דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #9463
24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9463
דער התנגדות איז צו לערנען פסק, נישט צו פסקנ'ען בפועל. ס'ווערט אנגעקוקט ווי א שוואכערער וועג פון לערנען.
די יוראפע'אישער פון נאכ'ן קריג זענען גאנץ ווייניג ליטווישע פוסקים, און די וואס יא, זענען געווען אויפ'ן אלט'ן שטייגער, קענענדיג די סוגיא לאמדיש און קלאר, נישט זיך באציען אזויפיל אויף די תשובות. דאס איז טאקע נישט אראפגעקוקט אין לעיקוואוד, נאר גאנץ ווייניג קענען און דעריבער גייט דער חינוך נישט אין יענער גאנג.
א''י איז גענוג גרויס אז ס'איז דא אסאך פון אלע סארטען, אבער ס'דוכט זיך אז אין פאנאוויעז הייסט פסק א נחות דרגא. אין לעיקוואוד איז עס קלענער ווייל דער ציבור איז קלענער

לכאורה ווענט זיך עס אין די ליטווישע בליק אויף לימוד התורה , אז לימוד התורה טאר נישט זיין קיין מיטל נאר א ציל , וואס טוט זיך מיט הלומד על מנת לעשות ? תיקו
ולפי חשבון דארף פסקענען זיכער זיין א נידערלאגע פאר א ליטווישע בן תורה וואס אנשטאט זיין א ראש ישיבה וואס פארנעמט זיך מיט לומדות , זיך פארנעמען מיט יעלה ויבא , שמאטעס , טעפ , און אנשטאט זיין פארנומען מיט ׳בני תורה׳ זיין פארנומען מיט די בעלי בתים וואס אין די ליטע קוקט מען שטארק אראפ אויף זיי.

בכלל נישט ריכטיג אפגעלערנט.
דער אלטמאדישע מהלך הלימוד, לאו דוקא אין ליטא, איז געווען געבויט אויף א גרונטליכער קענשאפט פונ'ם סוגיא מיט איהר פיטשיפקע'ס, א פארשטאנד פונ'ם יסוד הדין, און די יסודות פון די סברות פון יעדער מחלוקת. דאס איז נישט קיין חידוש פון ר' חיים בריסקער, דאס זעט מען אין ש''ך און תומים, אין רעק''א און אין חת''ס. ר' חיים וואלאזינער שרייבט אז דער שפיץ פון קענען לערנען איז 'להמציא דין חדש מהגמרא'. דער אויסדרוק 'לאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא' מיינט ענדיגען דער סוגיא, ד.ה. דער פלפול, (האמיתי, נישט ברייתא דר' ישמעאל תורה) און דער גאנצע צורתא דשמעתתא, אפגעלערנט אליבא דהלכתא.
יעצט היינטיגע צייטען האבען געוויסע ממציא געווען א נייעם מהלך אין לערנען. מ'הייבט אן א הלכה אינ'ם טור, אויפ'ן בעסט'ן אופן קוקט מען נאך די גמרא אביסל, און מ'לויפט צום שו''ע מיט'ן נושא כלים. דער צוגאנג נעמט ארויס אסאך פון די ספקות, ווייל קיין סאך קושיות זענען נישט דא, און דער לומד זעט נישט דער עמקות און די סתירות אינ'ם דברי הפוסקים. די חברה האבען געווענדליך 'כללי הפסק' אין יעדער זאך, ווייל זיי האבען נישט קיין פארשטאנד אינ'ם סוגיא צו דערהייבען יעדער זאך בעצמו על מתכונתו. דעריבער זאגט מען אזעלכע לאזונגען אזוי ווי 'מ'רירט זיך נישט פון שלחן ערוך הרב' אדער 'דער משנה ברורה איז פוסק אחרון' אדער 'ר' משה איז נאכגעגאנגען ערוה''ש מער ווי מ''ב'. די זענען אלע נאר גוט פאר מענטשען וואס האבען נישט קיין מהלך אפגעלערנט אינ'ם נושא וואס דעריבער דארפען זיי כללים צו קענען זאגען א דעה אויף די הלכות.
