☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » ווען משיח וועט קומען וועט יעדער זיין א ...

ווען משיח וועט קומען וועט יעדער זיין א ...

23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9430

חקרן » דינסטאג אוגוסט 11, 2015 10:52 pm

· #295054
ווען משיח וועט קומען וועט יעדער זיין א ...
אין ברסלב איז באקאנט א מאמר, אז ווען משיח וועט קומען וועט יעדער זיין א ברעלסעווער, אזוי האט געזאגט ר' נחמן ברעסלעבער אליין (אויב ווילט איר גלויבן ר' נתן'ען).

מיין שאלה איז, צי איז אויך דא אזעלכע מאמרים פון אנדערע צדיקים אויף זייערע חסידות'ן, למשל אין חב"ד זאגט מען אויך דוכט זיך אז ווען משיח וועט קומען וועט יעדער זיין חב"ד, אבער דוכט זיך אז דאס איז נישט קיין מאמר פון א רבי, נאר סתם אן אימרה בפי חסידים. איך וויל וויסן אויב אנדערע גדולי ישראל האבן געזאגט אזעלכע מימרות אדער ענליך צו דעם.

שמעקעדיג » דינסטאג אוגוסט 11, 2015 11:30 pm

· #295063
עס איז שווער זיך צו מצייר זיין.
ועיי' מה שכתבתי כאן ותמצא נחת
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/162729">viewtopic.php?p=162729#p162729</a><!-- l -->

ברסלבער » דינסטאג אוגוסט 11, 2015 11:36 pm

· #295068
לסבר את האוזן וואס רבי נחמן האט געמיינט. נישט ממש אזוי ווי שטיצן קרן הצלה.
דער פסוק זאגט אין צפני' אז ווען משיח וועט קומען וועט זיין "כִּי אָז אֶהְפֹּךְ אֶל עַמִּים שָׂפָה בְרוּרָה לִקְרֹא כֻלָּם בְּשֵׁם ה'" יעדער וועט רעדן צום אייבערשטן. האט רבי נחמן גע'טענה'ט אז מען דארף נישט ווארטן ביז משיח וועט קומען, מען קען שוין יעצט אנהויבן צו רעדן צום אייבערשטן און זיך דערנענטערן צו אים. און דאס האט ער געזאגט אז ווען משיח וועט קומען וועלן אלע מענטשן טון דאס וואס די ברסלב'ע חסידים טון יעצט, זיי וועלן אלע רעדן צום אייבערשטן.

שבת אחים » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 3:38 am

· #295097
דערמאנסט מיך פון א מעשה (שוין ווידער האקט ער א קאפ מיט זיינע וויזניצע מעשיות ) געוועהן אמאל א רומענישע איד א קאסובער חסיד פונדערהעים מיטן נאמען שטערן וואס האט געוואוינט אין בני ברק, גאר א אינטערעסאנטע קאריקטור (ישראל קאפקע גיט געספעילט קאריקטור?) ער האט ליב געהאט צו דרשנן אסאך און נישט געוואוסט ווען צו ענדיגן, האט ער אמאל געזאגט פארן הייליגן אמרי חיים זצוק״ל אז ער איז אין אמתן אריין נאר זיין געבארגטע חסיד ווייל ווען משיח וועט קומען ווערט ער אויס וויזניצער און צוריק א קאסובער חסיד, האט אים דער אמרי חיים גענטפערט מיט א שמייכל אדרבה לאמיר טאקע זעהן אז משיח זאל קומען, יעצט האבן מיר צוויי סיבות אז ער זאל קומען...

