☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אשכול אן א טיטל #9455

אשכול אן א טיטל #9455

24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9455

— » מוצ"ש אוגוסט 15, 2015 10:45 pm

· #295882

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

berlbalaguleh » מוצ"ש אוגוסט 15, 2015 11:07 pm

· #295897
ראובן. ייש"כ פאר די הערליכע באשרייבונג. איך האב עטליכע באמערקונגען. נאכ'ן ליינען די קורצע, אבער וויכטיגע שטריכן פון דעם חשוב'ן דאקטאר'ס ביאגראפיע און לעבנ'ס געשיכטע. ער וואלט געדארפט שרייבן זיין פאמיליע נאמען מיט א סגול, שטאט'ס א פתח. אויף ענגליש. מיט אן "אי" אנשטאט מיט אן "עי" אדער "או"...!
ס'איז א גרויסער שאד אז ר'איז אויפגעוואקסן אין א תקופה פון פארשלאסנקייט און אומוויסנהייט. ווייל אויב ער וואלט ווען דערקלערט זיין אריענטאציע און פרעפערענצן אין יאר 2015 וואלטן די עלטערן איהם אראנזשירט א "קאמינג אוט פארטי" לכבוד זיין ארויסקומען פון דעם פראווערביאל'ן קלאזעט. ער וואלט אויך געקענט ארויסנעמען א הייראט'ס שיין אין די שטאט ראט הויז. אדער ביי סיי וועלכן ריכטער ...!

שצם_חנכל » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 7:05 am

· #296213
עס איז דערפרישענד צו זען א פרייען איד זיך באגעגענען מיטן שבת אין אזא פאזיטיווע פארנעם נאכדערצו ווען די רעדע איז פון א גרויסע וויסנשאפטלער, אבער איך זע נישט וויאזוי דאס קען מיר אינספירירן. אוודאי טוט די שבת גייסטיש אפעלירן פאר איינער וואס איז געווען אפוועזענד פון איר פאר לאנגע יארן, אבער מיינט דאס אז רוען יעדן שבת האט דעם זעלבען שטארקן גייסטישען אפעקט וואס דער גאון דעסקרייבט?

שבת אחים » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 6:40 pm

· #296330
[ציטאט אראפגענומען]


און ׳יענע ארטאדאקסן׳ עסען נישט קיין באבעגענוש מיט טאמעטע דיפ אין שבת???

יעדע רעליגיע האט א גיטע חלק, ספעציעל די בודהיסיטן און הרב אנאנים וואלט שוין געדארפט צו וויסן אז ״אונזער״ היינטיגע רעליגיע האט געגנבט גענוג און נאך פון אנדרע רעליגיעס, נעמט למשל אזא קאנצעפט ווי גאווה און ענווה שמחה און עצבות, התבודדות, וכו׳ וכו׳ וואס מ׳האט קלאר געגאנבעט פון בודהא און גריכישע פילאסעפערס אין יענע צייט, חז״ל זאגן טאקע איזהו חכם הלומד מכל אדם! און מכל מלמדי השכלתי!

וואס אליווער סאקס מיינט צו זאגן אז אפילו רעליגיע אין זיינע אויגן איז ווערטלאז דאך איז יא דא שיינע חלקים דערפון וואס איז ווערט אנצוהאלטן!

שבת אחים » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 8:21 pm

· #296344
[ציטאט אראפגענומען]

אזוי גאר!
וויאזוי מאכסטו אפ צו איינער איז ווערט התייחסות צו נישט?, ווי ליגט די פיבער מעסטער פון פארשטיין??? ווען איינער האלט אנדערש פון דיר איז ווערט התייחסות? אדער א א פערזענליכע אטאקע פון דיר???

למעשה איז לעצטענס געוועהן א שטודיע אז די אטעיסטיטן קענען און ווייסן אסאך מעהר פרטים פון רעליגיע ווי די רעליגעזער אליינס!

און איך קען מעיד זיין אז רוב היימישע אידן ווען דו וועסט זיי אפשטעלן אויף די גאס און די וועסט זיי פרעגן צו די זוהן פארט ארום די וועלט צו פארקערט וועלן זיי נישט וויסן דעם אמת, אנאנים קענסט זאגן און שרייבן וואס דו ווילסט און שרייבן אין קאווע שטיבל שיינע מאמרים אבער פאקט בלייבט פאקט! רוב דאקטורים, סייענטיסטן (98.9%),פילאסעפערס, אינטעלעיקטשולס זענען אויף מיין זייט! נישט אויף דיינס! און יא זיי האבן געלערנט די תורה פונקט ווי דו , און זיי האבן אויך נישט קיין הבנת הנקרא נאר די מיט אפאר אמשינובער חסידים און רביזיכרונולברכה אידן פארשטיין ???
Give me a break

