☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » למעשה ווערען א חכם: פיוטים סליחות קינות און דאס גלייכען

למעשה ווערען א חכם: פיוטים סליחות קינות און דאס גלייכען

53 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9419
בלאט: 1 2

אגרות צפון » מיטוואך יוני 12, 2019 12:59 pm

· #431862
לכבוד שבועות האב איך זיך איינגעהאנדלט א גולדשמידט מחזור, וועל איך פרובירן מיטצוטיילן מיט די עולם אביסל פון די אוצרות וואס איז דא דארט.

שבועות איז דא גרויסע מערכות פון יוצר, און יעדע שטיקל איז באזונדער אינטערעסאנט.
קודם ביי ברכות קריאת שמע איז דא א מערכת יוצר פון רבי שמעון הגדול, עס גייט אויף די פסוקים אין משלי ח ה` קנני ראשית דרכו, ד.ה. די ערשטע בית ענדיגט זיך ה` קנני די צווייטע ראשית דרכו די דריטע קדם מפעליו מאז אאו"ו, ביז די פסוק ועתה בנים שמעו לי ואשרי דרכי ישמורו, און מען זאגט המאיר לארץ ביז מלוא כל הארץ כבודו.
די אופן גייט אויף די פסוק ועתה בנים שמעו לי ד.ה. עס הייבט זיך אן ועתה בנים שירו למלך (יא די ניגון קומט פון דא) און אזוי די גאנצע פסוק.
די זולת (פאר עזרת) הייבט זיך אן יעדע בית מיט די עשרת הדיברות, און עס ענדיגט זיך מיט די המשך הפסוקים פון שמעו מוסר וחכמו ביז חצבה עמודיה שבעה.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יוני 12, 2019 3:24 pm

· #431870
Re: למעשה ווערען א חכם: פיוטים סליחות קינות און דאס גלייכען
די אלע פיוטים זענען אין די אלגעמיינע מחזור אויך.

אבער אז מ׳רעדט פון גאלדשמידט און שבועות, וועל איך עפעס פארציילען.
איך האב געזען אין דער ספר המנהגות (געדרוקט אין די בעק פון דער מחזור כלבו וואס איך נוץ, און דערמאנט אףט אין דער רמ"א) אז ביים ליינען שבועות פאר די פיפטע דיבור, זאל מען זאגען די פיוט ׳אמר יצחק לאברהם אביו׳. בין איך געגאנגען זוכען דער פיוט. ענדליך האב איך עס געטראפען אין מחזור ויטרי, ווי ער האט א פיוט׳ל פאר יעדער דיבור.גאלדשמידט האט דוכט זיך מער ווי איינס. די פיוט איז וועגען דער כיבוד אב פון יצחק אבינו בשעת די עקידה.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

גדליה » מיטוואך יוני 12, 2019 7:21 pm

· #431877
אז דו רעדסט שוין פון עקידת יצחק
ס'ליגט מיר אין קאפ עפעס א שטיקל אין די פיוטים וועגן עקידת יצחק וואס מ'האט צענזורירט
דאכט זיך יעדער פון די אבות זאגט דארט פארוואס ער איז נישט ראוי צו מקבל זיין די תורה, אדער עפעס אזוי
בלאט: 1 2