☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » מען ווייסט שוין?

מען ווייסט שוין?

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9428

ציבעלע-קיגל » דינסטאג אוגוסט 11, 2015 10:44 am

· #294933
מען ווייסט שוין?
ווי מען ווייסט האט איז ליידער געשעהן א געפערליכע טראגעדיא אין אריזאנא.
השם ירחם דער באשעפער זאל זיי טרייסטען.

אבער יעצט גייט זיך אנפאנגען די דרשות פון די אלע חיות (רעבנים בלע"ז) וועלעכע ווייסען "פונקט" פארוואס עס האט פאסירט. איעדער רבי'לה און דרשן וועט אויסשפייען זיין פארדארבענעם מיינונג. עס גייט זיי נישט אן אז מען טוהט וויי די משפחות.

איז לאמיר זעהן ווער עס וועט זיין דער ערשטער. און וואס ער זאגט איז די סיבה...

אינטערנעט? נישט כשר'ה סעלפאון'ס? דער עירוב אין וויליאמסבורג? אדער בורו פרק? אפשר גאר ווייל מען עסט בהמה פלייש? אדער ווייל מען נוצט נישט דער רב אלץ מסדר קידושין? אפשר ווייל מען לאזט די נשים גיין מיט לאנגע שייטלעך?

מען דארף זיי אלע לאזען וויסען צו פליז האלטען זייער פיסקעס פארמאכט...

בד"ה המקום ינחם... און זיי געבען (די משפחה און גוטע פריינט) כח דאס איבער צוטראגן...

שעפטל » דינסטאג אוגוסט 11, 2015 10:47 am

· #294934
האט דאך שוין סקולענע רבי געזאגט אז "אינטערנעט איז א זיכערע טויט!" ומי יבוא אחריו??

שבת אחים » דינסטאג אוגוסט 11, 2015 10:50 am

· #294935
אויף אייוועלט האט איינער געשריבן אפאר מינוט נאך די בשורה אז דאס קומט ווייל מיידלעך פארן אויף vacation קיין קאליפארניע און ער האט נאך אראפ געברענגט א גמרא אלץ א מקור, ווי קענען מענטשען זיין אזוי נידריגנ און געמיין ?

געוואלדיג » דינסטאג אוגוסט 11, 2015 10:53 am

· #294936
ציבעלע-קיגל
ווי מען ווייסט האט איז ליידער געשעהן א געפערליכע טראגעדיא אין אריזאנא.


די ענטפער שטייט אויף די וואנט, עס איז זיכער די אריזאנע ווייץ 😂 😂

שבת אחים » דינסטאג אוגוסט 11, 2015 12:10 pm

· #294955
גערעכט, איך האב זייער שנעל געקוקט, ווייל ווען איך האב געהערט די נייעס נעכטן האב איך געזוכט אויף יעדע אידישע סייט צו זעהן אויב איינער שרייבט מעהר פרטים איבער דעם און גענישטערט ווייטער אן אריינגיין בעיון וואס דער אייוועלטניק שרייבט,
איך האב ניטאמאל באמערקט וואסערע גמרא ער ברענגט אראפ, איך האב נאר געזעהן די מקור מס׳ סוכה און נישט בכלל געקוקט די גמרא,
בד״וו איך האב גענעדיגט אמאל גאנץ מס׳ סוכה אין אנדערע צייטן, איך בין טאקע ווייט פון א תענית חלום אבער קיין מן הארץ בין איך אויך נישט און איך קען נאך אפלערנען א שטיקל גמרא, but שכוח עני וועי!

מיט דעם אלעם האלט איך נאך אלץ אז ס׳איז א גרויליגע תגובה.

