☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » שניידן די בארד, איז עס טאקע אזוי הארב?

שניידן די בארד, איז עס טאקע אזוי הארב?

53 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #943
בלאט: 1 2

מי אני » מיטוואך פעברואר 12, 2020 7:22 am

· #442880
Re: שניידן די בארד, איז עס טאקע אזוי הארב?
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/9488">viewtopic.php?f=4&t=9488</a><!-- l -->

נעגעל וואסער » מיטוואך פעברואר 12, 2020 9:58 am

· #442888
Re: שניידן די בארד, איז עס טאקע אזוי הארב?
פינטאו
טור, הלכות ראש השנה.

ווען איך בין אמאל אריין צו ר' חיים קניבסקי האט אים איינער געפרעגט וואסי פשט אז אסאך פירן זיך נישט צו שערן דאס בארד לכבוד יו"ט אזוי ווי די טור שרייבט, האט ער געזאגט אז אין זיינע צייטן האט מען געוויסט פונקטליך ווי די 5 ערטער וואס מען טאר זיך נישט גאלן זענען, דערפאר האבן זיי זיך געמעגט שערן, אבער אונז ליידער ווייסן שוין נישט ממילא טאר מען נישט...

איך פרוביר מיך נאר פארצושטעלן לשיטתו וויאזוי מען האט אויסגעזען ווען מען איז געווען אפגעשוירן, אבער עס האט זיך ארויסגעשטרעקט אזאנע לאנגע האר פון די פינעף פלעצער. גאט זאל אפהיטן.

מי אני » מיטוואך פעברואר 12, 2020 11:11 am

· #442890
Re: שניידן די בארד, איז עס טאקע אזוי הארב?
אין סימן צט פונ׳ם פריערדערמאנטן וילקט יוסף טענה׳ט הרב אברהם חיים דאנצינגערקראן מווארשא אז די גירסא אין ירושלמי, אויף וואס דער טור איז געבויט, איז א טעות און עס דארף שטיין מגלחין ״שערן״ און נישט ״זקנם״ ע״ש באריכות. הרב מרדכי צבי שווארץ מסירטה אין סימן קלב דארט זאגט אז עס פעהלט דאך נישט אויס מגיה זיין ווייל ס׳דאך מותר מדינא. און ער שרייבט ווייטער אז ווען הרב אברהם חיים דאנצינגערקראן וואלט ווען געוואוסט דערפון אז לייטי רבנן למאן דמגיה בספרים מסברא בוודאי לא היה מגיה כאן כלום ע״ש.
בלאט: 1 2