איז דא ביי די גוים אזא צורה ווי טאהשער רבי?
36 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9437
איז דא ביי די גוים אזא צורה ווי טאהשער רבי?
איך פרעג ערנסט:
ווי באקאנט האט דער טאהשער רבי געהאט א אויסטערלישע צורה, זיין פנים האט געשטראלט קדושה, אזש איך מיין אז אפילו די קאלטע חברה וואס געפינען זיך דא, אפילו לעיקוואד ז"ל, קאווע-טרינגער, ליטוואך פון בודאפעסט ועוד ועוד, וועלן מודה זיין, אז אזא צורה איז זעלטן און אויסטערליש, מען האט געקענט זען א איד וואס איז ממש אויסגעטאן פון די וועלט. ס'איז עפעס נישט מעלמא הדין.
איך וויל וויסן אויב מען געפינט אזעלכע צורות אויך צווישן די גוים. איז פאראן א גוי מיט אזא העכערע צורה, וואס יעדער וואס זעט דאס, זאל ערשטוינט ווערן פון די העכערקייט פון די צורה?
חקרןאיך פרעג ערנסט:
אפילו די קאלטע חברה וואס געפינען זיך דא, אפילו לעיקוואד ז"ל, קאווע-טרינגער, הוגה, ועוד ועוד, ו
גראדע איז הוגה זייער א ווארימער, כ'ווייס נישט וואס דו רעדסט.
פארראכטן, ארויסגענומען פון די ליסטע... למען האמת, איך ליג נישט אזוי שטארק אין די ניקס, צו דערגיין ווער איז וואספארא סארט, איך שרייב בלויז וואס קוקט מיר אויס פון אויסנווייניג. אבער נישט דאס איז די נקודה דא... איך וויל וויסן צי מען זעט אזעלכע מורא'דיגע צורות ביי גוים, און צי קען מען א ראיה ברענגען פון אזא צורה אז יש אלקים בישראל.
Re: איז דא ביי די גוים אזא צורה ווי טאהשער רבי?
קודם כל לעניות דעתי געווענטליך א בעל צורה איז די עיקר אין די בארד און די גוים וואס אונז זעהען האבן נישט א בארד
צווייטענס אין אינדיע ווי די גורו'ס האבען בערד איז נאך דא שענערע צורות פון דעם
אדרבה, ברענג אהער! אבער מיט אזא פארכטיגקייט ווי דעם טאהשער.
דער פויבסט איז גאנץ ענדליך.
איך פראביר צו דימיונען אויב איך האלט ווען אז ר' זיידל מ'קרעטשניף איז א קדוש , צו איך וואלט געזאגט אז מען זעט דאס אויכט אויפן צורה.
ליפא (און אלע אויבער-חכמים), ביטע:
איך בין שטארק וויליג צו דיסקאסירן דעם נושא, אבער רעדט ביטע צו די זאך, נישט סתם האקן א טשייניק.
איך ברענג דא א בילד פונעם פויפסט להבדיל, און זאג דו מיר צי מען זעט דא אויך די מורא'דיגע קדושה פונעם טאהשער... וואס ווילסטו דא?
איך ווייס אז דו ווייסט אז איך ווייס אז דו ווייסט אז איך ווייס אז דו מאכסט זיך סתם משוגע.
Re: איז דא ביי די גוים אזא צורה ווי טאהשער רבי?
דער רבי האט א פארכטיגע צורה
📎 0.jpg
פוי! אראפ מיט דעם בילד פונ'ם פויפסט!
ליפא, מעגסט שרייבן להבדיל, א שומר תורה ומצוות איז טאשע רבי ז"ל זיכער געווען
ליפאדער פויבסט איז גאנץ ענדליך.
ליפא: איך האב עס נישט געוואלט זאגן. אבער אז דו זאגסט עס ביניך מסכים מיט דיר.
אבער פארשטייצעך אז נאר אין די חיצוניות, אפשר האט ער געטון א פאר מעשים טובים. און ס'דא א יש אומרים אז ער שטאמט פון אידן. אבער אין פנימיות און מדרגות אין קדושה איז ער בכלל נישט צו פארגלייכן צו דעם צדיק, קדוש וטהור טאהשער רבי זצוק"ל...!
mevakeshדער רבי האט א פארכטיגע צורה
מ'קען זעהן אז ער איז נישט א איד. ער האט נישט די הארת פנים וואס א איד האט. אפילו ער האט א בארד. באותה מידה איז דא יש אומרים אז די טאליבאנער פון די אורדו און פאשטו שבטים, וועלכע האבן אזעלכע לעכטיגע איידעלע, זיסע תמימות'דיגע צורות שטאמען פון די בני אפרים...?
mevakeshדער רבי האט א פארכטיגע צורה
ער האט טאקע די זעלבע פארכטיגע צורה ווי טאהשער רבי?
