דריידלס'איז א שיינע זאך פון אים ארויסצוברענגן אז די קאמף וואס סאטמאר רב ז"ל האט געפירט קעגן ציונות איז געווען קעגן די רעיון און נישט קעגן קיינעם פערזענטליך. איך בין אבער נישט קאנווינסט אז יענער איז טאקע א סאטמערע. ס'זענען דא גענוג וואס האבן געלערענט אין סאטמאר, דאווענען אין סאטמאר, קענען אפילו הייסן יואל און גיין מיט א שטאפן היט, אבער האבן מיט סאטמאר גארנישט
דריידל: אט דעם טעות מאכן די בעלזער חסידים. זיי מיינען אז א יעדער וואס גייט א שטאפענע הוט אדער קויפט דעם בלאט איז א סאטמאר'ע חסיד וועלכער האט נאך געווייקט ביים רעבי'ן זכותו יגן עלינו...!
אני הקטן בין אמאל ארייגעגאנגען אין א גראסערי אין בארא פארק (נאך בראשית ימי ה'בלאט. ווען ס'האט נאך געהאט עפעס א תוכן און א ווערד.) צו קויפן דעם צייטונג. און דער בעה"ב פון די גראסערי, א בעלזא'ער חסיד וועלכער האט, פארשטייצעך געהאלטן אויך דעם בלאט וועגן פרנסה, האט געמאכט עפעס א באמערקונג איבער מיר צו זיין חבר מיט די פאלגנדע דיבורים..."
זיי. מיינענדיג די סאטמאר'ע חסידים...כ'האב נישט געהערט דעם סוף פסוק. זיין איינציגער טעות איז געווען אז איך בין נישט קיין סאטמאר'ע איד...! איך האב א גרויס הערצה פאר דעם סאטמאר'ע רבי'ן זצוק"ל (יישר כח). אבער איך האב קיינמאל אין קיין סאטמאר'ע ישיבה נישט געלערנט...!