בטחון לעומת השתדלות
ענין הבטחון זעט אויס צו זיין א סתירה מוחלטת מיט השתדלות, ווייל אויב האב איך בטחון אז וואס השי"ת וויל דאס וועט זיין און אלעס איז שוין באשטימט, מזונותיו של אדם קצובות לו מראש השנה ועד ראש השנה, ארבעים יום קודם יצירת הולד כו', וואסערע סיבה האט ער צו גיין ארבעטן? וואספארא סיבה האט ער צו זוכן א שידוך? אזוי אויך ביי יעדע דבר קטן וגדול וואס א מענטש טוט אפי' די פעולה פון זיך אויפהייבען נעמען עפעס, פארוואס זאל ער נישט זאגן אויב דער אייבערשטער וויל אז יענע זאך פון שאפע זאל איך האבן וועט עס שוין ווער צוברענגען צו מיר. איז דען די השתדלות עפעס א מצוה וואס מדארף טוען בקבלת עול ווייל אזוי האט דער אייבערשטער געהייסען מיט בזיעת אפך תאכל לחם?
אבער דוכט זיך אז בזיעת אפך תאכל לחם איז נישט פון די תרי"ג מצוות, און אויך איז די מצווה פון בזיעת אפך נישט פון די ז' מצוות בני נח, און מיר רעדן נישט דא יעצט וועגן דעם ענין צו א מענטשנ'ס פעולות זענען מוכרח צי נישט, וואס דאס האט א שייכות מיט די חקירה פון ידיעה מיט בחירה, מיר גייען דא מיט די הנחה אז אלע פעולות פון א מענטשן זענען ביזמתו און ער איז בבחירתו מחליט עס צו טוען, מיר האלטן א טריט ווייטער לגבי תוצאה וואס איז זיכער נישט בידו, למשל מאכן א ביזנעס דיעל ער זאל מאכן געלט ער ווייסט דען צו עס גייט געלונגען, נאר וואס דען, ער פארלאזט זיך אויפן אייבערשטן, איי אז דו פארלאזט זיך אויפן אייבערשטן וואס דאפסטו זיך בכלל אריינלאזן אין דעם עסק?
נאך א זאך, ווי ס'זעט מיר אויס איז בטחון איז נישט עפעס א מדה וואס שטייט אין מוסר ספרים וואס מדארף אויף דעם ארבעטן, נאר אפי' איינער וואס לעבט נישט מיטן אייבערשטן אינ'ם טאג טעגליכן לעבן מוז ער אויך בהכרח צוקומען צו בטחון, ד.ה. ער מוז לעבן מיט דעם אז נישט אלעס איז תחת שליטתו, ס'איז צוויי מדות וואס א מענטש דארף בהכרח האבן, אבער אז מ'טראכט אריין איז איינס א סתירה צום צווייטן און מ'דארף לעבן מיט דעם בדרך רצוא ושוב, בקיצור וואס כ'מיין דא ארויסצוברענגען איז, אז בטחון און השתדלות איז א סתירה מוחלטת, און לכאורה איז דאס א חלק פון די קללה פון בזיעת אפך תאכל לחם אז מ'זאל נישט האבן קיין שלימות'דיגע בטחון ממילא וועט דער מענטש אליינס שפירן א צורך צו גיין ארבעטן, און ביינאכט ווען ער קומט אהיים זאל ער זיך מתבונן זיין אז דאס וואס דארף עם קומען וועט עם קומען בכל אופן,
כן נלע"ד בעזרת החונן לאדם דעת.