בד"ה: הרה"ג ר' לייבוש טייטלבוים ז"ל, דומ"ץ איחוד קאנטרי סאטמאר
45 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9456
בד"ה: הרה"ג ר' לייבוש טייטלבוים ז"ל, דומ"ץ איחוד קאנטרי סאטמאר
בארה"ב נפטר בשבת פתאומי הרה"ג ר' ארי' לייביש טייטלבוים ז"ל ( בן 59) דומ"ץ בקהל יטב לב מהר''א וויליאמסבורג ורב ביהמ"ד ויואל משה
📎 rps20150815_213804.jpg
Re: יהא זכרו ברוך
א שרעק, ווי איז ער געוועין דיין
אין קאנטרי איחוד.
אוטש. ס'ציפט.
אן ערליכע איד מיט א ברייטע שמייכעל.
סאטמארע חברה קדישא וואלט שוין געמעגט גיין digital און הענגען מער בכבודדיגע מודעות.
[ציטאט אראפגענומען]
כפי זכרוני איז ער ערשט אויפגענומן געווארן אלץ דומ"ץ אין איחוד קאנטרי און הערשט שפעטער אין וומ"ס.
קאווע טרינקערסאטמארע חברה קדישא וואלט שוין געמעגט גיין digital און הענגען מער בכבודדיגע מודעות.
ניין: ס'איז מער היימיש און געשמאק. אויך ווייזט דאס אויף מסורה. ס'א שיינע זאך...!
וואס איז די שרעקעדיגע פיקטשער
[ציטאט אראפגענומען]
נו? גייסט מיט א רייד, שרייב פליז נאך פונעם קאר
ווער איז זיין פאטער? אין איז ער משפחה מיטן סאטמארער רבי?
📎 IMG_20150816_015601.jpg
📎 IMG_20150816_023800.jpg
📎 IMG_20150816_024556.jpg
[ציטאט אראפגענומען]
אזוי אויך האט ער נאך א ברודער ר' יעקב אב"ד ביהמ"ד תוא"י אין מאנסי. אייידעם פון אדמו"ר מתוא"י.
[ציטאט אראפגענומען]
גזירה על המת שישתכח מן הלב.
Re: בד"ה: הרה"ג ר' לייבוש טייטלבוים ז"ל, דומ"ץ איחוד קאנטרי
עיני עיני יורדה מים ואבכה יומם ולילה על חללי בת עמי
איך בין נאכאלץ אין שאק, ר׳ לייבוש איז שוין נישטא, ליין איך אזוי דורך דא, אין אף אחד מיט א קרום ווארט אויף עם, איך האב עם געקענט פון דער נאנט די לעצטע דריי יאר, אזא איידעלער איד, פאר יעדן איינעם געהאט א גוט ווארט, מיט אזא ווארימען שמייכל.
איי הייליגער באשעפער א פראסק נאך א פראסק.
זאל ער שוין זיין דער לעצטער קרבן.
אזויווי דער נפטר האט (אנגעבליך) געבעטן מען זאל אים נישט באשרייבן וועל איך זיך באגנוגן מיט די פאר ווערטער:
עריז געווען א ת״ח עצום און מוראדיג איבערגעגבן צו יעדן יוד ובפרט צו יונגעלייט, ער האט אסאך יונגעלייט אויפגעבויט און שטענדיג געהאט געדולד צו יעדן איינעם נישט קיין חילוק ווען דאס איז געווען (א זעלטנהייט פאר א סאטמארע מידל-עידזש דיין),
ער איז אייביג געווען דער ״בעקאפ״ דיין אין די סאטמארע בית הוראה אין ווימ״ס, נישט איינמאל בין איך אריבערגעקומען צו אים נאך 12ע ביינאכט מיט שאלות און ער האט זיך אייביג אפגעגעבן מיט די גרעסטע מאס רואיגקייט, איך וועל קיינמאל נישט פארגעסן ווי ער האט מיר איין יאר אויפגענומען שמח״ת בייטאג נאך די הקפות (דאכצעך אז עס איז אפילו געווען ער״ש) און ער האט מיך מכבד געווען כאילו ער האט גארנישט אויף דער וועלט צו טון יעצט (פאר ווער עס ווייסט נישט: אין סאטמאר ענדיגט מען די בייטאג הקפות ממש א שעה צום זמן)
@אנאנים, וואס איז די קאר דארט אין פארנט פון די ביהמ"ד?
