☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » א פראגע וועגן מציצה-בפה

א פראגע וועגן מציצה-בפה

36 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9418

שלום בערגער » מאנטאג אוגוסט 10, 2015 7:00 am

· #294738
א פראגע וועגן מציצה-בפה
א גוטן,

איך פארש אן ארטיקל וועגן מציצה-בפה און פאר וואס מע האלט פון דעם מינהג. כ'וויל בפירוש שרייבן מיט א פאזיטיוון צוגאנג און אן אפענעם מוח. כ'וואלט געוואלט רעדן מיט בעלי-בתים, מאמעס, מוהלים, רבנים ועגן דעם - פאר וואס זיי האלט מצ"פ פאר וויכטיק און ווי אזוי זיי פארשטייען דעם באלאנץ צווישן דער ריזיקע צום קינד און די מעלות פון מינהג. כ'בין גרייט צו רעדן מיט יעדן "אפ דע רעקארד" אויב נייטיק.

א דאנק פארויס.

שלום בערגער

די קעניג פין אמעריקע » מאנטאג אוגוסט 10, 2015 8:35 am

· #294743
די גייסט יעצט אנדעקען אמעריקע? מ׳האט דאס שוין דארעך גאקערט וואס מיינסטו די גייסט צו לייגען דא

יהושע חיים » מאנטאג אוגוסט 10, 2015 8:52 am

· #294745
Re: א פראגע וועגן מציצה-בפה
עס איז געווען משכילים וואס האבן געוואלט אויסרייסן די תורה זיי האבן אנגעהויבן ביי מציצה בפה און מען האט שטארק לוחם געווען ביים אנהייב איז געבליבן די שארפע לשונות איבער נישט משנה זיין מציצה בפה אבער אזוי גייט דער וועלט אז אפילו מען האט נישט מיט קיין משכילים איז געבליבן דער הארבקייט (כעין דיקדוק וואס מען לערנט נישט ווייל אמאליגע משכילים האבן געקאכט דערין איי עס איז שוין נישט דא פון די סארט?וצ"ע ומצוה לישב)
על כן איז נישט דא מיט וועם צו רעדן ווייל דער איסור איז נישט געבויט אויף עפעס אזא שטארקע יסוד (אזוי ווי אספלנות וואס מען טיהט נישט היינט) איז ווען עס איז נישט דא קיין לאגיק קענסטו רעדן צום וואנט

Sent from my LG-P659 using Tapatalk

די קעניג פין אמעריקע » מאנטאג אוגוסט 10, 2015 10:18 am

· #294752
מ׳קען שוין אפי נישט סערטשען מציצה בפה אין קאווע שטיבל. ווייל סקומט ארויף צופיעל מאל.

די קעניג פין אמעריקע » מאנטאג אוגוסט 10, 2015 10:43 am

· #294753
הרב בערגער. איך הייב אויף מיין היטל פאר דיר. איך האב נישט געוואוסט ווער איר זענט. געמיינט האב איך אז איינער וויל איבער גראבען א געגראבענער סאבדשעקט. איך בעט איבער פארן אוועק מאכען.

שלום בערגער » מאנטאג אוגוסט 10, 2015 2:23 pm

· #294776
א דאנק און נאך...
@אנאנים א דאנק, דאס אלץ איז זייער פרטימדיק און בייהילפיק. נאר (אויב איך מעג) ס'איז א ביסל צו למדניש פאר מיינע (קומעדיקע) לייענערס. מיט איין ווארט - מיך אינטערעסירט פאר וואס *א געוויסע מענטש* (טאטע, מאמע, וכ') פאלגט מב"פ. צו"ב - איר זייט א פאטער? איר האט געמאכט מב"פ וועט מע האט געמלעט אייערע? אויב יא, איז דאס געווען א באוואוסטזיניקער באשלוס צי מער עפעס וואס "פירט זיך" אזוי און מע דארף אין דעם ניט צו פיל אריינחקרענען?

