☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » אשכול אן א טיטל #9421

אשכול אן א טיטל #9421

23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9421

— » מאנטאג אוגוסט 10, 2015 11:37 am

· #294755

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 10, 2015 12:15 pm

· #294760
אנאנים: ייש"כ. דו האסט עס אזוי גוט אראפגעלייגט, אז כ'האב מורא אז דער אריגינאלער ר' זריל מדבר מתוך גרונך... 😂
אויב אזוי. האביך דיך צופרעגן א שאלה...ווער, פונקטליך האט

שבת אחים » מאנטאג אוגוסט 10, 2015 2:10 pm

· #294771
אין יעדע געזעלשאפט אדער חסידות אויב בינדעט מען אלעס צו איין מענטש און ער ווערט ממש גאט במלוא מובן המילה איז עס צו ערווארטן אז ווען ער וועט שטארבן זאלן די מענטשען מיינען אז ס׳איז אויס וועלט! אין וויזניץ איז גארנישט געוועהן אנדערש ביי די אמרי חיים זצוק״ל לוי׳, אידן האבן גע׳חלשט אין גרויסן, פרעג נאר דעם תולדות אברהם יצחק רבי ער האט גע׳חלשט אפאר מאל ביי די לוי׳ און ער פאסט נאך היינט יעדען פרייטיג ווייל דער א״ח איז אוועק פרייטיג. און די זעלבע זאך איז איבעראל, סאטמאר איז געוועהן אפשר אביסל שטערקער ווייל ער האט נישט געהאט קיין קינדער און א געהריגע יורש.

בד״וו איך בין אויך געוועהן ביי סאטמארער רב׳ס לוי׳, איך געדענק פארשטייט זיך גארנישט, ווייל איך בין געוועהן גאר א קליין קינד, מיין מאמע איז דעמאלסט געוועהן ביי א באזוך ביי אירע עלטערן אין ארץ ישראל און מיין טאטע האט נישט געקענט טרעפן א בעביסיטער אין וויליאמסבורג, ער האט זייער שטארק געוואלט גיין צו די לוי׳ פון זיין רבינ׳ס רבי (ר׳ מאטעלע זז״ג איז א תלמיד און א געשוואוירנע חסיד פון סאקמאר רב) האט ער מיך מיט געשלעפט קיין מאנרא, אזוי פארציילט ער,

למעשה קען מען דעס נישט דיפאזיטן אין די באנק וועל איך טאקע יעצט מוזן גיין ווייטער ארבעטן. 😉

יואב » מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:45 pm

· #294807
אשפגתי עד למאוד.

שמערל » מאנטאג אוגוסט 10, 2015 6:56 pm

· #294821
אך וואס ווייסן די היינטיגע אינגעלייט, דער רבי זיכרוינעלבראכע איז נאר געפארן קיין שעראן ספרינגס אין די געזונטע יארן, ווען זריעל מיט מאיר דייטשן האבן נאכנישט משמש געווען.
איי ס'איז אויס וועלט

יעקב מענטש » דינסטאג אוגוסט 11, 2015 5:03 pm

· #295007
זריעל ס'איז צוקער זיס, נאר א שאד איך וועל נישט האבן אזוינע דראמאטישע מעשיות צו פארציילן פאר מיינע קינדער אין 36 יאר פון איצט,

ברסלבער » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:01 am

· #295074
זייער גוט אראפגעלייגט, אנאנים. ממש דברים כהוויתן.
איך בין געווען היינט ביים ציון אין קר"י. מיין געשמאק ביים ציון איז צו שטיין צווישן אזויפיל טויזנטער אידן וואס גיסן זיך אויס זייער פעקל צרות פאר'ן אייבערשטן. עס רעדט זיך גאר אנדערש צום אייבערשטן, ווען מען איז ארומגענומען מיט אזא סביבה.
אויפ'ן וועג אהיים האב איך געגעבן א היטש פאר א איד אשר ידע את יוסף, און קומענדיג אין שטיבל זע איך זיינע ווערטער מער ווייניגער אפגעשריבן אין דעם אשכול.
עס איז ממש אזוי. די אידן האבן זיך נאכנישט געטרייסט. אדער איז עס ווי יענער האט געזאגט "ער האט נישט קיין קשיות, ער האט תירוצים". אז דער רבי ז"ל איז שוין נישטא, און עס איז מער גארנישט דא היינט, אזא שוואכער דור, נו, וואס קען מען שוין פארלאנגען? ברויך מען טאקע גארנישט טון מער.

