☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » פרישע סקאנדאל../מערכה: לולבי שמיטה

פרישע סקאנדאל../מערכה: לולבי שמיטה

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9473

שעפטל » מיטוואך אוגוסט 19, 2015 1:48 pm

· #296776
פרישע סקאנדאל../מערכה: לולבי שמיטה
כלל ישראל איז שוין שרעקליך לאנג ווייליג, שוין לאנג נישט געווען קיין גוטע מערכות.. די אינטערנעט איז פארכאפט געווארן דורך איינצעלנע רבנים און אלע מוסדות האבן שוין מער ווייניגער די זעלבע תקנות, לייף העס טו גאו אן....

זיצן מענטשן און קראצן זיך די קאפ "וואס גייט דא זיין???" איך האב דאך א לעפ-טאפ געקויפט פאר בריוון, פאשקעווילן, איך האב דאך שוין אפילו געעפענט א האטליין מיט א ספעציעלע אימעיל אדרעס פאר די "דברים העומדים על הפרק" בכל זמן וזמן! אריזאנע ווייץ וועפט שוין, אפילו דער איד לייגט שוין נישט אריין קיין ביילאגע'ס, כ'האמעך שוין אפגע'יו-טוב'ט בשעתו, Wאטס נעקסט???

לולבי שמיטה!!! האט געווינען דעם פארמעסט צווישן אלע פארגעשלאגענע פראבלעם!

איך האב נאכנישט באקומען אלע פאקטן און דאקומענטן, אבער דאס איז זעכער, אויפן חזקה פון די מעררים קומט דא א פרישע זיסע מערכה (פארשטייט זיך פאר וועם ס'אינטערסירט דא בכלל..), ס'גייען זיין בריוון לכאן ולכאן.

נישט אז ס'איז א נייע מערכה, יעדע שמיטה יאר קאכט זיך איבער אתרוגי שמיטה וכו', אבער דא איז דא א שודערליכע אויפדעקונג!!! די כלומרשט'ע היתר פונעם פוסק הגרש"ז אויערבאך זצ"ל האט פשוט עקספייערט איינמאל די היינטיגע פוסקי דורינו ושרי התורה זענען נאכגעגאנגן די פאקטן...

הייבט אן צו ליינען און אינדזשויט דעם פרישן ראלערקאוסטער....

📎 לולבי שמיטה.jpg

יעצט האט איר געענדיגט ליינען דעם בריוו פון די וועד הרבנים לשמיטה (א פריש געגרינדערטע קריטיש וויכטיג לאנג ערווארטעטע ארגענעזאציע...) אונטערגעשריבן אדורך (די גאב"ד? ראב"ד? חבר הוועד? מזכיר? סד"ד?) יחיאל מעכל אינדיג, וואס איז שוין היינט מער באקאנט אלס איינער וואס האט זיך נאס געמאכט אין אריזאנע ביי די ווייץ, און נאך עטליכע סקאנדאלן...

צום ערווארטן אז אברהם לויפער (פארקויפט גראדע לולבים, ס'דאך ממש זיין ליין), דער שפעטיווקער און די איבריגע לוחמים למען הצלת דורינו מכל מרעין בישין וועלן זיך אריינמישן.

סיט בעט ענד רילעקס...

ירא שמים » מיטוואך אוגוסט 19, 2015 5:49 pm

· #296836
@שעפטל אזוי וואו דו האסט פארלאנגט פון מיר צו מברר זיין מיינע טענות אויף @שבת אחים און כהאב אויסגעפירט דיין פארלאנג , יעצט פארלאנג איך פון דיר דו זאלסט אויך קלאר מברר זיין דיינע טענות אויף אינדיג און נישט סתם ארויפציען א נאסע ליילעך אויף א איד , איך קען נישט דעם מענטש און קען זיין ער איז טאקע א דריי קאפ , אבער פון זיינע ווערטער אין דעם ברייוו וואס האסט געברענגט זעע איך נישט וואס ער שרייבט ראנג .

שעפטל » מיטוואך אוגוסט 19, 2015 5:51 pm

· #296839
וואס פאלט דיר ביי אז איך צוה ארויף א נאסע ליילעך, ער זיכט גראדע טריקענע, נאכן ווערן נאס אויף א יו-טוב קליפ אין אריזאנע.

איך האב דא געשריבן די נייעס, פון דא און וווייטער וועלן מיר לאזן די איבריגע קער נעמען דערפון.

יעצט פרעג דיך נאך ווער דער אינדיג איז און קום צוריק (איך גיי נישט אויספראקן א איד ממש ברבים...)

צוריק צו די לולבים

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אוגוסט 19, 2015 6:31 pm

· #296848
Re: פרישע סקאנדאל../מערכה: לולבי שמיטה
שוין לפחות צוויי שמיטות צוריק האט לויפער פון דארג געדרוקט א קונטרס דערוועגען. אחוץ די הלכה חלק, האט ער בריווען און דרשות וואס זענען צו לאכען/וויינען. 'אונזער זיידע'ס און באבע'ס האבען אלס זיך געפיהרט מחמיר זיין אין שמטה'!!! מיט נאך אזעלכע וויכטיגער טענות.

טאמבל סאס » מיטוואך אוגוסט 19, 2015 7:09 pm

· #296853
Re: פרישע סקאנדאל../מערכה: לולבי שמיטה
נע, זיי זוכן נאך א וואגאן מיט וואס צושיקן געלטער צו אר"י

דעת תורה » מיטוואך אוגוסט 19, 2015 7:55 pm

· #296856
Re: פרישע סקאנדאל../מערכה: לולבי שמיטה
ליטוואק, וואטש וואס דו שרייבסט, אינדיג וועט דיך מעגליך הייערן צו טון שרייב ארבעט לצורך די מערכה, און נאכדעם וועסטו קומען שרייבן דא אז בעצם איז דאך אינדיג'ס זייט די פשטות און ווער עס האלט אנדערש איז עליו הראיה, און לפלא אז די וועלט קוקט עס אן פארקערט...

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 7:52 am

· #296906
דעת תורה
ליטוואק, וואטש וואס דו שרייבסט, אינדיג וועט דיך מעגליך הייערן צו טון שרייב ארבעט לצורך די מערכה, און נאכדעם וועסטו קומען שרייבן דא אז בעצם איז דאך אינדיג'ס זייט די פשטות און ווער עס האלט אנדערש איז עליו הראיה, און לפלא אז די וועלט קוקט עס אן פארקערט...

ס'איז דא א סבה פארוואס איך הייב נישט אויף מיין טלפון צו איהם די לעצע האלבע יאר!