אפטעמיסט » מאנטאג אוגוסט 10, 2015 6:17 pm

· #294811
ביפאר די גאנצע שערוריה פון מציצה בפה האבן 90 פראצענט חרדי'שע עלטערן מסתם בכלל נישט געוואוסט אז ביי א ברית איז דא אזא פראצעדור וואס הייסט מציצה בפה. חרדים, ווען עס קומט צו הלכה, אדער מסורה — בעסער געזאגט, פרעגן נישט קיין שאלות און טוען זאכן בלינדערהייט.
היינט צוטאגס, צוליב די גאנצע מערכה, ווייסט יעדער חדר יונגל וואס דאס איז מציצה בפה, אבער ס'פאלט קיינעם נישט איין אין ווילדסטן חלום נישט צו מאכן מציצה בפה. כ'גלייב נישט ס'איז פארהאן א חרדי'שער מוהל וואס וועט מסכים זיין צו מאכן א ברית אן מציצה בפה, און ס'איז נישט איבערגעטריבן קיין הוא זה צו זאגן אז ס'איז נישט דא קיין איין איינציגער, אפילו איין חרדי'שער (עכ"פ חסיד'שער) איד וואס מאכט מציצה בכלי

חרדים רעכענען זיך נישט מיט וויסנשאפט און פרעגן נישט קיין שאלות; זיכער נישט פון מאדערענע אידן און אפילו נישט פון דאקטורים. ופשוט הוא.

מאטי » מאנטאג אוגוסט 10, 2015 6:25 pm

· #294814
ס'נישט אז מ'רעכנט זיך נישט מיט וויסנשאפט, ס'איז פשוט נישט מעגליך אן אויסוואל פון א ברית אנע מציצה, ווייל וואס וועט די ווייב/ טאטע/זיידע/שווער/שוויגער/רבי/חברים זאגן און וואו וועט מען מאכן דעם ברית, וועלכע שול, אינדערהיים איז נישט פראקטיש. דערנאך וועט דער רך הנימול פאר'פגומ'ט ווערן אלס דער אי-מציצה'דיג קינד נעבעך, און טאמער וועט ער ח"ו טאטשן אנדערע וועלן זיי שרייען; "זעט עטס וואס געשעט ווען מ'שפילט זיך מיט האקעלע ענינים. בקיצור ס'איז פשוט פראקטישער צו מוצץ זיין ושלום על ישראל.

הקטן » דינסטאג אוגוסט 11, 2015 11:23 pm

· #295062
@מאטי - אויב דאס איז דער מהלך, איז דאס זייער סעלפאיש

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 10:08 am

· #297975
דער תורה בליק איז אנדעריש ווי די אלגעמיינע וויסענשאפטליכע בליק. ווען ס'שטייט ונשמרתם מאד לנפשותיכם מיינט עס אפילו א קליינע צד סכנה דארף מען זיך היטען. אבער דאס איז באגרעניצט מיט כללי התורה. איינער פון די כללים איז שומר פתאים ה', אז א מענטש טוט וואס אסאך נארמאלע מענטשען ארום טוהן, און מ'הערט נישט קיין שלעכץ, דארף ער נישט חושד זיין אז פונקט ביי איהם וועט זיך עפעס פאסירען. דעריבער ווען איינער זעט אז אלע היימישע קינדער האבען מציצה בפה, און כמעט וואס מ'הערט נישט קיין צרות, און אפילו די מוהלים וואס מ'האט שוין באשולדיגט מיט הערפע"ס, מאכען נאך אלס ברית'ן לרוב און כמעט ואס מ'הערט נישט קיין צרות, האלט מען אז דאס איז נישט קיין סכנה, און דער אויבישטער האט געזאגט ער היט. איי, ס'מאכט זיך אז מ'שטארבט, לעתים נדירות? פאר אזעלכע זאכען קען מען קיינמאל נישט וויסען און דער תורה הייסט נישט זיך זארגען. דעריבער מאכט מען זיך נישט צו טוהן וועגען די אלע מעשה'ס וואס מ'איז מפרסם.