גלייבטס מיר דער אמרי חיים האט שוין נישט געקענט ווארטן אז משיח זאל קומען נאר פאר די צווייטע סיבה אליינס 😂

בערל גייסט מיך קלאגן אין קאורט פארן גיין קאמפטישאן מיט דיר ???

diff » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 7:30 am

· #295102
{יח} וְהָאֱלִילִ֖ים כָּלִ֥יל יַחֲלֹֽף׃
{יט} וּבָ֙אוּ֙ בִּמְעָר֣וֹת צֻרִ֔ים וּבִמְחִלּ֖וֹת עָפָ֑ר מִפְּנֵ֞י פַּ֤חַד יְהוָה֙ וּמֵהֲדַ֣ר גְּאוֹנ֔וֹ בְּקוּמ֖וֹ לַעֲרֹ֥ץ הָאָֽרֶץ׃
{כ} בַּיּ֤וֹם הַהוּא֙ יַשְׁלִ֣יךְ הָאָדָ֔ם אֵ֚ת אֱלִילֵ֣י כַסְפּ֔וֹ וְאֵ֖ת אֱלִילֵ֣י זְהָב֑וֹ אֲשֶׁ֤ר עָֽשׂוּ־לוֹ֙ לְהִֽשְׁתַּחֲוֹ֔ת לַחְפֹּ֥ר פֵּר֖וֹת וְלָעֲטַלֵּפִֽים׃
{כא} לָבוֹא֙ בְּנִקְר֣וֹת הַצֻּרִ֔ים וּבִסְעִפֵ֖י הַסְּלָעִ֑ים מִפְּנֵ֞י פַּ֤חַד יְהוָה֙ וּמֵהֲדַ֣ר גְּאוֹנ֔וֹ בְּקוּמ֖וֹ לַעֲרֹ֥ץ הָאָֽרֶץ׃
{כב} חִדְל֤וּ לָכֶם֙ מִן־הָ֣אָדָ֔ם אֲשֶׁ֥ר נְשָׁמָ֖ה בְּאַפּ֑וֹ כִּֽי־בַמֶּ֥ה נֶחְשָׁ֖ב הֽוּא׃

קאווע טרינקער » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 7:34 am

· #295103
שבת אחים
דערמאנסט מיך פון א מעשה (שוין ווידער האקט ער א קאפ מיט זיינע וויזניצע מעשיות ) געוועהן אמאל א רומענישע איד א קאסובער חסיד פונדערהעים מיטן נאמען שטערן וואס האט געוואוינט אין בני ברק, גאר א אינטערעסאנטע קאריקטור (ישראל קאפקע גיט געספעילט קאריקטור?) ער האט ליב געהאט צו דרשנן אסאך און נישט געוואוסט ווען צו ענדיגן, האט ער אמאל געזאגט פארן הייליגן אמרי חיים זצוק״ל אז ער איז אין אמתן אריין נאר זיין געבארגטע חסיד ווייל ווען משיח וועט קומען ווערט ער אויס וויזניצער און צוריק א קאסובער חסיד, האט אים דער אמרי חיים גענטפערט מיט א שמייכל אדרבה לאמיר טאקע זעהן אז משיח זאל קומען, יעצט האבן מיר צוויי סיבות אז ער זאל קומען...

יענער לעבט נאך? לכאורה וועט ער נישט וועלן זיין א היינטיגע קאסובע חסיד...

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 9:47 am

· #295113
דוכט זיך דער מימרא אין חב"ד גייט אזוי:
לעתיד לבא וועט יעדער זאך האבען אן עלייה. דער חב"ד חסיד וועט ווערען א בחינה פון א חב"ד רבי. דער פוילישע רבי וועט ווערען א בחינה פון א חב"ד חסיד, דער פוילישע חסיד וועט ווערען א בחינה פון א פוילישע רבי, דער מנגד וועט ווערען א בחינהפון א פוילישע חסיד און דער גוי וועט ווערען א בחינה פון א מנגד.
און אח און וויי פאר'ן עליה פונ'ם גוי!

