☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #942

אשכול אן א טיטל #942

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #942

— » מאנטאג יוני 25, 2012 1:04 am

· #19737

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

outspoken » מאנטאג יוני 25, 2012 7:55 am

· #19744
גערעט מיט אן אמעריקאנער איד וואס איז איצט אין א''י, זאגט ע,ר אז ער האט נאך אזא זאך געזען, 4.30 פארטאגס זאלען שוין זיין הונדריטע פרויען מיט קערידזשעס מיט פיצלעך קינדער.

איחוד פעלד » מאנטאג יוני 25, 2012 8:05 am

· #19745
ווייסט איינער וואס איז פשט מאכען פארטאגס?
ווען מען מאכט דא אן עצרת פארטאגס איז נישטא קיין מנין!

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

דבילה » מאנטאג יוני 25, 2012 10:16 am

· #19754
די שגעון פון די ישראל'ישע חרד'ישע אידנטום וואקסט וואס א טאג גרעסער! נעכטן איז די אם המרעיבה געווען דער גרעסטע דראונג פאר כלל ישראל, אייערנעכטן עפעס אנדערש און מארגן עפעס אזוינס וואס דו האסט ניטאמאל געקענט אליין חלומ'ן!

די צד השוה שבהן איז אז דער אידישע געמיינדע האט לפחות איינמאל א וואך א פרישע דראונג אויף איר עקזיסטענץ! און די גרעסטע חידוש פון דעם אלעם איז אז זי עקזיסטירט שוין איינמאל און בליהט אויף א פארנעם וואס איז נאכנישט געווען מימות שלמה!

יעצט א פראגע צו מיינע חשוב'ע קאווע טרינקער פריינט, וועלכע קלערט איר איז דער אמת! איז דאס דער והיא שעמדה וואס איז פשוט לעצטענס פארנומען וועכענטליך אנשטאט דעם אמאליגן שבכל דור ודור, אדער רעדן מיר פון א קאלעקטיוון פסקיזאפרעניק מחלה וואס האט זיך אריין געכאפט דורך א באקסיל אין די ירושלימ'דיקער וואסער בורות!

טעפל » מאנטאג יוני 25, 2012 10:22 am

· #19755
ר' דבילה קודם כל יא, לעצטענס איז די פרייע גאס שטארק פארנומען מיט די פרומע אבער ביסט גערעכט פון דא ביז מאכען אזאלעכע געוואלדעס ווען די ווייסט אליינס אז קיין איין בחור גייט נישט גיין אין מיליטער געצווינגענהייט!!!

פיינע קאווע » דינסטאג יוני 26, 2012 5:07 pm

· #20172
די ווידיאו פון די עצרת איז זייער התעוררות'דיג, מען זעהט אינגווארג פון לאו דוקא חסידים. לא אלמן ישראל. דער אייבערשטער זאל האלטן די רעכטע האנט
דער תירוץ אז מען קען זיך למעשה ארויס דרייען איז נישט גילטיג דא ווייל אז זיי זוכען און שטעלן צו נחל חרדי וכדומה וועלן זיך שוואכע היימישע בחורים אהין שארן,די רייץ צו גיין אין מיליטער וועט זיך פארשטארקן

איחוד פעלד » דינסטאג יוני 26, 2012 10:54 pm

· #20218
ווען אני הקטן האב זיך געדרייט אין ארץ ישראל, האבען די בחורים זיך שטארק אנגערעדט אויף דעם וואס מען גייט נישט אין מיליטער, זיי פלעגען זאגען, ווען יעדער זאל גיין, וואלט מען נישט געהאט קיין שום נסיונות אין אידישקייט אין מיליטער, און מען וואלט געקענט אנדינען די יארען און נאכדעם ארבעטען ווי א נארמאלער מענטש.

פיינע קאווע » דינסטאג יוני 26, 2012 11:02 pm

· #20220
מהסתם האסטו דיך געדרייט מיט יענע חברה, ביינונז אין ישיבה אין ארץ ישראל האט קיינער נישט אזוי גערעדט.

משכיל » מיטוואך יוני 27, 2012 2:20 am

· #20274
וואס איז די לאגיק פון זיין א שיינער חלק פון א לאנד און מען פארלאנגט אז די פרייע רעגירונג זאל זיך צושטעלן צו די פרומע מיט אלע זייערע פארלאנגען, ווי אזוי און ווי לאנג קען דאס אויסהאלטן?

פיינע קאווע » מיטוואך יוני 27, 2012 8:07 pm

· #20443
פון מיינעט וועגן זאלן זיי נישט אויסהאלטן. אזויווי דער סאטמארער רבי זי"ע האט פאראויס געזאגט אז משיח קען נישט קומען ווילאנג די מדינה הטמאה שטייט.
פארשטייט זיך דורך משיח צדקינו, נישט ח"ו דורך אראבער אדער אנדערע אידן פיינט.

לעמיל » דאנערשטאג יוני 28, 2012 9:02 am

· #20556
[ציטאט אראפגענומען]

אבער הרב אלישיב נאנטע מענטש הרב אויערבאך איז יא געוועין דארט