לית דין בר נש » דינסטאג נאוועמבער 24, 2015 3:57 pm

· #310181
איך זעה אז @די קעניג פין אמעריקע האט אים גיגעבן א פרייוועט אינערוויו. כל הכבוד

הויזן טראגער » דינסטאג נאוועמבער 24, 2015 7:07 pm

· #310197
Re: א פראגע וועגן מציצה-בפה
שלום בערגער
@אנאנים א דאנק, דאס אלץ איז זייער פרטימדיק און בייהילפיק. נאר (אויב איך מעג) ס'איז א ביסל צו למדניש פאר מיינע (קומעדיקע) לייענערס. מיט איין ווארט - מיך אינטערעסירט פאר וואס *א געוויסע מענטש* (טאטע, מאמע, וכ') פאלגט מב"פ. צו"ב - איר זייט א פאטער? איר האט געמאכט מב"פ וועט מע האט געמלעט אייערע? אויב יא, איז דאס געווען א באוואוסטזיניקער באשלוס צי מער עפעס וואס "פירט זיך" אזוי און מע דארף אין דעם ניט צו פיל אריינחקרענען?

איך בין א טאטע וואס האט געמאכט א ברית פאר מיין זון, אזוי ווי איך קען נישט אליין מל זיין, האב איך גערופן א מוהל מומחה וואס איז שוין אין די ליין איבער 30 יאר (גראדע איז ער אויך געווען מיין מוהל) אין ער האט מיר נאר געפרעגט ווען אין ווי די ברית איז אין נישט וואס ער זאל טון איך האב אפילו נישט געקוקט וואס ער האט דארט געטון.

ירא שמים » דינסטאג נאוועמבער 24, 2015 7:13 pm

· #310198
א פראגע וועגן מציצה-בפה
זאג פאר דיינע ליינערס אז זיי זאלן קודם אויפהערן צו רייכערן און אויפהערן צו עסן נישט געזונט און שפעטער זאלן זיי קומען זיך זארגן וועגן אונזערע קינדער.
ב. וואס מאכסטו משוגע פשוטע פרויען וועגן מילה וואס זיי ווייסען נישט אין דעם בין ימינם לשמאלם, אנשטאט רעדן מיט מוהלים און רבנים?

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג נאוועמבער 24, 2015 7:30 pm

· #310199
Re: א פראגע וועגן מציצה-בפה
ירא שמים
זאג פאר דיינע ליינערס אז זיי זאלן קודם אויפהערן צו רייכערן און אויפהערן צו עסן נישט געזונט און שפעטער זאלן זיי קומען זיך זארגן וועגן אונזערע קינדער.

זיי ווילען פארשטייען דער שכל פון א טאטע מאמע וואס לאזען עס צו. טאמער ס'איז ווייל מ'ווייסט נישט וואס זיי 'ווייסען', שטימט יא דער געזעץ פון חתמנ'ן א פאפיער אז מ'האט זיי אויסגערעדט די סכנה. וויבאלד די הלכה און דער שכל האנושי זאגט אז וואס אלע טוהן און ווערען נישט געשעדיגט איז נישט שעדליך, וכמו"ש למעלה, דעריבער לאזט מען עס צו

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יאנואר 21, 2018 10:30 am

· #393870
נאכ'ן דורכליינען די מאמר פון ד"ר בערגער אין די יעצטיגע וועקער, וואס איז געווידמעט צו ווייזען פאר די ליינערס פארוואס זיי זאלען נישט וועלען קיין מציצה בפה אויף זייערע קינדער, בין איך געקומען צו א רואיגקייט. טאמער איך בין געווארען נערוועז ביז היינט, כאילו מציצה בפה איז א פראבלעם, בין איך יעצט אסאך רואיגער.