א איד » דינסטאג אוגוסט 11, 2015 3:12 pm

· #294983
@שבת אחים, עס איז בכלל נישט גרויליג
ער פרעגט פאר נייגעריגקייט פארוואס זיי זענען געווען דארט, און דערנאך קאמענטירט ער די השגחה פרטית, אז רגלוהי דבר נש אינון ערבין, און אז עס איז געווען באשערט אז זיי זאלן אוועקגיין פון דער וועלט, האט דער באשעפער אזוי אויסגעשטעלט אז זיי זאלן וועלן פארן אויף וואקאציע קיין קאליפארניע/אריזאנע.
עס איז באקאנט די מעשה מיט שלמה המלך, ער האט אמאל באגעגנט דעם מלאך המות ווי ער איז זייער טרויעריג, ווייל עס זענען דא צוויי מענטשן וואס הגיעו זמנם למות, אבער זיי זענען נישט במקום ווי עס איז באשערט אז זיי זאלן שטארבן, האט שלמה המלך געוואלט איבערקלוגן דעם סיסטעם, און די צוויי חברה אפגעשיקט קיין לוז, וואס דארט שטארבט מען נישט, א צייט שפעטער טרעפט ער נאכאמל דעם מלאך המות דרייט זיך שוין פרייליך, פרעגט ער עם ולשמחה מה זה עושה, ענטפערט ער דו האסט זיי געשיקט קיין לוז, און ביים טויער פון שטאט לוז איז געווען באשערט אז זיי זאלן שטארבן, און ווען זיי זענען אנגעקומען אהין האב איך זיי אוועקגענומען, אויף דעם האט שלמה געזאגט רגלוהי דבר נש אינון ערבין ליה וכו'.
ווי אויך איז דא א מציבה און שטאט קראקא פון הרה"צ ר' שמואל טייטלבוים זצ"ל, א זוהן פון ר' אלעזר ניסן מדראהאביטש בן הרה"ק הישמח משה זצוק"ל, וואס ער האט געוואוינט אין אונגארן, און ער איז פונקט געווען אין קראקא און איז דארט אוועק, שטייט אויף זיין מציבה די לשון פון רגלוהי דבר נש, אלס מליצה אז ווען עס איז באשערט פאר איינעם צו שטארבן וועט ער אנקומען אהין דורך זיי וועלכע אופן.
עס קען גאר זיין א חיזוק פאר די עלטערן, געווענליך פילט מען זיך גילטי פארוואס האבן אונז זיי געלאזט אהינפארן, אפשר וואלט מיר אונז געדארפט אראפלייגן א פוס נישט צו לאזן גיין וכדומה וכו', איז דאס א חיזוק אז דער באשעפער האט זיי דאס אריינגעלייגט אין קאפ, אז זיי זאלן אנקומען אהין ענדיגן זייער תפקיד, און אנקומען למקומם הראויים.
איך מיין אז דיין קאמענטאר אלס א גרויליגע תגובה איז נישט אין פלאץ.
ויה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו, אמן.

שבת אחים » דינסטאג אוגוסט 11, 2015 5:49 pm

· #295013
איך האב עס אנגעקוקט אזוי: נאך פאר מ׳האט אפילו געוואוסט וואס ווען וואו איז ער שוין ביזי פרעגן פארוואס די מיידלעך זענען דארט געוועהן, אינטער די פראגע ליגט אזא היימישע ציפ, און אנדערע ווערטער מיינט ער צו זאגן וואס זיכן בארא פארקער מיידלעך אליינס אין קאליפארניע?, ס׳איז אין אונזער סוב-קאנטשעס צו פרעגן אזעליכע נערישע שאלות אויב מ׳פרעדיגט א גאנצן טאג צניעות און אכשר דרא און אזויווי די מצידות דוד זאגט אויף מנשים באהל תתברך "מנשים באהל" - רצה לומר מפי נשים צדקניות וצנועות היושבות באהל מפי הנשים האלה תבורך ותתקיים הברכה עם שלא אמרה מלאך ה' כקללת מרוז,

איך גלייב אז דעס איז געוועהן זיין כוונה מיטן שרייבן די תגובה און אויב בין איך נישט גערעכט האב איך א טעות, קען זיין! אלע מענטשען האבן blind spots!

שמעקעדיג » דינסטאג אוגוסט 11, 2015 6:26 pm

· #295019
עניית דעתי? פשוט און סימפל. די טייערע מיידלעך ע"ה האבן געדארפט עפעס אפקומען אויף דער וועלט און זיי האבן שוין פולקאם פארענדיגט זייער תיקון, און גייען אצינד געניסן פון זייער לעכטיגע גן עדן וואס ערווארטעט זיי דארט אויבן. זיי האבן מער נישט קיין סיבה זיך צו דרייען אויף דעם עולם השפל וועלכע איז פול מיט פלאגענישן ברוחניות ובגשמיות.
הערטס אויף בלעימען די מענטשהייט פאר יעדע טראגעדיע. לאזט לעבן! (און לאזט שטארבן... )!

געוואלדיג » דינסטאג אוגוסט 11, 2015 7:35 pm

· #295026
כשמעקעדיג, נאר אויך והחי יתן אל לבו, זיינע נישט יענעמס.

samiam » דינסטאג אוגוסט 11, 2015 7:41 pm

· #295028
Re: מען ווייסט שוין?
מען דארף זיך אפלערנען פאר זיך פון אזא מעשה, נישט אויסלערנען פאר אנדערע.