☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » אריבער די וואריזאנא בריק!!!

אריבער די וואריזאנא בריק!!!

23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9425

שבת אחים » מאנטאג אוגוסט 10, 2015 11:41 pm

· #294864
אריבער די וואריזאנא בריק!!!
איך זיץ צו זיך אליין אינמיטן די נאכט
די הערליכע וואונדערליכע נאטור איך באטראכט
ווער קען דען פארשטיין
טראכט איך פארטיפט צו זיך אליין
איך זיץ און וואונדער צו זיך
וואס פאר א שטארקע נחת רוח
פון זיצן ביינאכט אליינס אין פארק
וואס איך האב ליב אזוי שטארק
און באטראכטן א וויילע דעם אלעס ארום
און א הארציגע לידל צו זיך איך ברים
מיט די מוזיק אויף די אויערן
איך פול ממש ווי נייע געבוירן
אויף די מינוט פיל איך נישט קיין פּיין
אלעס איז אזוי גענוי הערליך און שיין
די ביימער די גראז די לעיק
מעגליך אז די נאטור איז איין גרויסע מיסטעיק
צו ס׳איז גאר דער אייבישטער אויף טריט און שריט
למעשה מאכט מיר דאס פילן זייער גיט
אין די יעצטיגע שווערע מינוט
ווען איך וויל פארגעסן פון די אלטע זאכן
איז מיר נישט נוגע ווער טוט די בריאה מאכן
עפעס אין מיר פילט ווי א געשריי
פארגעס פון אלעס און הייב אן פונדאסניי

איך האב גענומען די מיה
נישט געטראכט צופיל וואס איך טוה
א פעסטע החלטה אז כ׳וויל נישט מעהר וואוינען דאָהי
צוקוועטש אין אַ בארא פּארקער הויז ווי א קוה
נישט געמאכט דערפון קיין גרויסער נושא
און טאקע געטוהן, אומר ועושה
געזוכט אין סטעטן איילענד א דירה א גרויסע

און יעצט זיץ איך דא נאך פיר יאהר
און איך קען זאגן פאר יעדעם קלאר
אלע פלאג האט זיך געטוהן לוינען
צו קומען קיין סטעטן איילענד וואוינען
אוי ווי שיין און הערליך דו ביסט
אז איך האב מיך צו דיר פארגלוסט!

נ.ב. די ערשטע שטיקל פאעזיע געשריבן אין מיין לעבן ... !So don't judge me

די קעניג פין אמעריקע » דינסטאג אוגוסט 11, 2015 8:34 am

· #294913
אזוי ווי איך וויל קיינעם נישט ווי טוהן האב איך עס פארמעקט.

שמעקעדיג » דינסטאג אוגוסט 11, 2015 9:12 am

· #294914
שבת אחים
נ.ב. די ערשטע שטיקל פאזיציע געשריבן

עהעם...

ישראל קאפקע » דינסטאג אוגוסט 11, 2015 9:32 am

· #294916
שמעקעדיג
שבת אחים
נ.ב. די ערשטע שטיקל פאזיציע געשריבן

עהעם...


קאמפאזיציע composition

שבת אחים » דינסטאג אוגוסט 11, 2015 10:05 am

· #294923
/

די קעניג פין אמעריקע » דינסטאג אוגוסט 11, 2015 10:10 am

· #294924
רעד נישט איין די עולם אז די וואוינסט אין סטעטן איילענד.

שבת אחים » דינסטאג אוגוסט 11, 2015 10:12 am

· #294925
די קעניג פין אמעריקע
רעד נישט איין די עולם אז די וואוינסט אין סטעטן איילענד.


פארוואס נישט?

שבת אחים » דינסטאג אוגוסט 11, 2015 10:16 am

· #294926
לאמיר זאגן ס׳איז א גראבע ליגענט, וואס גייט דיך עס אן? ווי פונקטליך כאפט עס דיר א נפק״מ צו איך וואוין אין פארטא ריקא צו איך וואוין אין בענגלעדאש????? אז דו הערסט נישט אויף איבערצוקייען די ליגענט אז דו האסט מיך געשיקט א אישי??

וואטעוור יו סעי!

שבת אחים » דינסטאג אוגוסט 11, 2015 10:40 am

· #294932
די קעניג פין אמעריקע
רעד נישט איין די עולם אז די וואוינסט אין סטעטן איילענד.


