☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » parking spot

parking spot

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9432

דולה ומשקה » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:08 am

· #295129
parking spot
אמאל איז מיר גרינגער מאנטאג און דאנערשטאג צו טרעפן א ספאט, ווייל איינמאל דער גארבידזש איז קאלעקטעד און דער גאס געפוצט, זיץ איך דער קאר און פשוט ווארט אז פאר דער זמן ההיתר זאל אנקומען. ווידער דער אנדערע טעג קען מען ארום פארן די עטליכע בלאק צען צו צוואנציג מאל ביז הקב"ה העלפט.

לגבי דעם איז דא צוויי אפציעס:
1) ארום פארן דעם בלאק הונדרעט מאל ביז דער מזל האט צוגעשפילט, אה, ענדליך געטראפען א ספאט.
2) זיצען ביי א פאמפ, באס סטאפ, וכדומה און פשוט ווארטן אז א קאר זאל זיך ארויס רוקען פון איהר ספאט, און איך זאל זיין איר ממלא מקום.

וועלעכע אויסוואל איז בעסער? דאכציך אז אין צייט זענען ביידע אפציעס אייניג. אדרבה דאס ארום פארען דעם בלאק קען דיר קאסטן געז.

דער נערוון קענען קראכען ספעציעל אויב מ'מוז זיין אין דער צייט צום ארבעט. אבער אפילו נישט דו פשוט ווילסט שוין זיין אינדערהיים, און דא דארפען זיצען אין דער קאר ווייל מ'האט נישט ווי איהר אהער צושטעלן.

וועלעכע אפציע איז בעסער, אפציע 1 אדער 2?

דולה ומשקה » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:14 am

· #295132
וועלעכע איז מער פראקטיש?

די קעניג פין אמעריקע » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:20 am

· #295134
ווארט אויף איין פלאץ. אזוי ניצטו כאטש נישט אויס קיין געזאלין.

ליפא » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:23 am

· #295135
ס'דא אפציע 3. אוועק מופן! איך קוק נישט צוריק.

די קעניג פין אמעריקע » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:24 am

· #295136
אבער נאר מופען צו א פלאץ וואס איז נאך אינטער התאחדות. ווייל אהן התאחדות ווער דארף פארקינג?

געוואלדיג » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:26 am

· #295137
ליפא
ס'דא אפציע 3. אוועק מופן! איך קוק נישט צוריק.

נו פארצייל דיין עקספיריענס, צו וואו, און אלע מעלות.

וועטערבאריכט » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 1:50 pm

· #295171
דולה ומשקה
אמאל איז מיר גרינגער מאנטאג און דאנערשטאג צו טרעפן א ספאט, ווייל איינמאל דער גארבידזש איז קאלעקטעד און דער גאס געפוצט, זיץ איך דער קאר און פשוט ווארט אז פאר דער זמן ההיתר זאל אנקומען. ווידער דער אנדערע טעג קען מען ארום פארן די עטליכע בלאק צען צו צוואנציג מאל ביז הקב"ה העלפט.

לגבי דעם איז דא צוויי אפציעס:
1) ארום פארן דעם בלאק הונדרעט מאל ביז דער מזל האט צוגעשפילט, אה, ענדליך געטראפען א ספאט.
2) זיצען ביי א פאמפ, באס סטאפ, וכדומה און פשוט ווארטן אז א קאר זאל זיך ארויס רוקען פון איהר ספאט, און איך זאל זיין איר ממלא מקום.

וועלעכע אויסוואל איז בעסער? דאכציך אז אין צייט זענען ביידע אפציעס אייניג. אדרבה דאס ארום פארען דעם בלאק קען דיר קאסטן געז.

דער נערוון קענען קראכען ספעציעל אויב מ'מוז זיין אין דער צייט צום ארבעט. אבער אפילו נישט דו פשוט ווילסט שוין זיין אינדערהיים, און דא דארפען זיצען אין דער קאר ווייל מ'האט נישט ווי איהר אהער צושטעלן.

וועלעכע אפציע איז בעסער, אפציע 1 אדער 2?