חקרןmevakeshדער רבי האט א פארכטיגע צורה
ער האט טאקע די זעלבע פארכטיגע צורה ווי טאהשער רבי?
ניין: מ'קען זעהן אז ער איז נישט א איד...כמו שכתבתי לעיל...!
Re: איז דא ביי די גוים אזא צורה ווי טאהשער רבי?
חקרןmevakeshדער רבי האט א פארכטיגע צורה
ער האט טאקע די זעלבע פארכטיגע צורה ווי טאהשער רבי?
טאקע נישט די זעלבע עס איז אנדערש אבער בכלל נישט אוועק צו מאכן
אגב איך האב פרובירט צו פרעגן Google אבער איך ווייס נישט וויאזוי מען זאגט הדרת פנים אין ענגליש. קען איינער ארויסהעלפען؟
שמעקעדיגחקרןאיך פרעג ערנסט:
אפילו די קאלטע חברה וואס געפינען זיך דא, אפילו לעיקוואד ז"ל, קאווע-טרינגער, הוגה, ועוד ועוד, ו
גראדע איז הוגה זייער א ווארימער, כ'ווייס נישט וואס דו רעדסט.
קאווע טרינקער אויך...
חם ליבי בקרבי, בהגיגי תבער אש, איי דיברתי - אלץ וואס איך רעדט? בלשוני! איז נאר משפה לחוץ...
געהערט פון אדמו"ר ממילשעיק שליט"א
@שמעקעדיג<a class="postlink" href="https://en.wikipedia.org/wiki/Orson_Pratt">https://en.wikipedia.org/wiki/Orson_Pratt</a>
📎 3306.jpg
.
סתם מענטשן מיט בערד, קען איך אויך ברענגען (אגב, ס'איז דא ערגעץ א בערד פארמעסט צווישן די גוים - גאנץ אינטערעסאנטע בילדער - קענסט ברענגען אלע פון זיי)
ביים טאהשער רבי זצ"ל איז דאס נישט נאר די בארד, ס'איז עפעס העכערס דערפון... איך מיין אז יעדער וועט דאס מודה זיין.
לדעתי איז עס תלוי אין די אינפארמאציע וואס דער מענטש פארמאגט.
לדוגמא, איז דא עטליכע אדמו"רים וואס זענען בעלי צורה אבער וויבאלד מען קאן זיי פאר נישט די איידעלסטע זעהט מען עס נישט אין זיי
איי, וואסערע כח המעצור פון לעיקוואד...
דארווין האסטו שוין געזעהן?
וואס איז מיט ר' שמעון פרס?
לויט אנאנים -איך וויל עס אפילו נישט איבערזאגן- איז די הייליגע צורה פונקט דאס פארקערטע , ס' ווייזט גאר אויף רציחה ר"ל ....
ונבנתה העיראיי, וואסערע כח המעצור פון לעיקוואד...
דארווין האסטו שוין געזעהן?
דארווין האט אפשר א רבישע צורה אבער א "הייליגער" צורה האט ער ניט
וואס זאגט איר צו די בילדער?
📎 images (5).jpg 📎 images (4).jpg 📎 images (2).jpg 📎 images (1).jpg 📎 download.jpg
#3 רעדט ווערטער.
אנדערע שטינקן.
איך מיין נאמבער 4 קיקט אויס מער קדוש געשטימט 😉
דער נאמבער דריי איז עפעס מורא'דיג איידל, ווער איז דאס? ער לעבט נאך?
אפשר גאר איז דאס ר' מאיר פרעמעשלאנער מיט די כאקע הויזן ווען ער האט זיך אינמיטן די נאכט ארויס געגנב'ט צו גיין האקן האלץ פאר א אלמנה אנצוהיייצן די דירה אביסל?
עס וואלט געפאסט אז די רבי'ס זאלן זייך אנטון דיי הויזן מער ווי די געפעפעפעפעפעפעטע...
דערהויבן. להבדיל להבדיל אלף פעמים וכו', אבער ענדעלט שטארק צום מנחת אלעזר זי"ע.
Re: איז דא ביי די גוים אזא צורה ווי טאהשער רבי?
Chuchem/
איך ווייס נישט צי א לעכטיגע צורה צי נישט אבער איך גיי ניסלעך פאר זיין מינע...
Walt whiteman
רבי'ס וואלטן זיך געוואנטשען צו האבן אזא הדרת פנים, נו דארף מען קודם נאמאכען זיינע מעשים טובים..
📎 2.jpg
[ציטאט אראפגענומען]
טאקע, ער האט א נאז מיט אויגן און א לאנגע בארד
דאס איז זייער א רבישע צורה, אסאך שענער ווי קלויזענבורגע רב
Re: איז דא ביי די גוים אזא צורה ווי טאהשער רבי?