אקסעזשין פארן נשמה! (קורצע מאמרים פון חיזוק)
"ביי א גשמיות'דיגע מלחמה איז דער עיקר דאס געווינען... ביים רוחניות'דיגע מלחמה איז דער עיקר די קאמף"
ברידער טייערע! געדענק אז ווילאנג די האלטס די געווער אין די הענט ביסטו א געווינער...
Re: אקסעזשין פארן נשמה! (קורצע מאמרים פון חיזוק)
א געזונטע מענטש האט די אקסעדזשין אין זיך , און דארף עס נישט באקומען פון דערויסען ,
נאר א ווערטעל , יישר כח פארן אשכול און פאר אונז מהנה זיין , כהאפ העסט אריינקומען דא יעדן טאג געבן אקסידזשען פארן עולם.
ביי גשמיות איז דאס 'ווילן אדער בענקשאפט' פון א מענטש גארנישט, כ'האב געוואלט אויפמאכן מיין סטאר האט נאך קיינעם נישט רייך געמאכט וכדומה – ביי רוחניות איז דאס 'ווילן און בבענקן' גאר גרויס! ווייל דאס עצם בענקשאפט זאגט אז דער מענטש איז גאר נאנט... זאג נאר ווען א קינד איז פארלוירן ווער בענקט דאס מערסטע?!
אביסל טיפער: ביי גשמיות איז דער עיקר ציל אנצוקומען צום עשיה (טוען) – ביי רוחניות איז דער גאנצע עשיה (טוען) אנצוקומען צו נאנטשאפט דביקת און קרבת אלוקים...