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 6:43 am

· #295099
ברסלבער
מיין געשמאק ביים ציון איז צו שטיין צווישן אזויפיל טויזנטער אידן וואס גיסן זיך אויס זייער פעקל צרות פאר'ן אייבערשטן. עס רעדט זיך גאר אנדערש צום אייבערשטן, ווען מען איז ארומגענומען מיט אזא סביבה.

א ברסלבער? דאס איז דאך א סתירה מיט התבודדות....

דולה ומשקה » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 10:52 am

· #295119
פאר איינער וואס האט געזאגט (אזא גראבא שקר בפני אלפים בישראל) "דא שטייט פאר אייך א איד, וואס דער רבי איז אויסגעגאנגען אין זיין האנט..."
דער קען זאגען "...ס'איז אויס וועלט, ס'איז שוין נישט דא קיין וועלט..."

ליפא » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:06 am

· #295128
📎 rps20150812_110538.jpg

ברסלבער » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 1:29 pm

· #295159
שמעקעדיג
ברסלבער
מיין געשמאק ביים ציון איז צו שטיין צווישן אזויפיל טויזנטער אידן וואס גיסן זיך אויס זייער פעקל צרות פאר'ן אייבערשטן. עס רעדט זיך גאר אנדערש צום אייבערשטן, ווען מען איז ארומגענומען מיט אזא סביבה.

א ברסלבער? דאס איז דאך א סתירה מיט התבודדות....

חיי מוהר"ן סימן רמ"א: שָׁמַעְתִּי בִּשְׁמוֹ שֶׁאָמַר מָתַי יֵשׁ לִי הִתְבּוֹדְדוּת וְאָמַר שֶׁבְּשָׁעָה שֶׁכָּל הָעוֹלָם עוֹמְדִים סְבִיבָיו וְהוּא יוֹשֵׁב בְּתוֹכָם אָז יֵשׁ לוֹ הִתְבּוֹדְדוּת.

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 1:34 pm

· #295162
קומט אויס אז די אלע וועלדער-קריכער האבן עס פשוט ראנג..???
אדער הא לן והא להו, וירא שמים יוצא ידי שניהם וכו'.

ברסלבער » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 1:42 pm

· #295167
דאס איז באמת א לענגערע שמועס. דאכט זיך אז איך האב שוין געשריבן דערוועגן ערגעץ אין שטיבל. די נקודה איז ‏אז רבי נחמנ'ס הויפט זאך איז געווען אז מען זאל רעדן צום אייבערשטן, וואס, ווי אזוי און וואו מען קען נאר. ער ‏האט גערעדט און געשריבן פון דעם דאס מערסטע. ער האט געזאגט אז דאס איז די גרעסטע זאך וואס א איד קען נאר ‏טון, און דאס וועט ברענגען א איד צו די גרעסטע מדריגות. ער שרייבט אויך אין ליק"מ אז עס איז דא אן ענין צו גיין ‏אין א פארשטופטע פלאץ אין וואלד, אויף א פלאץ וואו קיינער דרייט זיך נישט דארט אפילו בייטאג, און דארט רעדן ‏צום אייבערשטן. דאס איז אבער נישט די נקודה פון התבודדות, נאר דאס איז אויך זייער א גוטע זאך.‏
יעצט ווען א מענטש וויל טאקע מאכן התבודדות קען ער עס טון ווי אזוי ער וויל. ווען איינער וויל אבער ‏ארויסשטארן מיט דעם, איז אים נישט גענוג צו רעדן צום אייבערשטן ביי זיך אינדערהיים, אין קאר אדער אין שול. ‏מוז ער מאכן א מצב דערפון.‏
דאס וואס עס איז עדוועטייזט אז עס פארט א ווען דאנערשטאג נאכט אין וואלד צו מאכן התבודדות איז סתם א ‏ליצנות. ווייל ווען איינער וויל טאקע דאס מקיים זיין, דארף עס טון אליין, און נישט אז אנדערע זאלן דאס מיטהאלטן, ‏ווייל אויב יא איז דאס גאר ווייט פון אמת, און די גאנצע זאך איז שוין נישט אינטערעסאנט. קרוב ה' לכל קוראיו לכל ‏אשר יקראוהו "באמת".‏

berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 1:49 pm

· #295169
שמעקעדיג
ברסלבער
מיין געשמאק ביים ציון איז צו שטיין צווישן אזויפיל טויזנטער אידן וואס גיסן זיך אויס זייער פעקל צרות פאר'ן אייבערשטן. עס רעדט זיך גאר אנדערש צום אייבערשטן, ווען מען איז ארומגענומען מיט אזא סביבה.

א ברסלבער? דאס איז דאך א סתירה מיט התבודדות....

ניין: מ'זאגט נאך בשם צדיקי אמת, מגדולי החסידות אז די קונץ איז אז א מענטש זאלל קענען האבן התבודדות אין א שטוב פול מיט מענטשן...!

שעפטל » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 2:11 pm

· #295174
צוריק צום נושא...

עס איז געוואלדיג ארויסגעברענגט געווארן. איך בין גראדע מחולק מיט אפאר פון דא אז די אידן האבן פשוט קיינמאל נישט רעקאווערט. זיי האבן קוים געהאט פון וואס צו ריקאווערן, זיי האבן פלעין אויסגעניצט יענע מינוט פאר אייגענע הנאות אויף די שפעטערע יארן...

יא, ס'איז אמת אז ס'איז געווען א ווייטאג יענעם ביטערן זינטאג, איך וואלט עס אפשר אפילו אדורך געלאזט אז מ'זאל עס רופן "שאק", טראץ דעם וואס די רבי איז נישט געזינט געווען 11 1/2 יאר, האבן זייי טאקע נישט געטראכט אז דער יום המר והנמהר גייט איין טאג אנקומען? פון די אנדערע זייט, ניין! זיי האבן אפשר געוויסט אז ס'גייט זיין, אבער נישט אריינגעטראכט דערין (חוץ די פאר לצים, און שטוב מענטשן וואס האבן שוין געוועבט זייערע פלענער פון יענע שבת שקלים תש-כח...) און האבן נישט געוואלט טראכטן וואס ס'גייט זיין.

אבער ממש אז מ'האט געמיינט אז דאס איז עס?? דאס איז איבערגעטריבן! ס'איז פשוט א מענטעלעטי וואס מענטשן האבן, און אסאך מאל גרופעסווייז איז עס מער אינטערסאנטער צו קענען מאכן א מצב פון א זאך וואס יענער קען נישט.

קיינער פון די אידן וואס זענען געווען ביום כוא"ב אין קרית יואל וואלטן דיר נישט איבערגעשריבן זיין הויז אויף דיין נאמען, ווייל די וועלט גייט סייווי אונטער... יעדער מיט א ביזנעס האט געוויסט יענעם זינטאג פונקטליך וויפיל און וואספארא סחורה עס דארף געשיקט ווערן מאנטאג צופרי נאכן "זין אויפשיין"... יא ס'איז געווען ביטער, ס'האט געהערשט א צוקלאפעניש, א צומישעניש, א פארלוירענקייט, אבער מער אין אזא געפיל פון וואס גייט "דא" זיין ווייטער, און "דא" מיין איך מיטן קהילה, מוסדות, ווען איך וועל האבן א צרה ביי וועם וועל איך מיך קוויטלן??, דעצאול, נישט איבער סתם טאג טעגליכן לעבן!