שבת אחים » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 8:37 pm

· #296349
נישט אז ס׳איז א argument of authority, אבער ס׳געפעלט מיר ווי דו וואס דו ביסט אין די מינאריטי און גלייבט זאכן אן קיין טראפ עווידענס קומט זאגן אז ״ווער ס׳האלט נישט ווי מיר איז א טיפוש און ער קען נישט אפלערנען א שטיקל חומש און ער האט נישט די ריכטיגע הבנת המקרא! זאג! פארוואס לערנט מען נישט קיין נ״ך אין אונזער סירקולס? הבנת המקרא??? מ׳קען דאך אויסטייטשן די בארבארישע מעשיות מיט חסידישע תורות און נאכדעם זאגן ווער סזאגט אנדערש האט נישט קיין הבנת המקרא??? הא??????

דו דערמאנסט מיך פון א אמיש וואס זיצט אין זיין הויז אין די טונקל אן קיין לעקטער און פארט מיט א אלט מאדישע פערד און וואגן און זיין גאנצע הויז שטינקט פון פערדן צואה און ער שרייעט אז ער איז די נארמאלע און ער איז גערעכט!!! און אלע אנדערע ווילן נעבעך נישט פארשטיין!!!

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:04 pm

· #296361
[ציטאט אראפגענומען]

יא. אבער ש.א. פארפיהרט דעם שמועס אויף אנדערע רעלסן. און איך וואלט רעאגירט דא. אבער איך וויל נישט פארדרייען די טעמע פון דעם אשכול.נאר אנרירן אויפ'ן שפיץ גאפל. אז איך פיהל מיך פערזענליך געטראפן ווען א איד האט נישט אזויפיהל זעלבסט ווירדע און אידישן שטאלץ אז ער האלט אז זיין גאנצע רעליגיע איז איין שטיק פעיק פאוני און פראוד. אז אלע אידישע ווערטן זענען געגנב'ט געווארן פון די גוי'אישע פילאזאפן און צדיקים. ווען איך וואלט (ח"ו) געהאלטן אזוי וואלט איך געזאגט אז איך ווער ענדערש א בודהיסט...!

שבת אחים » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:40 pm

· #296363
אוואדי אז דו שרייבסט עס אזוי קליין און איך ליין פון א סעלפאון געפארקט אין א קאר ,(פארוואס טאקע שרייבסטו עס אין קליין? שעמסטוך דערמיט?) פון ווי ווייסטו אויף וועלכע באס איך בין??? האסט מיך פארהערט??? האסט מיך בכלל אמאל געטראפן און גערעדט מיט מיר א שמועס אז די זיגעלסט אזוי שנעל ? דו מאכסט אפ ווער ס׳איז אויף וועמענס לעוועל און אויף וועמענס באס ??? ווייל אזוי האסטו אפגעמאכט? ווייל דו פילסט דיך באקוועם אזוי? למעשה ביסטו א נער וואס גלייבט נערישע זאכן לדעתי אן קיין טראפ common sense און evidence איז לאך נישט פון יענעם! און יא רוב קלוגע מענטשען אויף דו וועלט לאכן פון דיר מיטן אמשנויבער צוזאמען ! דו מעגסט האלטן אנדערש! מוזט אבער נישט אטאקירן איינער וואס האלט אנדערש!

שבת אחים » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:53 pm

· #296364
בד״וו מ׳דארף בכלל נישט זיין קיין חכם נישט צו גלייבן! אז איינער גלייבט נישט עפעס א מעשה וואס איך אדער דו דערציילט מיינט עס אין אנדערע ווערטער אז פאר א געוויסע סיבה האט ער ספיקות צו ס׳איז אמת אדער ער איז געקומען צו א פעסטע החלטה אז ער גלייבט נישט אין די מעשה, ווער זאגט אז מ׳דארף זיין א חכם אדער א נער עפעס יא אדער נישט צו גלייבן? מ׳קען זיין א גרויסע חכם און מחליט זיין עפעס צו גלייבן וואס איז נישט אמת און מ׳קען זיין א גרויסע נער און נישט גלייבן אין עפעס וואס איז נישט אמת! מיט ראמני איז א מארמאן, איך דארף דיר נישט זאגן וואסערע משוגענער רעליגיע און נערישע believes וואס זיי האבן, למעשה איז ער סוקסעפעלע ביזנעסמאן און גאנץ א נארמאלע מענטש אויסער זיין רעליגיע וואס איז א בליינד ספאט ביי אים!

