☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » ביהמ"ד הגדול והחדש קיט"ל (מהר"א) סאטמאר

ביהמ"ד הגדול והחדש קיט"ל (מהר"א) סאטמאר

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9492

שמעון וואלף » זונטאג אוגוסט 23, 2015 8:16 pm

· #297383
ביהמ"ד הגדול והחדש קיט"ל (מהר"א) סאטמאר
ק/פ
ברעקינג!!!
קהל יטב לב דסאטמאר מיט די הילף פון העסקן הרה"ח ר' גרשון שלעזינגער הי"ו האבן יעצט געשלאסן א קאנטראקט אויף די פאבליק סקול אויף ווילסאן סטריט אין וויליאמסבורג,
לויט די פלאן גייט דארט ווערן אויפגבויט די נייע היכל בית המדרש האדיר דקהל יטב לב דסאטמאר
בורא עולם בקנין השלם זה הבנין

קאווע טרינקער » זונטאג אוגוסט 23, 2015 8:24 pm

· #297385
שוין דא אפאר אשכולות וועגן די ברעכעדיגע נייעס.

גאנצל » זונטאג אוגוסט 23, 2015 9:14 pm

· #297398
זריל איך זאג דיר צו אז דער עולם וועט דיר געבן לייקס אויף נארמאלע תגובות אויך .......

גאנצל » זונטאג אוגוסט 23, 2015 9:18 pm

· #297402
איך בעט דיר א פרעזענליכע טובה פירקל נישט קיין נארישקייטן, בין איך שוין דער וואס דארף שלינגען 😉 😂 רעד צו די זאך פליז איך מיין נישט דיך פערסענעל

shem-tov » מאנטאג אוגוסט 24, 2015 8:12 am

· #297514
דאס איז נעבעך אונזער ריאליטי דא אויף ק"ש מען ברענגט א פשוטער באריכט איבער א ביהמ"ד, אפגעזעהן פונקטלעך די פאליטיק דערפון, דארף מען דילן מיט דעם אלטן זויערן בחור וואס האט אבסולוטלי גארנישט צוצולייגן צום נייעסל, אנשטאט צו שווייגן ווי יעדער נארמאלער מענטש נעמט ער זיך פירקלען גרויליגע תגובות איינס נאכן צווייטן שעלטן און שרייען און באזידלען אז מען קען פשוט ברעכן און א וואונדער א נארמאלע מענטש קען מיט דעם נישט שטיין אין ווארט. איך בעט דיך טו וואס איך און אנדערע קלוגע ניקים טוען בשעת דער פגע רע סטרייקט. איגנאר אים צום טויט והכל על מקומו..

שמעון וואלף » מאנטאג אוגוסט 24, 2015 9:54 am

· #297525
קאווע טרינקער
שוין דא אפאר אשכולות וועגן די ברעכעדיגע נייעס.


צייג אן, ביטע

ליפא » מאנטאג אוגוסט 24, 2015 10:52 am

· #297533
shem-tov
דאס איז נעבעך אונזער ריאליטי דא אויף ק"ש מען ברענגט א פשוטער באריכט איבער א ביהמ"ד, אפגעזעהן פונקטלעך די פאליטיק דערפון, דארף מען דילן מיט דעם אלטן זויערן בחור וואס האט אבסולוטלי גארנישט צוצולייגן צום נייעסל, אנשטאט צו שווייגן ווי יעדער נארמאלער מענטש נעמט ער זיך פירקלען גרויליגע תגובות איינס נאכן צווייטן שעלטן און שרייען און באזידלען אז מען קען פשוט ברעכן און א וואונדער א נארמאלע מענטש קען מיט דעם נישט שטיין אין ווארט. איך בעט דיך טו וואס איך און אנדערע קלוגע ניקים טוען בשעת דער פגע רע סטרייקט. איגנאר אים צום טויט והכל על מקומו..

אויב רעדסטו פון זריל ביזטו נישט גערעכט, גלייך נאך די פאלשע נייעס אי זארומגעפארן אין ווצפ האט עס נאכגעפאלגט מיט אסאך אנדערע ברעיקינג פאלשע נייעס וואס האט געמיינט ארויסצוברענגען אז די ערשטע ברעיקינג נייעס פון ביהמ"ד איז פאלש געווען. עזריאל האט נאר נאכגעברענגט אדער אליינס צוגלייגט אן אייגענע, ער האט גארנישט פארדרייט.

ליפא » מאנטאג אוגוסט 24, 2015 10:54 am

· #297534
נאך איין וואס איז ארומגעפארן

ברעקינג!!!
קהל יטב לב דסאטמאר מיט די הילף פון העסקן הרה"ח ר' ארי לייב גלאנץ הי"ו האבן יעצט געשלאסן א קאנטראקט אויף אויבערשטע שטאק פון די מאנהעטען בריק ביי די ברוקלין זייט.
לויט די פלאן גייט דארט ווערן אויסגעשטעלט די באגלייטען פון די נייע היכל בית המדרש האדיר דקהל יטב לב דסאטמאר נאכען נעילת החג טיש דעם מוצאי שמחות תורה.
בורא עולם בקנין השלם זה הבנין

ליפא » מאנטאג אוגוסט 24, 2015 10:55 am

· #297535
און נאך איין

ברעקינג!!!
פאפא האט יעצט געשלאסן א קאנטראקט אויף די ניו יארק סטעיט פאליס סטעשן אויף
קיעפ סטריט
לויט די פלאן גייט דארט ווערן אויפגבויט א נייע היכל בית המדרש האדיר
בורא עולם בקנין השלם זה הבנין.

ליפא » מאנטאג אוגוסט 24, 2015 10:58 am

· #297536
שמעון וואלף
קאווע טרינקער
שוין דא אפאר אשכולות וועגן די ברעכעדיגע נייעס.


צייג אן, ביטע

איך האב געהאט געעפנט א אשכול אין צימעס און גלייך פארמאכט ווען ס'האט זיך ארויסגעגעשטעלט אז ס'נישט אמת. שוין צייט צו לייגן דעם אשכול דא אויך אין שמייכל אדער פארמאכן.

גאנצל » מאנטאג אוגוסט 24, 2015 11:41 am

· #297541
ביהמ"ד סאטמאר נייעס
ס'ליגט עפעס אמת אין דעם ?

שעפטל » מאנטאג אוגוסט 24, 2015 11:42 am

· #297543
גארנישט!

כ'זעה נאכנישט פארוואס די אשכול איז נאך אפילו זעהבאר

signout » מאנטאג אוגוסט 24, 2015 6:40 pm

· #297629
שעפטל
גארנישט!

כ'זעה נאכנישט פארוואס די אשכול איז נאך אפילו זעהבאר
די גאנצע וואטעפפ מעסעזש קומט פין שמעון וואלף'ס צד צו מאכען ליצנות פין גרשון שלעזינגער