ביז היינט, האט מען געליינט אין די אידישע צייטונגען זייער 'פארשונגען' און איך בין גארנישט איבבערגעצייגט וועגען זייער דעת יחיד פון ד"ר ברמן און זייער שטארקע 'טענות'. אבער יעט אז א דאקטאר קומט אונז זאגען אז מ'האט נאר 13 פעלער פון פראבלעמען אין די יארען צווישען 1988 און 2012ת מיין איך אז מ'דארף זיך צו פיהל נישט זארגען. צענדליגער טויזענטער קינדער זענען געמל'ט געווארען אין יענער יארען מיט מציצה בפה. לאמיר זיך נישט נער'ן, די 'אויפריכטיגע' פארשערס קענען טענה'ן אז זיי האבען נישט קיין ציפער'ן, אבער מיר ווייסען אז 'אלע' מוהלים אין ב.פ., ווסמב"ג און מאנסי מיט קרית יואל מצצ'ן בפה, און אלע קינדער אין די געגענטער האבען עס געהאט. לאמיר נאכקוקען וויפיהל קינדער עס איז אריין געקומען אין די היימישע חדרים צווישען שנת תשנ"ב און תשע"ו, ווען די קינדער וואס זענען געבוירען געווארען אין יענער יארען זענען אנגעקומען אין חדר, און דערנאך וועלען מיר זע'ען וואס זענען די אויסזיכטען פון א פראבלעם.


יא יא, פאר די רעגירונג קען זיין עס לוינט זיך צו פארמיידען 13 פעלער פון פראבלעמען, אבער פאר א פריוואטע מענטש, איידער ער גייט מל'ן זיין קינד, זענען די אויסזיכטען היבש צו קליין זיך צו זארגען דערוועגען.

דאס יא, מעגליך אז ווען מ'וואלט געטעסט די מוהלים זעלסט, וואלטען מיר געקענט וויסען וועכע ארויס צו ווארפען, אפילו מיט אזא קליינער צאל פעלער. אבער איידער מ'האט א וועג דאס צו וויסען, איז עס ממש נישט צו דער זאך.

א דאנק @ד"ר שלום בערגער פאר'ן אונז בארואגיען. יעצט קען מען מאכען מציצה בפה אן קיין פראלבעם, אפילו די דאקטוירים וואס ווילען עס נישט האבען נישט קיין עכטע באווייז.

ברוך שפינוזה » פרייטאג פעברואר 9, 2018 2:23 am

· #395196
די אמתע סיבה פארוואס די מאדערנע זענען אזוי קעגן דעם איז ווייל זיי קוקן עס אן ווי א פרימיטיווע זאך, די גאנצע געזונטהייט אישו דרייט זיך אויך ארום דעם אז חז"ל זענען געווען פרימיטיווע טיפשים וואס האבן געגלייבט שטותים און זיי האבן נישט געוואוסט די סכנה דערפון וכו' וכו' און אונז זעמער קלוגער. פארדעם רופן זיי זיך "מאדערן" ארטעדאקס. און מ'טענה'ט זיך נאך מיט זיי צי חז"ל האבן יא געוואוסט וואס טוט זיך צי נישט. כו"ע מודי אז מיט א גלאז איז נישט דא קיין שום געזונטהייט פראבלעם, איז פארוואס טוען זיי עס נישט מיט א גלאז, והתשובה היא כדלעיל, אז דאס איז פרימיטיווע זאך, זיי קוקן עס אן אזויווי דו קוקסט אן קנעכטשאפט וכדומה.

איך האלט אז לאמיר שוין זאגן אז חז"ל האבן נישט געוואוסט פון דשערמס צו זאגן, איז דאך עס נישט אזא דבר שכיח אז מ'זאל דארפן חושש זיין, און דו קענסט נעמען א מוהל וואס טשעקט זיך יעדע שטיק צייט, אדער קענסטו נוצן א גלאז. און חז"ל האבן זיכער געהאט עפעס א חשבון דערמיט. אה דו ווילסט נישט ווייל ס'איז עקלדיג און פרימיטיוו, טאקע פארדעם וויל איך יא, איך האב ליב פרימיטיווקייט, די גאנצע רעליגיעזע מהלך המחשבה איז פרימיטיוו, און פרימיטיוו איז נישט קיין סינאנים מיט אומוויסנשאפט און פאנאטישקייט, ס'איז א סינאנים מיט self awarness אמתע חכמת החיים און שכל הישר, און אפילו אויב ביי מציצה בפה האבן זיי זיך טועה געווען ווייל זיי האבן נישט געקענט רפואה אזוי גוט ווי אונז, און ס'איז גענצליך אן איבעריגע זאך לוינט זיך נאכאלץ עס צו טון כדי אנצוהאלטן אונזער הערליכע אוצר.