שבת אחים » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 10:26 pm

· #296374
וועגן וואס דו זאגסט אז איך בין נאר אינטערעסירט צו שטויסן אנדערש ווי פארשטיין, לאמיר זאגן אז ס׳איז אמת איך בין נאר אינטערסירט צו שטויסן! איך האב נישט קיין רעכט? פארוואס מוז איך זיצן שטיל? אויב איך האלט אז מיינע עלטערן האבן מיך (אומוועלענדיג) זייער שטארק ב׳עוולט מיטן מיך שיקן קיין גיבערס פאר דריי יאר, די ערשטע דריי יאר וואס האט זיך געפענט און עס איז געוועהן שטרענגער ווי די ערגסטע תפיסות אין אמעריקע במלוא מובן המילה, טאר איך נישט שטויסן דערויף??? מ׳האט געגאנבעט פון מיר מיינע שענסטע יאהרן? מ׳האט מיך נישט געגעבן די מינדעסטע עדזשיוקעישאן, נישט אויסגעלערנט אפילו די בעסיקס וואס יעדע מענטש דארף וויסן פארן טאג טעגליכן לעבן, נישט געלאזט האבן קיין איין בוך חוץ א ספר??? איך געדענק אז ס׳איז דעמאלסט ארויסגעקומען די ביכער פון סענדער דייטש ״חרבן אונגארן״ און איך האב עס געברענגט אין ישיבה און מ׳האט עס צוגענומען פון מיר און דער משגיח האט געזאגט דא ליינט מען נישט קיין צייטונגען!!! סיריעסלי ??? די היסטארי פון מיינע עלטערן געשריבן דורך א פאנאטיקער טאר איך שוין איך נישט לייענען??? דעס קען אויך ברענגן צו כפירה???

נישט קיין טעפרעקארדער אפילו יצחק אונגאר און יו״ט ערליך! נישט קיין חילוק, נישט געמעגט ארויסגיין א שפאציר צום לעיק אדער אין וואלד מאן דכאר שמיא! באטראכטן אביסל מאמע נאטור???

מ׳האט איינגעשפארט פערצן יעריגע בחורים אין א תפיסה/ boot camp אין אפסטעיט ניו יארק פאר דריי יאר פאר גארנישט און פארנישט און זיי האבן נישט ח״ו געמעגט אהיימפארן ווען דיין אייגענע פעטער האט געמאכט חתונה (נישט קיין חילוק ווי נאנט די משפחה האט זיך געהאלטן) ווייל ס׳איז שרעקליכע ביטול תורה! אבער ווען דו רבי האט חתונה געמאכט פופצען מאל א זמן האבן אלע בחורים געקומען צו פארן און מיטגעהאלטן די גאנצע זאך מתחילתו ועד סופו און פלוצלינג איז עס אויס ביטול תורה! ווייל די מחותנים הייסן האגער און טווערסקי???
און די מעשה ענדיגט זיך נישט דא און ס׳הייב זיך נישט דא אן! דעס איז נאר איינע פון מיינע פולע טענות וואס איך האב צו די סיסטעם און צו organized religion.

שבת אחים » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 11:30 pm

· #296398
[ציטאט אראפגענומען]


איך בין גראדע געווענטליך נישט אזא גרויסע קאמפלעינער,(אזוי מיין איך) און נישט אז איך טוה שטיצן נעגיטיוויטי און קאמפלעינען ווי איידער Awareness, למשל היינטיגע טעג איז מיין טאטע לכאורה מודה אז ער האט געטוהן א טעות מיט מיך שיקן אין אזא ישיבה, נאך לאנגע שמועסן וואס איך האב געהאט מיט אים איז אים ענדליך אריין אין קאפ אז גיבערס איז טאקע געמאכט נאר פאר א געוויסע סארט בחור ווי איידער זאל קעיטערן צו א ״גאנצע חסידות״ וואס אין דעם איז דא ״אלע מיני מענטשען״ און נישט יעדער האט געדולט צו זיצן פון זעקס פארטאגס ביז עלעף ביינאכט לערנען גמרא!,

איך פרעג באופן כללי פארוואס האבן די אטד׳יס נישט קיין רעכט צו קאמפלעינען און צוריק שטויסן אזא נערישע רשעותדיגע קאראפטירטע סיסטעם ווי מ׳האט זיי צוגעגאנבט זייער יונגעט? בשעת ס׳קומט נאך פאר אין גרויסן? ס׳איז א שרעק צו צוקוקן וויפל קינדער מיט גיטע אידישע קעפ ווערן צוגעגאנבט זייער לעבן און דאס אייגענע לעבן ווערט אויספלאנירט פון פארויס דורך אנדערע מענטשען וואס האבן גאר ווייניג אינטערעסע באמת אין די ציבור און ס׳גייט זיי גאר ווייניג אן פון ווי די אכצען יעריג בחורל וואס קומט יעצט ארויס פון ישיבה און ער שמעקט נאך פון די חברה קנין ספרים צימער און קען ניטאמאל חתמנען זיין נאמען אויף סקריפט(נאר אויף פרינט) זאל יעצט גיין וואוינען אין איינע פון די טייערעסטע שטעט אין די וועלט און צאלן טויזענטער דאללערן פאר א פיצלע פארשטינקע לאך אבי ער קומט צום רבינ׳ס טיש זיך שאקלן איינמאל א וואך!