אין ליטווישע ישיבות היינט פראבירט מען מער ווייניגער צו האלטען דער אלט'ן דרך הלימוד, נאר וויבאלד מ'האלט מען האט שוואכער מוחות, שטעלט מען זיך אפ לאנג פאר'ן פסק, ווייל 'היינטיגע יונגעלייט קענען נישט'. יעצט פאר דער וואס האט נאך דרך ארץ פאר פסק, איז עס צוטיילט. מאנכע גייען אויפ'ן מאדערנעם לייכטער מהלך און ווערען מו''צען וואס קענען אסאך אינפארמאציע אויבערפלעכליך. אנדערע לייגען זיך אריין אין סוגיות בעיון און קענען אנקומען ביז אפצולערנען א זאך ביז צום פסק. די הייסען, לויט אונזער דרך, די ריכטיגע אחד יוצא להוראה, וואס זענען טאקע גאנץ ווייניג, ווייל ס'איז שווער און דער מסגרת איז נאך נישט אויסגעשטעלט ווי ס'דארף צו זיין.
מחשש גילוי קען איך נישט אויסשרייבען קיין פרטים, אבער מער ווייניגער איז דאס דער צוגאנג.

ריכטיג: אט דאס איז מיין נקודה. אז די ליטווישע געדעילים האבן נישט געהאט דעם ריכטיגן דרך הלימוד. און נישט דעם אמת'דיגן ציעל פון א איד וואס לערנט תורה כדי צו קענען זיין א מורה הוראה פאר אידן. לאסוקי שמעתא אליבא דהילכתא. וואס דאס איז דאך אויסער אלעמען א גרויסער גמילת חסד. און ס'געט א געוואלדיגן סיפוק הנפש. ווי דער הייליגער רמב"ם שרייבט..."אין שמחה כהתרת הספיקות"...און דער דרך הלימוד פון די אונגארישע און פוילישע און גאליציאנער ישיבות איז דער ריכטיגער דרך. איכ'ל נאר ברענגען א ראיה פון א קליינעם ל"ו צדיק. אבער א גרויסער שרייבער. חיים גראדע, אין זיינע זיכרונות פון די שטאט ווילנא, וואס מ'האט גערופן ..."ירושלים ד'ליטא"...ברענגט דארט איבער איינעם פון די אידן פון לייבע לייזער'ס הויף, ר' חזקיה טייטלבוים, דער שלאסער, וועלכער איז געווען אזא גרויסער תלמיד חכם אז ער האט געהאט דעם גאנצן שולחן ערוך אין זיין קאפ. שרייבט ער דארט במתק לשונו אז ר' חזקיה האט זיך שואל עצה געווען מיט דעם שו"ע אין זיין קאפ. ביי די מעשה פון דעם איד וועלכער האט געארבעט אין א הערינג פאבריק און ער איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד מיט זיינע פאר ריח'טע בגדים און א נערוועזער איד האט זיך צושריגן אויף איהם אינמיטן קריאת שמע אז ער זאלל ארויסגיין. און ס'איז געווארן א גאנצער טומל אין ביהמ"ד. האט ער זיך באטראכט צו ס'הייסט א הפסק. און אויב מ'דארף נאכאמאל איבערליינען קריאת שמע.,
אויך ביי אן אנדערע מעשה, פון דעם גע'גט'ן רב וואס האט געהאט א שפייז געשעפט (גראסערי, בלע"ז) און ער האט אויך געלערנט יורה דעה מיט א בחור, א זון פון זיין פארשטארבענעם גוטן פריינט...! זעמיר פון דעם אז אפילו אין די ליטא זענען געווען א סאך בעלי הוראה. נאר עטליכע קרומע קעפ האבן זיך אריינגעלאזט אין דעם פאלשן דרך הפילפול.

[ציטאט אראפגענומען]
נו, זיכער. זיי חלש'ן נאך אן אמת'ן דבר ה'. זייער אידישע נשמה לעכצט אויך נאך א ביסל תורה לשמה...!
איך וועל נאך איין מאל פראבירען, וזהו. דער 'סיסטעם פון כוללים' האט אוועק געשטעלט אסאך מורה הוראה, אבער עכ''פ ווען מ'קוקט אין די געדרוקטע תורה זייערע, זעט מען א שוואכער הערצה צו פשט אין סוגיא, אדער ארויסברענגען די הלכה פונ'ם חשבון פון א מהרש''א צו וואס. און די גדולי הפוסקים פון די דורות, נישט קיין חילוק פונ'ם אפשטאם צו בירגערשאפט, האבען קלאר אזוי געלערנט. די כללים און ליקוטים זענען א היינטיגע ערשיינונג, וואס צוליב דעם האלטען זיי אין איין ארויסקומען מיט רשימות הפסקים פון הרב אלישיב צו הרב וואזנער צו וואס. ווייל דאס ווערט גענוצט. דאס קענען משלב זיין די למדות מיט די הכרעה למעשה איז דער סאמע שווערסטע ארבעט אין לערנען, און דאס בלייבט פאר'ן אחד היוצא להוראה. (אז מ'וויל פרעגען פארוואס דארפען די אנדערע טויזענט זיך מוטשען, נו דאס איז אן אנדער'ן שמועס).
