☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » ארויסברענגען טאלאנטען

ארויסברענגען טאלאנטען

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9443

mevakesh » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 12:37 pm

· #295528
ארויסברענגען טאלאנטען
א גוטן חשובע קאווע מיטגלידער
איך בין א יונגערמאן אויפגעוואקסען ביי אונז אין טאפ all the regular חדר ישיבה כולל וכו'
מען האט אלע יארן געהארעוועט על התורה ועל העבודה אויפן העכסטען פארנעם
אבער איך האב קיינמאל נישט געלערענט ארויסצוברעגען מיין פאטענציאל מיינע כוחות צו איז דאס זינגען צו שפילען טאנצען שרייבען און אזוי ווייטער
איך רעד מיר נישט אפ אבער איך האלט אז איך (און נאך אסאך אנדערע) האבן אסאך כוחות וואס עס בלייבט באגראבען און מען גיבט עס קיינמאל נישט ארויס
למעשה וואלט איך געוואלט וויסן צו עס איז דא איינער וואס ווייסט פון הילף צו אינדענטיפיצירען די טאלאנטען און הילף עס ארויסצוברענגען
א דאנק

moshav zekeinim » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 1:00 pm

· #295533
עס זענען דא פארשידענע סארט טעסטס וואס מעו קען מאכן אויפן געוועב, זיך אזעלעכע ווערטער ווי to find out my talents test אדער עפעס ענליך דערצי.
פון מומחים וואס טוען דערין זענען גראפאלאגן ודומיהם.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 1:04 pm

· #295535
הער גוט אויס דעם ערשטן ניגון ("לא איש דברים אנכי") פון מאטי איליאוויטש'ס אלבום "מחשבות" ויונעם לך.
לענינינו, ווער קען דען וויסן בעסער ווי דיר דיינע טאלאנטן, וואס עס ציעט דיר?
ווען דו קוקסט דיר אן אין דמיון 10 יאר ארום, וואו וואלסטו געוואלט זיין? דאס קען דיר אפשר העלפן.

די קעניג פין אמעריקע » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 1:55 pm

· #295542
די אלע וועבסייטס זענען שטותים. זיי פרעגען פארגעס וואס איך זאג אייך צו איר קענט נישט ענטפערן קארעקט. אין בעיסט אויף די ענטפערס. דיסיידען זיי אויף וואס איר זענט גוט.

די קעניג פין אמעריקע » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 1:55 pm

· #295543
די איינציגסטע עכטע וועג איז א גוטע גראפלאג.

mevakesh » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 1:56 pm

· #295545
Re: ארויסברענגען טאלאנטען
די קעניג פין אמעריקע
די איינציגסטע עכטע וועג איז א גוטע גראפלאג.

אדער א מקובל...

קאצקע ציקער » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:36 pm

· #295670
[ציטאט אראפגענומען]

ווי עקשטיין

mevakesh » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:40 pm

· #295673
Re: ארויסברענגען טאלאנטען
עקשטיין איז גראדע א וואולער תמימותדיגער יונגערמאן

mevakesh » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:50 pm

· #295678
Re: ארויסברענגען טאלאנטען
אלע ווערטלעך אין א זייט
תכלית איז דא אזא געדאנק פון איינער וואס קען העלפען אינדענטיפיצירען טאלאנטען ؟
עפעס אזוי ווי א career couch ביי ביזנעס؟

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:54 pm

· #295679
די קעניג פין אמעריקע
די אלע וועבסייטס זענען שטותים. זיי פרעגען פארגעס וואס איך זאג אייך צו איר קענט נישט ענטפערן קארעקט. אין בעיסט אויף די ענטפערס. דיסיידען זיי אויף וואס איר זענט גוט.

איך למשל האב אויסגעפונען, נאכ'ן נעמען אזא מין טעסט, אז איך בין גוט פאר ערב יום כיפור פארטאגס... 😂 🙄

קאצקע ציקער » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 11:29 pm

· #295690
mevakesh
עקשטיין איז גראדע א וואולער תמימותדיגער יונגערמאן


אבער א מקבל 😂

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 11:32 pm

· #295691
מ'רעדט פון ארויסברענגן טאלאנטן, האב איך יעצט באמערקט די ווידיאו אויף פעיסבוק. איינער ווייסט מער אינפא?

<a class="postlink" href="https://www.facebook.com/video.php?v=131590077183065&pnref=story">https://www.facebook.com/video.php?v=13 ... nref=story</a>

קאצקע ציקער » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 11:48 pm

· #295694
רויטע וואנצעס
מ'רעדט פון ארויסברענגן טאלאנטן, האב איך יעצט באמערקט די ווידיאו אויף פעיסבוק. איינער ווייסט מער אינפא?

<a class="postlink" href="https://www.facebook.com/video.php?v=131590077183065&pnref=story">https://www.facebook.com/video.php?v=13 ... nref=story</a>

Acn mlm
וואס @ראש ישיבה האט שוין ארויסגעברענגט אז ס'א שאד די צייט אנצוהויבן מיט דעם