רעב איד, איך האב בכלל נישט מורא פאר גילו, (חוץ אז איך וויל נישט מצער זיין מיינע עלטערן) איז אלזא טשעק דיין אישי קעסטל איך האב דיר געשיקט מיין עכטע נאמען און מיין פולע אדרעס אין סטעטן איילענד, אויב ווילסטו מיך קומען באזוכן יעצט לאז מיך וויסן אויב/וויאזוי דו האסט ליב דיין קאווע, איך מאך יעצט פיינע פרישע קאווע!

ירא שמים » דינסטאג אוגוסט 11, 2015 10:59 am

· #294937
Re: אריבער די וואריזאנא בריק!!!
איך וויל אויך באקומען .

שבת אחים » דינסטאג אוגוסט 11, 2015 11:01 am

· #294938
ירא שמים
איך וויל אויך באקומען .


איך האב מורא פון דיר, דערמאנסט מיך פון מיין אלטע משגיח 😠

😂

ירא שמים » דינסטאג אוגוסט 11, 2015 11:02 am

· #294940
Re: אריבער די וואריזאנא בריק!!!
איז נישט.

שבת אחים » דינסטאג אוגוסט 11, 2015 11:04 am

· #294941
איך שיק דיר עס גערן, קענסט קומען דא קיין וויזניץ סטעטן איילענד כאפן א שחרית, מ׳שטעלט זיך אין אפאר מינוט, איך האב איבערגעלאזט דעם אויבנאן פאר אזא ירא שמים ווי דו ביסט! ביסט א כהן א לוי ? כ׳דאף וויסן פאר די עליות שטייצעך 😛

שבת אחים » דינסטאג אוגוסט 11, 2015 11:05 am

· #294942
ירא שמים
איך וויל אויך באקומען .


דא האסטו, טשעק דיין אישי

רויטע וואנצעס » דינסטאג אוגוסט 11, 2015 11:12 am

· #294944
נישט זיך שטופן, ס'דא גענוג גילוי קענדיס פאר יעדעם.

גרויסע מענטשעלע » דינסטאג אוגוסט 11, 2015 11:15 am

· #294945
Re: אריבער די וואריזאנא בריק!!!
פארוואס נאר אין אישי ?

שטעל עס ארויס פארן ציבור ממנו ילמדו וכן יעשו

שבת אחים » דינסטאג אוגוסט 11, 2015 11:22 am

· #294946
גרויסע מענטשעלע
פארוואס נאר אין אישי ?

שטעל עס ארויס פארן ציבור ממנו ילמדו וכן יעשו


פארוואס זאל איך ברבים פארשעמען מיין טאטע מיין מאמע מיינע זעקס ברודער און פיר שוועסטער וואס זענען בכלל נישט אזוי proud מיט וואס איך שרייב דא ????

שמעקעדיג » דינסטאג אוגוסט 11, 2015 3:27 pm

· #294988
מי כעמך איזעי, ער דערקלערט זיך אלס אן אט"ד אבער וויל נישט מצער זיין די עלטערן און די געשוויסטער, הוי ווי נעמט מען דעם בארדיטשובער!

קאצקע ציקער » דינסטאג אוגוסט 11, 2015 9:52 pm

· #295047
איך האב מיך טאקע געווינדערט פארוואס דו זאלסט באהאלטן דיין נאמען , נאר היימישע שעמען זיך אבער דו דארפסט נישט האבן א פראבלעם דערמיט, אהער מיטן נאמען אבער שוין 😛

ירח בן יומו » דינסטאג אוגוסט 11, 2015 11:36 pm

· #295069
זעקס ברידער און פיר שוועסטער ,און ביידע עלטערן לעבען, אביסל אויפגעקלערט, אהא, ווייס איך שוין פון וועם מ'רעדט.

געוואלדיג » דינסטאג אוגוסט 11, 2015 11:54 pm

· #295073
נע, ער האט פארגעסן צו צולייגן, "נאמען געהיטן ביי די רעדאקציע".

ברסלבער » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:04 am

· #295075
זייער גוט געזאגט, שבת אחים. הלואי אויף מיר געוואונטשן.
ס'גרינג צו רעדן, אבער שווער צו טון. ווי האט יענער געזאגט "ס'גרינג צו רעדן, און דערפאר רעד איך"...

שבת אחים » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 1:58 am

· #295093
ירח בן יומו
זעקס ברידער און פיר שוועסטער ,און ביידע עלטערן לעבען, אביסל אויפגעקלערט, אהא, ווייס איך שוין פון וועם מ'רעדט.


אביסל אויפגעקעלערט??? המממ...