א היימישע funeral car
Re: בד"ה: הרה"ג ר' לייבוש טייטלבוים ז"ל, דומ"ץ איחוד קאנטרי
[ציטאט אראפגענומען]
אין מאנרא אז איינער וויל כאפן א פיקטשער פין א סמארט פאן מיז ער זיך באהאלטן אין א קאר?! ...
איך האב פערזענליך געקענט דעם נפטר, עס ליגט מיר אין זכרון ווי אלס קליין קינד האט ער מיט מיר געשמועסט כדבר איש אל רעהו, טאקע אז זעלטן איידעלע כאראכטער, א נאבעלע מענטש. יהי זכרו ברוך
געוואלדיג[ציטאט אראפגענומען]
אזוי אויך האט ער נאך א ברודער ר' יעקב אב"ד ביהמ"ד תוא"י אין מאנסי. אייידעם פון אדמו"ר מתוא"י.
און א ברודער ר' שמואל און ר' יקותיאל אין וויליאמסבורג
Re: בד"ה: הרה"ג ר' לייבוש טייטלבוים ז"ל, דומ"ץ איחוד קאנטרי
ווי זיצן זיי שבעה?
א אידעיני עיני יורדה מים ואבכה יומם ולילה על חללי בת עמי
איך בין נאכאלץ אין שאק, ר׳ לייבוש איז שוין נישטא, ליין איך אזוי דורך דא, אין אף אחד מיט א קרום ווארט אויף עם
דאס אז קיינער שרייבט נישט א קרום ווארט איז נישט מער ווי נארמאל אז די שרייבער פארשטייען צו זיין סענסיטיוו. נישט אז איך ווייס ח"ו עפעס שלעכט איבער אים, נאר לו יהא ווען איינער האט יא וואס צו שרייבן וואלט א נארמאלע מענטש נישט געשריבן אין אזא צייט. אני
ליידער איז די הנחה נישט ריכטיג דא אין שטיבל, וטאהשער רבי אשכול יוכיח.
שמעון וואלףא אידעיני עיני יורדה מים ואבכה יומם ולילה על חללי בת עמי
איך בין נאכאלץ אין שאק, ר׳ לייבוש איז שוין נישטא, ליין איך אזוי דורך דא, אין אף אחד מיט א קרום ווארט אויף עם
דאס אז קיינער שרייבט נישט א קרום ווארט איז נישט מער ווי נארמאל אז די שרייבער פארשטייען צו זיין סענסיטיוו. נישט אז איך ווייס ח"ו עפעס שלעכט איבער אים, נאר לו יהא ווען איינער האט יא וואס צו שרייבן וואלט א נארמאלע מענטש נישט געשריבן אין אזא צייט. אני
דער שייגעץ און צודרייטער רשע, נחום שרייבט, אדער זאגט יא שלעכטס אויף איהם, מיט זיין טמא'נעם פיסק...!
א אידווי זיצן זיי שבעה?
היינט און מארגן אין איחוד קאנטרי פון מיטוואך אין וויליאמסבורג
שמעקעדיגליידער איז די הנחה נישט ריכטיג דא אין שטיבל, וטאהשער רבי אשכול יוכיח.
הויפט חילוק איז אז ביים בארעדן טאהש מיינט מען נישט אים פערזענליך נאר וויאזוי חסידים באטראכטן אים
איך וואלט געזאגט:
שמעקעדיגליידער איז די הנחה נישט ריכטיג דא אין שטיבל, ותגובות שמעון וואלף יוכיח.