די גרעסטע ראי' דערצו איז, אז רוב מענטשן פון אונטער די 60 ביז די 36 געדענקן שוין נישט דעם רבי'ן אין די געזינטע יארן. אבער ס'איז א נארמאלע זאך צו הערן א איד וואס איז 55 יאר, וואס איז ביים סטראוק אלט געווען 3 יאר, זאל קרעכצן, איי וואס ווייסט דער יוגענט..? ער איז אלט געווען קנאפע 18-19 יאר ביים הסתלקות, געזעהן דעם רבי'ן ממש געציילטע מאל יעדעס יאר, געהערט אפשר אפאר תורות אויך נישט קלאר, אבער פארקויפט אז די רבי איז אים געווען ממש א טאטע...

נאר וואס דען??? ס'איז א ספארט ווי אלע ספארטס צו קענען רייטן אויף די יוגענט און זיי קענען זאגן "הייסט דאך שוין יואלי, איי וואס ווייסט עטץ??"

ס'איז בכלל נישט אויסוועלט געווען, ס'איז געווען (אויב עפעס) א שווערע צייט אין די וועלט! די אידן האבן געטראפן א גוטע סיבה אויף וואס צו זיין דיפרעסט. דעציט

שעפטל » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 5:13 pm

· #295274
ויש חולקים

יעקב מענטש » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 2:37 pm

· #296959
איך מיין אז די ריכטיגע סיבה פארוואס די אויסוועלטניקס זענען אויסוועלטניקס איז, ווייל אין יענע צייט האבן די סאטמערע חסידים 'געלעבט' מיט רבי'ן זי"ע אויף אזא אופן וואס מ'זעהט נישט היינט, -אדער מ'זעהט גאר ווייניג-.

אוודאי איז היינט אויך דא חסידים וואס האלטן עולמות פון זייער רבי'ן און זענען הייסע אנהענגער, און פארפאסן נישט קיין טיש, נעילת החג, שריפת חמץ, מים שלנו, קראמפאמפעל, וכו', אבער לויט ווי איך פארשטיי, איז עס געווען פי כמה ביים רבי'ן, משום כמה סיבות:
1) דער רבי איז געווען 'יוניווערסעלי' אקצעפטירט אלץ צדיק וקדוש, ביי זיינע חסידים און קעגנער צוגלייך, (אפי' א הייסע חסיד פון א היינטיגע רבי פארשטייט אז רוב וועלט האלט נישט אזוי ווי ער פון זיין רבי, און אויב ווייסט ער נישט, קען ער קומען דא אויף ק"ש, און קליקן אויף זיין רבי'ס אשכול...)
2) ער איז געווען נישט נאר פון די עלטערע רבנים פונעם דור, נאר אויך א רבי וואס איז שוין געווען א פאוערהאוז נאך אינדערהיים, א זוהן פון קדושת יום טוב, בקיצור נישט סתם א האלאקאוסט סורווייווער ערליכע יוד, פון וואס ס'איז געווען מערערע דעמאלטס,
3) די דעמאלטסדיגע שארית הפליטה יודן האבן באמת גארנישט געהאט, ווער ס'איז געווען מזלדיג, האט געהאט א ברודער, אדער א קאזין, און רוב האבן מן הסתם דאס אויך נישט פארמאגט, וואס האט פארשטעקערט דעם קשר פון רבין מיט זיינע תלמידים, און דאס איז איבער געגאנגען צום נעקסטן דור,

אלץ רעזולטאט, איז דער רבי געווארן דער פוסק ראשון ואחרון ואמצעי, פון אלע שאלות וואס קען זיך נאר מאכן, פון א שאלה צו מ'זאל אפלאזן א שידוך ביז צו מ'זל נעמן טיילענאל ווס. עדווייל ווען מ'האט קאפ ווייטאג,