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 11, 2018 12:36 pm

· #395291
שלום בערגער
א גוטן,

איך פארש אן ארטיקל וועגן מציצה-בפה און פאר וואס מע האלט פון דעם מינהג. כ'וויל בפירוש שרייבן מיט א פאזיטיוון צוגאנג און אן אפענעם מוח. כ'וואלט געוואלט רעדן מיט בעלי-בתים, מאמעס, מוהלים, רבנים ועגן דעם - פאר וואס זיי האלט מצ"פ פאר וויכטיק און ווי אזוי זיי פארשטייען דעם באלאנץ צווישן דער ריזיקע צום קינד און די מעלות פון מינהג. כ'בין גרייט צו רעדן מיט יעדן "אפ דע רעקארד" אויב נייטיק.

א דאנק פארויס.

שלום בערגער

דר. שלום בערגער: איך פארשטיי אז דו ווילסט עס אויספארשן פון א מעדיצינישן. און אויך פון אן ערליכן שטאנדפונקט, אלס מאמין אין די דברי חז"ל. די נקודה אויף וואס מ'דארף זיך צום מערסטן פארלייגן איז אויסצופארשן אויב די ריזיקע פון איבערכאפן/איבערגעבן די הערפיס סימפלעקס וויירוס איז גרעסער היינטיגע צייטן ווי אין די צייטן פון די גמרא. ווייל איך גלייב באמונה שלימה אז אויב ס'וואלט דאמאלס געווען אזא מין הויכע פראצענט פון ריזיקע ווי ס'איז פארהאן היינט, וואלט די גמרא נישט געהייסן אז מ'זאלל מאכן מציצה בפה. און אויף אזא שטרענגן אופן, אז ווען א מוהל מאכט נישט קין מציצה בפה, פארבאט מען איהם צו זיין א מוהל...!

נאר איין זאך פון פארזיכטיגקייט פאר די היינטיגע ערליכע מוהלים. אז ווען זיי פיהרן אדורך א גירות אויף אן עדאלט זאללן זיי בשום אופן נישט מאכן קיין מציצה בפה. מטעמים המובנים. ווייל ס'איז שוין געווען עטליכע פעלער פון ערליכע מוהלים וועלכע האבן באקומען דעם וויירוס. כמעט זיכער, ווייל זיי האבן אדורכגעפיהרט מוהלות פראצעדורן אויף אדאלטס וועלכע האבן זיך מגייר געווען...!

אישתישבי » זונטאג פעברואר 11, 2018 2:23 pm

· #395298
אויב איז מציצה בפה א חיוב, וואס איז אנדרעש א גדול פין א קטן?

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 11, 2018 3:57 pm

· #395309
ברוך שפינוזה
די אמתע סיבה פארוואס די מאדערנע זענען אזוי קעגן דעם איז ווייל זיי קוקן עס אן ווי א פרימיטיווע זאך, די גאנצע געזונטהייט אישו דרייט זיך אויך ארום דעם אז חז"ל זענען געווען פרימיטיווע טיפשים וואס האבן געגלייבט שטותים און זיי האבן נישט געוואוסט די סכנה דערפון וכו' וכו' און אונז זעמער קלוגער. פארדעם רופן זיי זיך "מאדערן" ארטעדאקס. און מ'טענה'ט זיך נאך מיט זיי צי חז"ל האבן יא געוואוסט וואס טוט זיך צי נישט. כו"ע מודי אז מיט א גלאז איז נישט דא קיין שום געזונטהייט פראבלעם, איז פארוואס טוען זיי עס נישט מיט א גלאז, והתשובה היא כדלעיל, אז דאס איז פרימיטיווע זאך, זיי קוקן עס אן אזויווי דו קוקסט אן קנעכטשאפט וכדומה.