און אדאנק איהם (כשטעל זיך פאר בתום לבבו) איז נישט דורך קיין 10 סעקונדעס אין מ'גריבלט שוין אין מיסט דא
Re: בד"ה: הרה"ג ר' לייבוש טייטלבוים ז"ל, דומ"ץ איחוד קאנטרי
דאס אז נחום רעדט איז אין מיינע פליישיגע אויגן גאר א מעלה אין א קאמפלימענט אויף אים.
איינער האט מיר געפרעגט אין אישי.. ענטפער איך דא...
ביי די לוי' אינעם ביהמ"ד הגדול זכרון יחיאל מעכל, אין קרית ויואל משה ד'סאטמאר - מאנטיסעלאו האבן מספיד געווען דעם חשוב'ן דיין ז"ל וואס האט דארט געדינט מיום היווסדה, 15 א האלב יאר:
זיין שווער, כ"ק אדמו"ר מ'שינאווע שליט"א
הגה"צ אב"ד סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א
לאניעריגע חברותא, הרה"ג ר' שמואל דוד סאקס שליט"א, דומ"ץ פשעווארסק, ומרבני הקרי'
הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א
הרה"ג ר' אברהם חיים מוטצען שליט"א, בשם מתפללי ביהמ"ד ויואל משה ראסס סטריט, ווי דער נפטר האט געדינט אלס דומ"ץ
זיין ברודער, הרה"ג ר' יוסף שליט"א, אב"ד נעפלעמיץ, וראה"כ ויואל משה בארא פארק
זיין זון, הרה"ג רבי אלטר שליט"א, ר"מ במתיבתא קרית יואל (איידעם ביים בורשטינער רבי שליט"א)
זיין זון, הרה"ג רבי משה שליט"א, דומ״ץ ביהמ״ד בית שמואל בנימין דקיט"ל בקרית יואל (איידעם ביי קרית יואל'ער דיין שליט"א)
הר״ר חיים הערש שווארטץ, מנהל איחוד התלמידים ד'סאטמאר, ומנהל הקרי'
אין קרית יואל, פארענט פון ביהמ"ד הגדול האבן מספיד געווען:
מחותנו, הגה"צ רבי געציל בערקאוויטש שליט"א, דומ"ץ קרית יואל
מחותנו, כ"ק אדמו"ר מ׳בורשטין שליט"א
מחותנו, כ"ק אדמו"ר מ׳תולדות צבי ד'ספינקא שליט"א
זיין ברודער, הרה"ג ר' יחזקאל שליט"א, אב"ד קלאסנא, ודומ"ץ קיט"ל קליימער
הרה"ח ר' חיים אליעזר גראס שליט"א, ס' ראש הקהל ד'סאטמאר, בשם הקהילה
זיין שוואגער, הרה"ג ר' זלמן לייב פילאפף שליט"א, דומ"ץ התאחדות הרבנים
זיין איידעם, הרה"ג ר' הערשל מייזליש שליט"א, רב ביהמ"ד בית נחום דוב ד'סאטמאר בוומב"ג (בן אב"ד סאטמאר מאנטריאל שליט"א)
זיין איידעם, הרב מנחם שלמה ראזענבערגער שליט"א (בן הרב נתן דוד)
כ"ק אדמו"ר מרן מ'סאטמאר שליט"א
זיין איידעם, הרב מאיר הלברשטאם (בן הרב שמואל)
בנו הרב שלום טייטלבוים שליט"א, פון בני ברק (איידעם ביי הגרח"צ מייזליש, ר"י מהרי"ט ב"ב)
ווי א טאג עס גייט אריבער שפיר איך מער און מער וואספארע מיסע פראסק פאר ארונים די פטירה איז, נישטא וואס צו רעדן,
ער איז געווען פון די סארט מענטשן וואס מ'אנערקעט נישט די שוויות נאר נאכן איהם פארלירן,
מ'האט איהם אזוי גענומען פאר גרענטעד,