דולה ומשקה » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 10:37 am

· #295115
[ציטאט אראפגענומען]


מ'וועט ארויס גיין מקבל פנים זיין משיח מיט א תניא אין איין האנט (כמדומה כך אמר הרבי ר' זוסיא)
און אין די אנדערע האנט ווען האבן א גלעזל ברוינפן [ווייל דאס האט אונז דערהאלטן אין גלות] (רבי נפתלי צבי הורוויץ מרופשיץ)
אזוי אויך וועט מען זינגען א ניגון (וואס לעת עתה געדענק איך נישט פון וועם).

משיח וועט גיין פון רוים אויף א ווייסע אייזעל, פון רוים וועט ער אדורך גיין דאס בעלזא שוהל, פון דער בעלזא שוהל וועט ער גיין צו 770.

עכ"פ די ליטווישע אפילו דיע פון בודאפעסט, וועלן נישט ווי זיך אהין צו טוהן, זיי וועלן זיך שפירן עפעס אינדרויסען פון דער גאנצע זאך.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:04 am

· #295126
Re: ווען משיח וועט קומען וועט יעדער זיין א ...
אונז וועלען מיר בלייבען אין בית מדרש ביים גמרא. ווען ס'וועט קומען צום עבודה אין ביהמ''ק וועט מען זיך נעמען זוכען איינער וואס ווייסט וואס צו טוהן. מ'עט זיך וואלגערען פון בעלזא-בילגארייא ביז בעלזא-מאכנובקא, פון די חכמי מבצרי הכוללים ביז די דערהויבענע שלוחים און דערנאך צו די שארפער אין ערד און די יושבים אין פשעווארסק. אבער אלס ללא יועיל. צום סוף וועט מען גייען אין רח' פרס ווי דער ליטוואק זיצט נאך ביי זיין גמרא הארעווען אויף זבחים מנחות און מ'עט איהם שלעפען צו פסקנ'ען.
האלט דיר דיין בראנפען און אלטמאדישע ספרדיש'ע באקליידונג און שנאררער אייניקלעך. אויף למעשה וועסטו מוזען זיך אנקומען צום שלימזל וואס טרינקט וועריפיין עפעל - זאפט רח''ל.

געוואלדיג » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:17 am

· #295133
אבער משיח אליין וועט דאווענען אויף די וויזניצער נוסח פון ר' קאפיל חסיד, יא @שבת אחים?

די קעניג פין אמעריקע » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:28 am

· #295138
די אלע וואס זענען געגאנגען צו די בחירות וועלען זיצען אויבען אן. וויבאלט זיי האבען מקיים געווען די חוב קדוש.

חקרן » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:41 am

· #295139
ליטוואק פון בודאפעסט
דוכט זיך דער מימרא אין חב"ד גייט אזוי:
לעתיד לבא וועט יעדער זאך האבען אן עלייה. דער חב"ד חסיד וועט ווערען א בחינה פון א חב"ד רבי. דער פוילישע רבי וועט ווערען א בחינה פון א חב"ד חסיד, דער פוילישע חסיד וועט ווערען א בחינה פון א פוילישע רבי, דער מנגד וועט ווערען א בחינהפון א פוילישע חסיד און דער גוי וועט ווערען א בחינה פון א מנגד.
און אח און וויי פאר'ן עליה פונ'ם גוי!


מקור?

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:45 am

· #295141
Re: ווען משיח וועט קומען וועט יעדער זיין א ...
כן שמעתי פון א לץ פונ'ם פריערדיגע דור.
דער קעפעל איז - איך זיך מיך (יעך)

בן אדם » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 1:25 pm

· #295158
ליטוואק פון בודאפעסט
דוכט זיך דער מימרא אין חב"ד גייט אזוי:
לעתיד לבא וועט יעדער זאך האבען אן עלייה. דער חב"ד חסיד וועט ווערען א בחינה פון א חב"ד רבי. דער פוילישע רבי וועט ווערען א בחינה פון א חב"ד חסיד, דער פוילישע חסיד וועט ווערען א בחינה פון א פוילישע רבי, דער מנגד וועט ווערען א בחינהפון א פוילישע חסיד און דער גוי וועט ווערען א בחינה פון א מנגד.
און אח און וויי פאר'ן עליה פונ'ם גוי!