דער פראבלעם איז אז איז א נארמאלער שטאט איז דא רעגוילעטשענס , לאמיר זאגען די בויסט א שול , א ישיבה , א סופערמארקעט מיז מען האבען א פארקינג פלאן, זיי זענען משער וויפיל קארס זענען ערווארטעט אין דאס נייע בנין באקומט נידט א פערמיט פאר זיי שטעלען צו פארקינג. דערווייל ביי אינז היימישער וויל מען בויען קאנדאס איבער קאנדאס אן א פלאן אין יעדער ראצער וויל א קאר. אין א יעדער מיז דרייווען דעם קאר צו 5 שמחות יעדער נאכט ב״ה. בארא פארק איז געווארען א פארשטופטער פלאץ ווי מען קען זיך נישט אן עצה געבען מיט פארקינג. נאך איין מזל אז רוב חסידישע פרויען דרייווען נישט ווייל אין פלעטבוש איז עס נאך ערגער.

berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 1:55 pm

· #295172
ליפא
ס'דא אפציע 3. אוועק מופן! איך קוק נישט צוריק.

ליפא: דארט וואו דו האסט געמופט (און איך האב אמאל געחלומ'ט צו מופן) איז שוין אויך כמעט נישטא קיין פארקינג פלעצער. ווייל דער היימישער עולם האט אויך ב"ה אהינגעמופט...!

דריידל » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 2:17 pm

· #295176
דאס ערגסטע איז נאך ווען מען טוט אפציע 2, מ'ווארט א האלבע שעה און קיינער רירט זיך נישט. זעהנדיג אז ס'איז נישט קיין תכלית נעמט מען זיך ארום פארן, מ'טרעפט פארקינג דריי בלאקס אוועק און ווען מ'קומט צוריק זעהט מען א ליידיגע ספאט און איינער וואס איז יעצט אנגעקומען פארקט אריין.

berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 2:20 pm

· #295177
ביי מיר עס שוין געשעהן פונקטליך אזוי, א סאך מאל. אבער א איד דארף און קען זאגן..."גם זו לטובה"...!

ליפא » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 2:21 pm

· #295178
יא יא און אויך אז מ'קען פשוט נישט זיצן אין קאר אין א ספאט רואיגערהייט, יעדע צוויי מינוט פייפט איינער אריין פרעגן צו איך גיי אפשר ארויס. ביים דריטן מאל ענטפערן ניין פילסטו זיך שוין ווי א האלבער נאצי.

שמעון וואלף » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 2:25 pm

· #295179
4) גיין צופיס
5) פאבליק טראנספארטאציע
6) קאר סערוויס
7) פארקן ביי א פאמפ אדער באס סטאפ און נעמען די ריסק פאר א טיקעט

אגב, לעצטענס האבן די באסעס קעמרעס און כאפן פיקטשערס פון די לייסענס פלעיטס. איך בין פאריגע וואך געזעסן מיט א חבר אין זיין מיני ווען וואס איז געווען געפארקט ביי א באס סטאפ. פליצלינג זעהט ער א באס קומט צו פארן און ס'איז נישט געווען מעגליך ארויסצופארן צוליב די אנקומענדיגע טרעפיק. ער האט אבער געהאט די קאפ אויפ'ן פלאץ און געדריקט די קנעפל וואס עפענט די טראנק, און די טיר מיט די לייסענס פלעיט איז ארויף געפארן ופני הבאס דרייווער חפו.

שטילע אינגערמאן » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 6:46 pm

· #295307
Re: parking spot
זיצן ביי א פאמפ אין ווארטן איז געווענדליך נישט קיין תכלית, וואס טוט א איד ווען ער ווארט? מנעמט ארויס די טעלעפאון אין צוטירט אזוי פארטיפט אז אין דער צייט איז שוין געווארן פריי אין נאכאמאל פארכאפט 10 ספאטס, ממילא איז דאס נישט קיין אפציע

וכדומה.. » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 1:48 pm

· #295540
דולה ומשקה
וועלעכע אפציע איז בעסער, אפציע 1 אדער 2?


אויב איז עס א פארנומענע גאס ווי דרייצענט עוו וכו' איז כדי צו ווארטען, ווייל איינער וועט זיכער ארויספארן אין מינוטען, און ארומפארן לוינט נישט, אבער אין א זייטיג געסל, לוינט זיך נישט צו ווארטן, די שאנסען איינער זאל פונקט ארויספארן איז שוואך.

די קעניג פין אמעריקע » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 1:57 pm

· #295546
אויף 13 האלט מען אבער אויף אנדערע יודען. דאס איז נישט גלייך צו טוהן.