☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » איין נייע תחינה פון ניו יארק

איין נייע תחינה פון ניו יארק

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9458

ונבנתה העיר » זונטאג אוגוסט 16, 2015 5:17 pm

· #296103
איין נייע תחינה פון ניו יארק
אַל תָּבִיא בַּמִּשְׁפָּט שְׁאֵרִיתֵנוּ. גְּאוֹן רָעָתֵנוּ דְעוׂךְ. קַלְקֵל הַשּׁוּרָה - צַדִּיק וְיָשָׁר. פְּדֵה זַרְעֲךָ עוֹד. חַזוּ סְפָרַדִּים טְהוֹרִים נִמּוּקִים. יְוֵן מְצוּלָה כָּשְׁלָתָם. לֹא לָנוּ - כָּמוֹךָ מִי - יַעֲשֶׂה נָא. טַהֵר סְאַת חֲטָאתֵנוּ. ע' זְאֵבִים פְּצָעוּנִי וְהִכוּנִי. צַדִּיק הוּא קְדּוׂשֵׁנוּ - דְּרָכָיו רוׂמְמִים. גַּעַרַת שַׁוְעָתֵנוּ בַּל תַּעֲלִים אָזְנֶךָ וְתַשְמִיעֵנִי נֶחָמָה. בִּמְהֵרָה נִקְמָתֵנוּ תִּנְקֹם. הָכִינוּ הַיּוֹם עָנִי יָבוׂא רָכוּב.

ירא שמים » זונטאג אוגוסט 16, 2015 5:21 pm

· #296105
איין נייע תחינה פון ניו יארק
וואס הייסט פון ניו יארק ? דו האסט עס מחבר געווען און דו בוסט אין ניו יארק ? אדער סהאט עפעס מיט ניו יארק ?

קאווע טרינקער » זונטאג אוגוסט 16, 2015 5:26 pm

· #296106
א"ת ב"ש ונבנתה העיר....

ונבנתה העיר » זונטאג אוגוסט 16, 2015 5:39 pm

· #296108
ירא שמים
וואס הייסט פון ניו יארק ? דו האסט עס מחבר געווען און דו בוסט אין ניו יארק ? אדער סהאט עפעס מיט ניו יארק ?

דיין באבע פלעגט נישט זאגן נייע תחינות פון ירושלים?

ירא שמים » זונטאג אוגוסט 16, 2015 5:41 pm

· #296110
Re: איין נייע תחינה פון ניו יארק
און מעגסט צולייגען א ביאור , כבין זיכער סזענען דא נאך וואס ווילען הנאה האבן נאר קצרה דעתם , כבעט בשם אלע וואס שעמען זיך צו בעטן .

מבקר » זונטאג אוגוסט 16, 2015 6:39 pm

· #296124
ירא שמים
און מעגסט צולייגען א ביאור , כבין זיכער סזענען דא נאך וואס ווילען הנאה האבן נאר קצרה דעתם , כבעט בשם אלע וואס שעמען זיך צו בעטן .

איך מיין אז אלעס איז זייער פארשטענדליך, נאר וואס די פרענקען זיכן דא קען איך נישט פארשטיין, עס גיבט גארנישט צו צו די סדר האותיות?.

יעצט באמערקט די סדר האותיות למפרע, אלעס שטימט געוואלדיג.

זאל מען טאקע פועל אלעס גוטס.

בד"ו אין מחזור קול יהודה ווערט עס געברענגט אלס תחינה פון קראון הייטס, וצ"ע.

די קעניג פין אמעריקע » זונטאג אוגוסט 16, 2015 10:43 pm

· #296181
אין די אלטע קול יעקב סידור פלעגט שטיין גלייך נאך מודה אני ''ברכות זאגען פיר קינדער'' איז מיר אייביג שווער געווען פארוואס 4 ? פון ווי נעמט זיך דאס מספר.

ירא שמים » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 1:27 am

· #296208
Re: איין נייע תחינה פון ניו יארק
די ספרדים טהורים האט ער דערמאנט לכבוד קאווע טרינקער , אז מרעדט שוין ק.ט. וואס דארף טהורים מיינען ? סדא וואס זענען נישט טהורים ? א שאלה וועגן יחוס דאורייתא ?

מפוזרי » זונטאג אוגוסט 30, 2015 6:20 pm

· #298584
א הערליך שטיקעל! א שאד נאר האסט גע'חתמ'עט מיט דיין ניק, יעצט אז ס'וועט אריין אין סידור וועט די קרעדיט גיין פאר דיין ניק, נישט צו דיר.
קען אבער זיין אז ס'קומט טאקע דיין ניק מער קרעדיט ווי פאר דיר אליין...

קאווע טרינקער » זונטאג אוגוסט 30, 2015 6:25 pm

· #298585
ירא שמים
די ספרדים טהורים האט ער דערמאנט לכבוד קאווע טרינקער , אז מרעדט שוין ק.ט. וואס דארף טהורים מיינען ? סדא וואס זענען נישט טהורים ? א שאלה וועגן יחוס דאורייתא ?

מוסדתינו הקדושים...

ירא שמים » זונטאג אוגוסט 30, 2015 6:42 pm

· #298588
Re: איין נייע תחינה פון ניו יארק
מדי דברי פון ר׳ בערל וויין אזכרנו וואס כהאב געהערט אין זיינס א שיעור אז ספרדים טהורים איז געווארן כדי אפצוטיילען פון די אנוסים וואס זענען שפעטער צוגעקומען צו די קהילות פון די גולי ספרד , זיי זענען געווען ווי די היינטיגע בעלי תשובות …