☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » ר' משה ראטמאן - גבאי האדמו"ר מטאהש זצ"ל

ר' משה ראטמאן - גבאי האדמו"ר מטאהש זצ"ל

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9446

שמואל פרימו » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 6:55 pm

· #295608
ר' משה ראטמאן - גבאי האדמו"ר מטאהש זצ"ל
איך מיין אז דער גבאי איז ווערד א באזונדערע אשכול. ביים לויה האט ער נישט אויפגעהערט צו וויינען, עס קוקט אויס ווי זיין פערזענליכער בראך. אויך איז ער דערווייל נאכנישט אוועק פון דעם פרישן קבר, עס קוקט אויס ווי ער נעמט דאס זייער פערזענליך.

ער טראגט אונטער זיך א לאנגער היסטארי, ער איז געווען יארן גבאי ביי טאהשער רבי זצ"ל און האט אים געדינט בנאמנות, ער האט זיך ממש איבערגעגעבן פאר אים יומם ולילה. סוף ימיו פונעם טאהשער רבי האט ער געשנארט פאר טעכנעלאגישע כלים, צוצושטעלן פארן רבי'נס געזונט אינדערהיים, און געשטאנען אויף אלע געזונט זאכן פונעם רבי'ן, ער האט זיך ממש נישט גערירט פון שטוב דארט.

ווער קען שרייבן מער איבער זיין היסטאריע, ווי אויך - וועט ער ווערן גבאי ביי האדמו"ר מטאהש שליט"א (געוואלד געשריגן!), אדער קען ער זיך נישט אפרייסן פון זיין רבי'ן זצ"ל?

קאצקע ציקער » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 7:02 pm

· #295612
ווען איז ער געווארן גבאי?

ליפא » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 7:06 pm

· #295616
געהערט אז ער מופט אויף מאנסי, וואו ער האט א הויז.

ליפא » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 7:08 pm

· #295619
קאצקע ציקער
ווען איז ער געווארן גבאי?

תשנ''ח-ט נאך וואס הרב ?? קליין איז אוועק. אליינס געווען א צדיק פון א איד.

גרויסע מענטשעלע » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 7:08 pm

· #295620
Re: ר' משה ראטמאן - גבאי האדמו"ר מטאהש זצ"ל
כמיין ער איז געווארן גבאי איז געוועהן ער איז געוועהן א בחורל פין א שטוב פין 19 קעניינע הרע.

איז ער אונגעקומען קיין טאהש פארשטייט זיך די רבי זי"ע האט מקרב געוועהן ווי יעדער האט זיך געדרייט אין געפרייט דארט ביז ער איז געווארן א שמש'ל אין נאכדעם צו דער פעזיציע פין זיין דער זאך.

שטילע אינגערמאן » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 10:44 pm

· #295684
בילד
📎 image.jpg

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 10:52 pm

· #295685
קוקט אויס ווי ס'פארמירט זיך דארט א תהלים כולל

איש עברי » פרייטאג אוגוסט 14, 2015 11:17 am

· #295772
רבי משה אין כנסת ישראל
📎 גבאי 1.jpg

שטילע אינגערמאן » פרייטאג אוגוסט 14, 2015 2:48 pm

· #295817
@איש עברי ?????? כזעה גוט?
שלום עליכם ברוכים הבאים בשם השם,
א שמחה אין שטעטעל עברי איז צירוק
👍 👍 👍

די קעניג פין אמעריקע » פרייטאג אוגוסט 14, 2015 3:01 pm

· #295819
איש עברי
רבי משה אין כנסת ישראל

1 טרעק מיינדעד? אין יעדע סאבדשעקט דארף מען אריין פלאגען כנסת אדער ציונים?