דאס איז נישט קיין חילוק אזויפיל מיט ליטווישע ישיבות, ווייל למעשה די ראש ישיבות ווייסען נישט פון פסק און די פוסקים אין די ליטווישע געגענטער זענען אויך לקוי עפ''י רוב אינ'ם נייעם דרך הלימוד, אבער ס'איז ביי אונז נאך נישט אינגאנצען פארגעסען דער אלט'ן דרך, און ס'איז נאך דא, נישט גיין סאך, אבער ס'איז דא אזעלכע וואס קענען שרייבען ע תשובה להלכה געבויט אויפ'ן סוגיא. פון די חברה וואס לערנען די אנדערע וועג האב איך נאך נישט געזען גיין תשובה הראויה לשמה.
אגב, ווער זענען די יוראפע'אישע ליטווישע פוסקים פון וועמען דו רעדסט?
איינער וואס האט קיינמאל נישט געהאט קיין ספקות, האט נישט קיין התרת הספקות!

ווען האט זיך אנגעהויבען די נייע מהלך ?! און דורך וועמען ? נאכן קריג אדער פארדעם ? סמאכט דאך נישט קיין סענס אז ר׳ אהרן קאטלער זאל האבן געטוישט זיין מהלך קומענדיג קיין אמעריקע.
ליטוואק די פשט פון א׳ יוצא להוראה איז אייגענס ?
ריכטיג - דיין אלע דערמאנטע זענען פונקט ווי די לעיקוואודער. זיי האבען שימוש פון חסידים. הרב וועסטהיים איז געווען אין כולל ביי הרב ווייס זצ''ל און סתם אזוי איז ער בכלל נישט דער ליטווישע למדן. הרב פאלק איז אלס געפארען צו מאנשעסטער צום מנחת יצחק און לאנדאן צו ר' הענאך פאדווא. ער איז טאקע נישט קיין ליטוואק, נאר א יעקע, און זיין תשובות ווייזען אויף א געוויסע אנדערע וועג, טאקע נענטער צום מנחת יצחק, אבער נישט אזוי געבויעט. ער איז קיינמאל נישט געווען ביים ארטיגען רב זצ''ל, וואס ער איז טאקע געווען א דוגמא פון א פארצייטישע ליטווישע רב. די שטערנבוך ברידער האבען נישט קיין סאך געלערנט אין ענגלאנד. ר' משה האט געלערנט אין חברון און ר' אליה ווייס איך נישט.
דו זאגסט אז ווען דו רעדסט צו א ליטווישע פון לאנדאן.... און טאמער דער ליטווישע פון לאנדאן שרייבט אויף ק''ש איז זיין דעה גארנישט?!
ירא שמים - ר' אהרן קוטלר איז טאקע געווען אויפ'ן אלט'ן שטייגער, ער האט געפסקנ'ט פון סוגיא ארויס, עי' בתשובותיו. מיר דוכט זיך דער טויש איז געקומען פון א קולטורישע ערשיינונג. איך בין נישט זיכער אבער איך קלער א טע'אריא. געוויסע קרייזען האבען געהאט א חוש צו שמעקען דער ווינט פונ'ם חסידיש'ן געזעלשאפט און פראבירט אויסצוכאפען מיט'ן זיין די ערשטע. סקווער און בעלז זענען אזוי. די ערשטע דיינים ביים חסידיש'ן ציבור זענען געקומען פון סקווער. סאטמאר האט כידוע גענומען פון זיי און דער גייסט האבען זיי געמאכט. זיי האבען געכאפט אז דער קומעדיגע דור זוכט נישט קיין שווערקייטען און זיי האבען אוועק געשטעלט א לייכטער גאנג צו ווערען א 'פוסק', וואס דאס מיינט נישט קענען לערנען, נאר צוזאמשטעלען אסאך פאקטען אן פארשטייען. זיי זענען נישט שולדיגט, זיי האבען געשמעקט דער ווינט שנעלער ווי אנדערע.
