע האט געטראסקעט 7 פראצענט, אוגוסט האבן זיי איינגעשטעלט א סיסטעם וואס שטעלט אפ טרעדינג נאך א פארקויפינג (selloff) פון 5 פראצענט, און עס פארמאכט די מארקעט פארן טאג ווען זי פאלט (פארקויפט זיך) 7 פראצענט, היינט האט עס געארבעט און טשיינע האט טאקע פארמאכט די מארקעט פריער....
די גאנצע וועלט מארקעט איז אראפ כאטש 2 פראצענט, אין אמעריקע איז די ס פ 500 אראפ מיט איבער 50!! פאינטס...
וועסטו וועלן פרעגן פארוואס (מיטן ואני ניגון), העל איך דיר מסביר זיין אז די טשיינע מארקעט איז געשטיגן זייער שנעל, און א יעדע סימן פון אפשוואכונג נערווירט די אינוועסטארס. היינט איז ארויס א סטאדי וואס ווייזט אז טשיינע איז אביסל שוואכער.
Re: טשיינע פאלט, אינאיינעם מיט די סטאק מארקעט
בלויע רעקלטשיינע האט געטראסקעט 7 פראצענט, אוגוסט האבן זיי איינגעשטעלט א סיסטעם וואס שטעלט אפ טרעדינג נאך א פארקויפינג (selloff) פון 5 פראצענט, און עס פארמאכט די מארקעט פארן טאג ווען זי פאלט (פארקויפט זיך) 7 פראצענט, היינט האט עס געארבעט און טשיינע האט טאקע פארמאכט די מארקעט פריער....
די גאנצע וועלט מארקעט איז אראפ כאטש 2 פראצענט, אין אמעריקע איז די ס פ 500 אראפ מיט איבער 50!! פאינטס...
וועסטו וועלן פרעגן פארוואס (מיטן ואני ניגון), העל איך דיר מסביר זיין אז די טשיינע מארקעט איז געשטיגן זייער שנעל, און א יעדע סימן פון אפשוואכונג נערווירט די אינוועסטארס. היינט איז ארויס א סטאדי וואס ווייזט אז טשיינע איז אביסל שוואכער.
וואס די חילוק פון פארמאכען אין אפשטעלען טרעדינג?
אפשטעלן: איז סוספענדירן פאר 15 מינוט. פארמאכן: איז סוספענדירן פארן טאג און מען גייט אהיים.
נאך א וויכטיגע נקודה צו וויסן איז: טשיינע האט אין אוגוסט איינגעשטעלט א ראל אז גרויסע שעיר האלדערס (טריליאנס) טארן נישט פארקויפן זייער סטאקס פאר א שטיקל צייט, די "שטיקל צייט" ענדיגט זיך דעם קומענדיגן פרייטאג, און דער עולם ווארט מיט שפאנוג צו זעהן וואס וועט פאסירן, עס קען פאסירן דריי זאכן 1) נאך א קראך וואס וועט אויפשאקלען די מארקעטס פונדאסניי, 2) אלעס וועט בלייבן און עס וועט אדורך גיין בשלום, וואס דאס קען הייבן די מארקעטס, 3) זיי וועלן פארלענגערן די געזעץ, וואס דאס וועט אויך מעגליך הייבן די מארקעטס.
אויך טוט טשיינע קויפן סטאקס מיט גאווערמענט געלט צו האלטן די פרייזן דארט, דאס איז שוין א לאנגע הסבר.
בלויע רעקלנאך א וויכטיגע נקודה צו וויסן איז: טשיינע האט אין אוגוסט איינגעשטעלט א ראל אז גרויסע שעיר האלדערס (טריליאנס) טארן נישט פארקויפן זייער סטאקס פאר א שטיקל צייט, די "שטיקל צייט" ענדיגט זיך דעם קומענדיגן פרייטאג,
טשיינע האט פארלענגערט די "דאנט סעל ראל".
די מארקעט איז געפאלן פרייטאג, די VIX איז הויך, אלעס וועגן טשיינע, לדעתי א גוטע געלעגענהייט.
יעצט געהערט אז שמעון ראלניצקי האט א שיינע פינאנציעלע אנאליז אויף קול מבשר 3-8, איך האב געהערט א חלק, און ער רעדט זייער צום זאך. שכויח רבי שמעון.
מארקעט פאלט שוין זייט די יאר האט זיך אנגעהויבן אן קיין אויפהער.
די אויל קאמפאניס ובראשם קאטאר זענען זיך צוזאם געקומען אויף א מיטינג היינט זונטאג כדי צו פרובירן צו קומען אן אפמאך אז דערוילעם וועט זיך אפהאלטן פון פראדוצירן אויל פאר אשטיק צייט, און דערמיט הייבן די פרייזן, דער מיטינג הנ"ל ווערט שוין געפלאנט זינט מיד פעברואר, און דערפאר האט זיך דער פרייז פון אויל געהויבן די צוויי חדשים מיט די האפענונג פון א "פריז דיעל", אבער דער מיטינג איז געווען א טאטאלער דורכפאל, נאך 8 שעה פון זיצן זענען די לענדער ארויס צוריבן און צוביילט.... נישטא קיין דיעל!!
כאאס אין די אויל מארקעט מארגן! און די מארקעט פאלגט געווענטליך נאך די אויל.. גרייטס אייך צו... put on your seatbelts