נישט ח"ו אז מ'האט איהם נישט רעספעקטירט,
אבער ער האט קיינמאל געהייסן קיין ברענד נעים, באמבע,
ס'האט קיינמאל קיינעם עולה על הדעת געווען אז דער מענטש איז עפעס א קריטיש וויכטיגע אינגרידיענט פאר קהילות מהר"א,
דער מענטש איז געווען א כאראקטער מיט קלאס, שכל הישר, באליבט, חן, א שיינער ת"ח,
ממש א אדם השלם,
קיינמאל נישט געבלאזן פון זיך,
אז מ'טראכט אריין, ער איז געווען דער דע-פאקטא דיין פון קהל מהר"א בוומ"ב,
נישט קיין קליינע פאזיציע
האט קיינער דאס מיטאמאל באמערקט,
ער איז געווען זייער ציפרידן מיט זיין טיטל א מוצ"ל פון א זומער קאנטרי, אדער א רב פון א קליין שילעכל,
ס'גרויסע פארלוסט,
שמעקעדיגליידער איז די הנחה נישט ריכטיג דא אין שטיבל, וטאהשער רבי אשכול יוכיח.
טאהשע רבי איז נישט קיין דמיון. ערשטענס ווייל ער איז א פאבליק פיגער, כמעט יעדע ריר זיינער איז געווען פאבליק. ר' לייבוש איז טאקע געווען איינגעשטעלט ביי א קהילה אבער איז פארט געווען א פריוואטע מענטש. נישט יעדער האט מיגעהאלטן וואס ער עסט פאר נאכטמאל, למשל. צווייטענס, אויף טאהשע רבי האט מען געשריבן אויסערגעווענדליכע טיטלען וואס ברענגט נאטירליך א קעגן רעאקציע בבחינת מתוך שבחו בא לידי גנותו.
איך בעט אז מ'זאל נישט אויסטייטשן מיינע ווערטער אז איך האב די מינדענסטע פחיתת הכבוד אין טאהשע רבי ז"ל. איך בין טאקע נישט מקבל אלע גזמאות וואס מ'דערציילט אן א מקור מוסמך אבער א שלעכט ווארט האב איך זיכער נישט געהערט פון א מקור מוסמך און זיין עבודה האב איך געהאט די זכיה אליין מיטצוהאלטן. און אפילו איינער האט יא עפעס צו זאגן וואס איז נישט בדרך כבוד, דארף מען האבן שכל און וויסן ווי צו זאגן און ווען צו זאגן.
שמעון וואלףא אידעיני עיני יורדה מים ואבכה יומם ולילה על חללי בת עמי
איך בין נאכאלץ אין שאק, ר׳ לייבוש איז שוין נישטא, ליין איך אזוי דורך דא, אין אף אחד מיט א קרום ווארט אויף עם
דאס אז קיינער שרייבט נישט א קרום ווארט איז נישט מער ווי נארמאל אז די שרייבער פארשטייען צו זיין סענסיטיוו. נישט אז איך ווייס ח"ו עפעס שלעכט איבער אים, נאר לו יהא ווען איינער האט יא וואס צו שרייבן וואלט א נארמאלע מענטש נישט געשריבן אין אזא צייט. אני
זאג אפען וואס דיך שטערט, ער האט ליידער באלאנגט ביי...
Re: בד"ה: הרה"ג ר' לייבוש טייטלבוים ז"ל, דומ"ץ איחוד קאנטרי
א גיטע דוגמה פין נעמען א נארמאלע תגובה אין עס אויסדרייען מיט א שארפע יו טוירן ביז מקוועטשט ענדליך אריין וואס מוואלט געקענט באשטיין אז יענער זאל ווען האבן געשריבן,
יא די קאפ קען נישט טראכטן אנדערש ווי א געוויסע וועג..