אבער מ'קען קוקען אין די ספרים, ס'איז קלאר ווי דער טאג אז צייטען האבען זיך געטוישט.

ר״א קאטלער האט תשובות אין הלכה ? ער האט גע'פסק'נט שאלות ? און אויב ער איז געגאנגען אויפן אלטן מהלך פארוואס די ישיבה וואס ער האט אוועקגעשטעלט נישט ?
יא. קוק אויף היברובוקס.
איך מיין נאר אז זיי זענען נישט די מוצלחים פונ'ם ליטווישען חדר, וואס האבען ארויסגענומען פונ'ם זיין אין ישיבה און כולל אז מ'דארף לערנען פסק. פונקט ווי אין לעיקוואוד האבען זיי געפיהלט א צורך צו זוכען אין דער פרעמד. פון דעם אליינס אז הרב פאלק איז געלויפען קיין מאנשעסטער ווען ער האט געהאט אין שטאט א ריז פון א גאון, אויפ'ן אלטמאדישע שטייגער פון א למדן און א פוסק איז אליינס דער ראיה.
ירא שמיםר״א קאטלער האט תשובות אין הלכה ? ער האט גע'פסק'נט שאלות ? און אויב ער איז געגאנגען אויפן אלטן מהלך פארוואס די ישיבה וואס ער האט אוועקגעשטעלט נישט ?
ווייל ישיבות זענען קיינמאל נישט געווען געבויט אויף פסק. מ'לערנט אלס בחור דער למדות און דערנאך נעמט מען עס אליינס צום פסק.
סתם אזוי, דיין קשיא גילט אויף אסאך אופנים אין לעיקוואוד. הרב שניאור האט אלס געלאזט גייען, נישט האבענדיג קיין שטארקע פיהרשאפט, וכידוע.
אלס מיושב אין איינעם. זיי זענען נישט געגאנגען צו ר' משה ווייל ר' משה איז געווען א גאון הגאונים און זיי זענען אלס געווען די שוואכער יונגעלייט. די כלל איז אלס אז די למדנים האבען נישט גענוצט זייער הצלחה אין סוגיות זיך צו פארברייטערען ביז פסק. די הוראה כוללים זענען נישט פאר למדנים און קיין ראש ישיבה צו רב איז נישט געווען בנמצא דאס אויפצולעבען.
ווען ר' אהרן קוטלר וואלט געווען אין לעיקוואוד א גאנצע צייט און זיך געקענט געהעריג פארען מיט די יונגעלייט, וואלט'ן זיי געקענט אפשר עפעס אויפשטעלען. אבער חבל שלא כן היה, און קוים א שיעור פאר די בחורים האט ער באוויזען.

May I suggest that the header/headline of this thread should be changed? It doesn't match to what's being discussed.
דער חזון איש האט געשטופט אז מזאל לערנען די סוגיות אויף א דרך פון הלכה למעשה.
יא יא. ער האט געוואלט אז מ'זאל לערנען אויפ'ן אלט'ן שטייגער, אז דער סוגיא און איהר דיונים זאלען זיין צוזאמען מיט'ן הלכה למעשה, נישט אפגעטיילט אזוי ווי היינט.
אבער דער חזון איש האט קיינמאל נישט געלערנט אין קיין ישיבה און האט נישט געהאט איינגעלייגט מיטן עולם הישיבות , אבער דער ישיבה׳שער סיסטעם וואס כבין משער האט זיך אנגעהויבען ביי ר׳ חיים בריסקער ותלמידיו האבן קיינמאל נישט געלערנט מיט דעם אלטן מהלך.
