☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אשכול אן א טיטל #9478

אשכול אן א טיטל #9478

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9478

— » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 4:39 pm

· #297003

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

מנחם » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 7:10 pm

· #297038
[ציטאט אראפגענומען]

פארוואס אזויפיל לויפן? מאך עס גרינגער, קאווע אין דריי און פופציג, מקוה אין צוויי און פופציג, שחרית אין שומר שבת, תיקון אין סטראפקוב, מעריב אין אכט און פערציג, שבת אין לעיקוואד מנין, קאנטרי אין עלפיינס.

כפתור » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 9:14 pm

· #297059
אלץ קינד און וויליאמסבורג, ווען איינער האט געטראגן א בענד דאון (קראך הוט) איז ער געווען "א פאני מענטש"

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 9:19 pm

· #297060
[ציטאט אראפגענומען]

ריכטיג: דו האסט זייער ריכטיג געזאגט. און אזא מענטש איז טאקע מער מעורב עם הבריות און ער איז מער טאלעראנט פון אנדערע מענטשן וועלכע זענען נישט דוקא אויף איין דעה מיט איהם. ס'זענען אויך פארהאן נאך אנדערע אספעקטן און זייטן צו דעם. דאס הייסט אויף ענגליש..."קאלטשורעל דייווערסיטי". למשל ווען איינער האט אין זיין (פארצווייגטע) משפחה פארשידענע מענטשן, ווי מאדערנע, חסידישע און אפילו או. טי. די.'ס למחצה לשליש ולרביע"...קינדער וועלכע וואקסן אויף אין אזא משפחה זענען געוויינליך מער אינטעליגענט און בעלי דרך ארץ. משא"כ די פארשמאלצטע, שמאלקעפיגע משפחות וואו אלץ און אלעס איז אייביג די זעלבע, וואקסן די קינדער אויף אליינס שמאלקעפיג, נישט מנומס און אומטאלעראנט. נאר ס'איז פארהאן אזעלכע פארחניוק'טע ברואים וועלכע וועלן זיך אויס אזא לייפסטייל. אבער, ה' ישמרנו ווען די קינדער פון אזאלכע משפחות מאכן זיך סוכ"ס אויף די אויגן, ווייסן זיי נישט וואו און ווען צו סטאפן...זה סוד גילגול הנשמות של ה'או.טי. די.'ס...!

petergrifin » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 10:38 pm

· #297073
װאס װעט זײן מיט שיטת התבדלות? 😃

ס׳איז זיכער אזוי אז װאס מער מען דרײט זיך מיט מענטשען מיט אנדערע בעק גראונדס און השקפות העלפט
עס אז מען זאל נישט זײן אזוי מצומצום. מען פלעגט עס מיט האלטן אלס בחורים אין א׳׳י װי בחורים לאמיר
זאגן פון באבוב פלעגן זיך טרעפן מיט די אונגערישע בחורים און אנהײב איז עס אלס געװען װי אזוי דער רב
האט אזוי געטוהן אדער מען זינגט דעס ביי בײטאג. און די סאטמערע מיט זײער מעשיות און איעדער האט
געלעבט אין די אײגענער װעלט. סוף זמן האט מען אויף געהערט מיט די שטותים און מען האט געקענט
מאכען א לעבן און אפילו שמועסען אן ארײן מישען קראקע לעמבערג און די ציונים.

ירא שמים » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 11:21 pm

· #297081
פילאזערפירן אין קאווע שטיבל לאכן אין אייוועלט (קרעדיט ליפא) לומדעווען אין אוצר החכמה די עולם קען ממשיך זיין …

כפתור » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 11:24 pm

· #297082
און אמאליגע שטעטל איז עס אפשר געווען א מעלה (אדער נישט אזא חסרון), ווייל מ'האט געקענט לעבן גאנצע 100 יאר און קיינמאל געוואר ווערן וואס ס'טוט זיך אונדרויסן.

ירח בן יומו » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 11:42 pm

· #297088
פארגעס נישט אז די גוי לעבט איין יאר ביי די טאטע און די צווייטע יאר ביי די מאמע, און די דריטע יאר האט זיך די מאמע אנגעהאקט מיט א דריטן און א פערטן, אוון די טאטע איז אויך נישט געבליבן שטיין, קומט טאקע ארויס פון אזא געזעלשעפט מענטשן מיט אסאך חכמת החיים, און דאס איז גענוי וואס זיי טוען נאך.