כ'גאלד ועוד לקרא
די גרעסטע חידוש ווי זוי ער האט טאקע דורכשפאצירט אזא גרויסע פאזיציע אזוי באהאלטענערהייט
ווי זאגט די וועלט ס'איז פארהאנען צוויי סארט מדות אין עניוות איינס איינער וואס איז א עניו ער מאכט אבער זיכער אז יעדער זאל וויסן אז ער איז א עניו אבער דער ריכטיגע וועג איז אז ער מאכט בכלל נישט קיין עסק פון זיך אריינגערעכנט זיין עניוות מאכט ער אויך נישט קיין עסק
א סעמפל צו די צווייטע סארט עניוות איז געווען ר' לייבוש זצ"ל
חבל על דאבדין ולא משתכחין
אין א סייד נאוט איז דעס די צווייטע אמתע גוטע פריינד פונעם רבי'ן וואס איז פארלוירן געווארן די יאר ר' לייבוש זצ"ל והרב הגאון רבי אלי' סימאן ז"ל אויך געווען א מוסטער פון עניוות וואס האט בכלל גארנישט געמאכט פאר זיך
ד' יאמר לצרותנו די
און אז מ'רעדט שוין פון די לוי' איז כדאי דערמאנען אז אלע מספידים האבן גערעדט זייער גרויס פון אים ווערטער וואס מ'הערט נישט געווענליך איך רעד שוין נישט פון זיין חברותא די פשעווארסקער דיין אבער אפי' פון מחותנים ווי דער דיין פון קרית יואל דער בורשטינע רבי זיין ברודער ר' יחזקאל האט גאר שטארק באוויינט דעם נפטר מיט גאר שטארקע דברי שבח זיין ברודער ר' יוסף האט געברענגט מיט שטארקע בענקעניש צו די שמועסן מיט'ן נפטר זיין שוואגער ר' זלמן לייב פילאפף האט עקסטער שטארק באוויינט זיין יראת שמים ספינקא תו"צ רבי שטארק אפגעוואונדערט זיינע מדות תרומיות און סבר פנים יפות באוויינט אז אין א קורצע תקופה פארלוירן אזא טייערע ידיד איך רעד שוין נישט פון זיינע קינדער יעדער עקסטער מיט אומבאשרייבליכע און אומגעווענליכע בכיות ווי זיין זון ר' אלטר האט אנגעהויבן טייערע טאטע טייערע רבי און אויב מעג איך זאגן טייערע חבר נאמן און אזוי אויך אלע קינדער און איידעמער האבן אים זייער באוויינט די רבי ר' אהרן האט אויך זייער שטארק גערעדט און זייער שטארק באוויינט דעם גרויסן נפטר און זיך אויסגעדריקט דער חשובע רב זכר צדיק לברכה עידית שבעידית אן אייניקל פונעם זיידן די ישמח משה וואס האט אים נישט פארשעמט און אזוי ווייטער
די עיקר האט מיך באנומען די גאר טיפע קרעכצן און שרעקליכע ווייטאג פון זיין שווער אדמור משינאווע מאנסי נעבעך פאר זיך זעהר א מיטגעמאכטער מענטש אבער דער איידים איז געווען ספעציעל איבערגעגעבן פאר אים און מסתמא פון די שענסטע וואס ער האט פארמאגט
ד' ינחם אותם
מען האט אים קלאר גע'אפערט די דיינות אין הופפער ער האט עס נישט געוואלט נעמן ער האט געזאגט איך בין צופרידן מיט מיין שוהל'כל
יא
וואס די העק מיינט בתי מקולין?
שלאכט הייזער
Re: בד"ה: הרה"ג ר' לייבוש טייטלבוים ז"ל, דומ"ץ איחוד קאנטרי
ווי זיצן די אבלים היינט שבעה?
In ichud
Re: בד"ה: הרה"ג ר' לייבוש טייטלבוים ז"ל, דומ"ץ איחוד קאנטרי
ביז ווען?
ביז נאך מעריב 10-11. פון מארגן אין וויליס''ב