במילא קען איך פארשטיין די 'אויסוועלט' מענטאליטי,

קאסטנער » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 2:43 pm

· #296960
בעלזא האט גלייב איך אויך געהאלטן אז עס איז אויס וועלט ביי זייער רבין אין די זעלבע אין טאהש אין אין א יעדע פלאץ ווי די רבי פארנעמט די אינמיטן האבן האלטן די אמתע חסידים אזוי געזאגטערהייט צי נישט,
די חילוק פין א סאטמערע אין א צווייטן איז אז אלס סאטמערער ווייסטו ניטאמאל אז עס איז דא איינער וואס האלט אז די וועלט גייט אן געהעריג,
בסך הכל לעבט ער אין געניג א גרויסע קבוצה וואס ביי אים איז דעס די ראשון אמצעי אין אחרון פין די וועלט.

שמעון וואלף » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 3:05 pm

· #296974
בעלזער רב ז"ל איז געווען זייער פארמאכט נאכ'ן קריג און כמעט קיינער האט נישט געהאט קיין גאר נאנטע שייכות מיט אים. ס'איז טאקע געווען א ריזיגע פארלוסט פאר זיינע חסידים ווען ער איז אוועק אבער אינו דומה צו סאטמאר רב וואס איז געווען אינוואלווד אין יעדע קליינע דעטאל פונ'ם טאג טעגליכע לעבן.

mevakesh » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 3:09 pm

· #296977
איך קען א חשובער גערער יוד וואס האט געהאט א נערווען צוזאמבראך ווען דער בית ישראל איז אוועק

Sent from my DROID Pro using Tapatalk 2

שעפטל » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 3:52 pm

· #296989
איך קען עטליכע סאטמארע אידן וואס עקטן ווי זיי האבן געהאט א נערווען צוזאמבראך זינט די רבי זיכרוינעליווראכע איז אוועק

רוסישער » פרייטאג אוגוסט 21, 2015 9:13 am

· #297118
ברסלבער
שמעקעדיג
ברסלבער
מיין געשמאק ביים ציון איז צו שטיין צווישן אזויפיל טויזנטער אידן וואס גיסן זיך אויס זייער פעקל צרות פאר'ן אייבערשטן. עס רעדט זיך גאר אנדערש צום אייבערשטן, ווען מען איז ארומגענומען מיט אזא סביבה.

א ברסלבער? דאס איז דאך א סתירה מיט התבודדות....

חיי מוהר"ן סימן רמ"א: שָׁמַעְתִּי בִּשְׁמוֹ שֶׁאָמַר מָתַי יֵשׁ לִי הִתְבּוֹדְדוּת וְאָמַר שֶׁבְּשָׁעָה שֶׁכָּל הָעוֹלָם עוֹמְדִים סְבִיבָיו וְהוּא יוֹשֵׁב בְּתוֹכָם אָז יֵשׁ לוֹ הִתְבּוֹדְדוּת.

ס'דא אזא ווארט:
דרך הבעש"ט איז צו ריידין שווייגענדיק, פאסטין ביים שיסעל יאך, מאכן גלגול שלג אונטער די דאכענע, התבודדות צווישן מענטשין, טאנצן זיצענדיג'

קאווע טרינקער » זונטאג אוגוסט 23, 2015 9:19 am

· #297279
שמעון וואלף
בעלזער רב ז"ל איז געווען זייער פארמאכט נאכ'ן קריג און כמעט קיינער האט נישט געהאט קיין גאר נאנטע שייכות מיט אים. ס'איז טאקע געווען א ריזיגע פארלוסט פאר זיינע חסידים ווען ער איז אוועק אבער אינו דומה צו סאטמאר רב וואס איז געווען אינוואלווד אין יעדע קליינע דעטאל פונ'ם טאג טעגליכע לעבן.

שטותים און ליגנעט. אויף ביידע הנחות.