דער אפשיידען הלכה מיט די סוגיא איז געשען אויף צוויי אופנים. אין ליטווישע ישיבות היינט צו טאג'ס שטעלט מען זיך אפ זייער פרי, אבער די יסודות וואס מ'לערנט יא זענען ריכטיג, נאר מ'איז נישט ממשיך ווייטער ביז'ן סוף, בלייבט עס לקה בחסר. אבער אין די חבורות און קרייזען וואס לערנען 'הלכה למעשה', פעלט אין די סאמע יסודות פון די הלכה. אין די חבורות אין לעיקוואוד ווי מ'לערנט 'הלכה', בלייבט עס פארקרומט און הינקעדיג, ווייל דער סוגיא פעלט זיי אסאך. אפשר ביי תלמידי ר' חיים בריסקער האט מען איינגעפיהרט דער לערנען א סוגיא מיט'ן למדות, אבער דער זיך אפשטעלען דארט איז מטעם די תלמידים. זיי וואלטען געדארפט זוכען צו גייען ווייטער אין לערנען ביז צו די פוסקים. כ"ז ס'איז געווען אזא פאסטען אין די וועלט וואס הייסט א רב וואס דארף פסקנ'ען א שאלה גרונטליך, האט מען געהא צו וואס זיך צו שטרעבען, און מ'האט אליינס צוגעלייגט וואס האט אויסגעפעלט. היינט וואס אזא שטעלער איז נישט דא. מ'מעג נאר נאכזאגען פון הרב אלישיב און הרב קרליץ, נישט האבענדיג קיין גאנג אין א הלכה אדער א סוגיא, ממילא דארף א בחור צו א יונגערמאן אדער גייען אין שפאן, אדער זיין אן אויסנאמליכער אויבערחכם זיך צו טרעפען א גאנץ אייגענער וועג אן די שטיצע פון ארום. אביסל איז נאך דא אין לעיקוואוד א שטיצע צו דער מענטש, אבער נישט אזוי ווי דער סביבה וואס גיבט אפ פאר א 'פוסק צדק' א פאסטען מיט געלט און דער כבוד פון אונטעשטער שכבה פונ'ם סביבה וואס ווייסט נישט בחייכון וביומיכון.
ס'איז א געפערליכער ווייטאג און גרויסע תלמידי חכמים זענען זיך שטארק מתמרמר דערויף, אבער דער גייסט איז אזוי.
ס'איז א געפערליכער ווייטאג און גרויסע תלמידי חכמים זענען זיך שטארק מתמרמר דערויף, אבער דער גייסט איז אזוי.
דו רעדסט כאילו די לומדות וואס מלערנט היינט צוטאגס אין די ליטווישע ישיבות איז די אנהייב פונ'ם עיון און די הלכה חלק איז די סוף פון די זאך , ס'שווער צו רעדן אזוי אהן ברענגען דגמאות , אבער לדעתי איז עס נישט אנהייב און סוף , סאיז וואו די עיון איז קאנצעטרירט און געצילט אויב בשעת'ן מעיין זיין אין א סוגיא איז מען געצילט צו ארויסנעמען די חלק ההלכה וועט די עיון אויך פארן אויף דעם מהלך , מוועט זיך בעיקר שטעלן אויף די חלק ההלכה און אויף די שיטות וואס מנעמט אהן אין הלכה , וראי' לדברי מוועט זיך ענדעשער שטעאלן אויף א רשב"א ווי אויף א טור ב"י .
דאס איז ווייל ער האט בשיטה נישט געוואלט דרוקען קיין תשובות. 'מ'קוקט אין די לעצטע צוויי שורות צו קענען די מסקנא, און מ'פסקנ'ט דערפון אן קענען די סוגיא!' אבער קוק אין זיין ספר 'ברכת יו''ט' וועסטו זען אז ער האט געלערנט סוגיות און סברות נישט ווייניגער ווי א ראש ישיבה. איך האב תח''י די גליונות פון זיין ש''ס. אויף פרק מרובה האט ער באזונדער א סאך געשריבען, און איבערהויפט אויף די לאנגע טומאה טהרה תוספות'ן. איך האב אויך ביי מיר זיין פריוואטע העפטע'ס, און איינער פון זיי איז געווען פאר'ן אפשרייבען די שאלות וואס זענען געקומען אויף זיין טיש וואס ער האט געמוזט מעיין זיין. מ'זעט אין די אלע זאכען זיין צוגאנג אויפ'ן אלט'ן שטייגער. ווען ער וואלט אויפגעגעבען די רבנות וואלט ער לייכטעהייט געקענט צוריק ווערען א ראש ישיבה, ווייל זיין הלכה לערנען איז געווען א המשך פון זיין סוגיא לערנען, נישט קיין באזונדערע זאך.
ערקלערונג: איך האב נישט די כתבים, איך האב געקראגען קאפי"ס פון די משפחה.
אין מיין מאמר אין פרי עט הדר האב איך בארירט די נקודות פון דא מיט א גרעסערע ברייטקייט, עיי' כאן