כך שמעתי ג"כ בזה הלשון ממש (ממישהו שיש לו ידועות בתורת חב"ד).

berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 2:11 pm

· #295175
דולה ומשקה
[ציטאט אראפגענומען]


מ'וועט ארויס גיין מקבל פנים זיין משיח מיט א תניא אין איין האנט (כמדומה כך אמר הרבי ר' זוסיא)
און אין די אנדערע האנט ווען האבן א גלעזל ברוינפן [ווייל דאס האט אונז דערהאלטן אין גלות] (רבי נפתלי צבי הורוויץ מרופשיץ)
אזוי אויך וועט מען זינגען א ניגון (וואס לעת עתה געדענק איך נישט פון וועם).

משיח וועט גיין פון רוים אויף א ווייסע אייזעל, פון רוים וועט ער אדורך גיין דאס בעלזא שוהל, פון דער בעלזא שוהל וועט ער גיין צו 770.

עכ"פ די ליטווישע אפילו דיע פון בודאפעסט, וועלן נישט ווי זיך אהין צו טוהן, זיי וועלן זיך שפירן עפעס אינדרויסען פון דער גאנצע זאך.

דער ליטוואק פון בודאפעסט וועט שוין דאמאלס לאנג האבן אנגעטון א שטריימל און בעקישע. ער האט עס אנגעטון לכבוד ראש השנה תשע"ו לפ"ק. אויך א גארטל אינדערוואכן אויף זיין סינגל ברעסטעד רעקל מיט דעם דאפלטן שפאלט פון אהינטער....און שב"ק ויו"ט אויך א בעקיטשע/פראק מיט א טאפלטן שפאלט מאחוריים, מיט צוויי קנעפלעך...!... 😂

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 4:02 pm

· #295220
Re: ווען משיח וועט קומען וועט יעדער זיין א ...
איהר פארגעסט א פסוק פונ'ם הפטרה פון אחרון של פסח. (איך וואלט געקענט פאר'ענטפערען אז דו ביסט א בן א''י און דו האסט נישט קיין יו''ט שני, נאר ביי ענק פייערדיגע ציונים ליינט מען די הפטרה אום יום העצמאות)
לא למראה עיניו ישפוט ולא למשמע אזניו יוכיח.
משיח וועט טרעפען חסידים אונטער'ן פראק און מתנגדים געבינדען מיט דער שווארצע שטריק.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 4:03 pm

· #295221
Re: ווען משיח וועט קומען וועט יעדער זיין א ...
און ווער זאגט דיר אז משיח קומט ערשט נאך ר''ה תשע''ו

mevakesh » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 4:28 pm

· #295233
Re: ווען משיח וועט קומען וועט יעדער זיין א ...
גור האט כמעט נישט קיין איין אייגענע מקוה איבער די גארער וועלט

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 1:22 am

· #295454
mevakesh
גור האט כמעט נישט קיין איין אייגענע מקוה איבער די גארער וועלט

זיי דארפן א טבילה זעלטען.

קאצקע ציקער » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 1:31 am

· #295458
משיח'ס שטיבל אין סאדיגורא - הסבר?

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 1:32 am

· #295459
קאצקע ציקער
משיח'ס שטיבל אין סאדיגורא - הסבר?

נישט די קרוין פון משיח האבן זיי?

כ'מיין אז סקווירא האט דעם חמור אויף וואס קעיץ משיחה דיין רייטן

דולה ומשקה » דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 10:10 am

· #295495
אינגאנצען פארגעסן, ליבאוויטש האט דאך 'משיח'ס ספר תורה'.

ציבעלע-קיגל » מיטוואך אוגוסט 19, 2015 9:30 am

· #296744
קודם זאהל ער קומען...