דעס זאגט שוין א נישט קאמפלעינער!

געוואלדיג » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 11:48 pm

· #296404
רבותי, אשכול פארדרייט אלערט.

ס'דא גענוג אשכולות צו דן זיין וועגן די סיסטעם, אין פאקט איז דאס די מערסט באנוצטע אויסדרוק אין שטיבל, לייגט צוריק דעם אשכול אויף די ריכטיגע שינעס.

מיט דאנק
געוואלדיג

שבת אחים » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 11:54 pm

· #296407
@אנאנים @געוואלדיג און אלע אנדערע חשובע קאווע שטיבל מיטגלידער ,אנטשולדיגט מיר פארן פארדרייען אזא שיינע אשכול איך וועל פראבירן עס מעהר נישט צו טוהן, ואתכם הסליחה.

אפטעמיסט » זונטאג אוגוסט 30, 2015 10:21 am

· #298456
ברוך דיין האמת

ליפא » זונטאג אוגוסט 30, 2015 4:29 pm

· #298560
סאקס מיט זיינע פאציענטן זעעט אויס ווי אנהויב 70 יארן, ער רעדט מיט דייענע סויער.

matovu » זונטאג אוגוסט 30, 2015 4:37 pm

· #298561
By the way
Anyone read the AMI editorial ?

Sent from my SM-G900V using Tapatalk 2

לית דין בר נש » זונטאג אוגוסט 30, 2015 4:46 pm

· #298564
יא איך האב עס געליינט

קאצקע ציקער » מאנטאג אוגוסט 31, 2015 12:16 am

· #298645
אן ארטיקל אויף איי וועלט אויף די זעלבע נושא
איך מעג?!
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=27839">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=27839</a>

בן תמליון » מאנטאג סעפטעמבער 7, 2015 12:06 pm

· #299857
אליווער סאקס אין זיינע לעצטע טעג איבער זיין ליבע פאר זיין מוטערס געפילטע פיש אינגערהייט, שפעטער, און יעצט אויפן טויטן בעטל האט עס איהם ערהאלטן דאס חיות:

<a class="postlink" href="http://www.newyorker.com/magazine/2015/09/14/filter-fish">http://www.newyorker.com/magazine/2015/ ... ilter-fish</a>

יואליש » מאנטאג סעפטעמבער 7, 2015 6:02 pm

· #299939
ס'איז א שטיקל סטרעטש צו פארבינדן די ארטיקל צום שבת. אבער מ'קען סעליוועטן איבער געפילטע פיש ליינענדיג די ארטיקל, עפעס וואס הילערי'ס אימעיל האט נישט געטוהן.

יואליש » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2015 9:07 am

· #300014
הצד השבהן, שבת אדער געפילטע פיש, איז אז דאס ברענגט אים צוריק צו זיין איגנט. נאסטאלאגיע און זיכרונות, דעטס אלל איט איז.

הקטן » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2015 9:27 am

· #300015
נישט צי מישן:
די לעצטער ארטיקעל מיט דער "געפילטע פיש" איז א ליידיגער ארטיקעל געשריבן דארך אן אלטע באטשי וואס וועפט (אויב איז ער נישט פאר'געטעט ביי דיר)

דו פריערדיגע ארטיקל וואו ער שרייבט
I found myself drenched with a wistfulness, something akin to nostalgia, wondering what if: What if A and B and C had been different? What sort of person might I have been? What sort of a life might I have lived?

האט שוין איינמאל שטריכן פין תשובה
דו קאנטעקסט דארט איז שמירת תורה ומוצות נישט געפילטע פיש

טאמבל סאס » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2015 2:05 pm

· #300066
פון וואס האט מיין מאמע אראפגענומען צייט? פון צונייען ברוך'ס העמד?

אונטער אן ערנסטן נאטיץ: איך זעה דערין א חרטה פון א שטארבנדן מענטש אז ער האט נישט געהאט כאטש די איין טאג א וואך, עפעס וואס איז במילא געווען איינגעפירט אין זיין קולטור, זיך אויסצופלאגן פון די טרדות השבוע און 'באמת טוהן וואס ער האט אלעמאל געוואלט טאן אין זיין לעבן...'

הוגה » מאנטאג אפריל 11, 2016 9:34 pm

· #328790
<a class="postlink" href="https://m.facebook.com/story.php?story_fbid=1231704273570337&substory_index=0&id=102099916530784">https://m.facebook.com/story.php?story_ ... 9916530784</a>