איך האלט אז לאמיר שוין זאגן אז חז"ל האבן נישט געוואוסט פון דשערמס צו זאגן, איז דאך עס נישט אזא דבר שכיח אז מ'זאל דארפן חושש זיין, און דו קענסט נעמען א מוהל וואס טשעקט זיך יעדע שטיק צייט, אדער קענסטו נוצן א גלאז. און חז"ל האבן זיכער געהאט עפעס א חשבון דערמיט. אה דו ווילסט נישט ווייל ס'איז עקלדיג און פרימיטיוו, טאקע פארדעם וויל איך יא, איך האב ליב פרימיטיווקייט, די גאנצע רעליגיעזע מהלך המחשבה איז פרימיטיוו, און פרימיטיוו איז נישט קיין סינאנים מיט אומוויסנשאפט און פאנאטישקייט, ס'איז א סינאנים מיט self awarness אמתע חכמת החיים און שכל הישר, און אפילו אויב ביי מציצה בפה האבן זיי זיך טועה געווען ווייל זיי האבן נישט געקענט רפואה אזוי גוט ווי אונז, און ס'איז גענצליך אן איבעריגע זאך לוינט זיך נאכאלץ עס צו טון כדי אנצוהאלטן אונזער הערליכע אוצר.

ברוך שפינוזה: איך בין בדרך כלל מסכים מיט דיין לערנען פשט אין די גאנצע סומאטוכע (כאטש אין אנהייב זעהט אויס ווי דו אטאקירסט ח"ו דברי חז"ל. אבער, נישט אין די מסקנא. אבער דאך. ביניך מחולק מיט דיר. ווייל די חז"ל האבן יא געוואוסט איבער אזא זאך ווי דזשערמס און אינפעקציע. דערפאר האבן זיי אזוי שטארק מחמיר געווען אז מ'זאלל מאכן מציצה (בפה).כדי אז דאס קינד זאלל נישט באקומען קיין בלוט פארגיפטונג. אבער ווי ס'זעהט אויס אז אין זייערע צייטן איז הערפעס וויירוס נאכנישט געווען אזוי פארשפרייט. און ס'איז געווען דער חשש אז דער מוהל וועט איבערנעמען אדער איבערגעבן פאר דעם קינד...! אט דאס האביך געבעטן פון דר. שלום בערגער אז ער זאלל אויספארשן אויב בימי חז"ל איז געווען אזא שטארקער חשש פון איבערגעבן די וויירוס פאר דעם רך הנימול...!

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 11, 2018 4:03 pm

· #395312
אישתישבי
אויב איז מציצה בפה א חיוב, וואס איז אנדרעש א גדול פין א קטן?

אישתישבי: איך האב געשריבן מפני טעמים המובנים. איז ווילסטו אז איך זאלל פונקטליך מפרש זיין. גוט. איך וועל עס מפרש זיין . דער מילה קאנדידאט וועלכער איז דאך געוויינליך א גוי. ווען ער איז שוין מידל עידזש'ד האט ער שוין אריינגעשטעקט די מעשה אין אלערליי פלעצער (זכרים ונקיבות. אין אלערליי פאזיציעס) און די טשענסעס אז ער איז אנגעשטעקט מיט עפעס א מחלה זענען זייער שטארק. משא"כ ביי א רך הנימול. א ראיה דערצו האסטו, אז ס'דא א מוהל וועלכער איז באוואוסט פאר אן ערליכן איד (כ'בין איהם נישט חושד אז ער לעבט א דאפלטן לעבן.). און ער האט געכאפט דעם הערפעס וויירוס. מסתמא ווייל ער האט א סאך געטון אין גירות אין די געוועזענע קאמוניסטישע מדינות. אויף אדאלטס, וועלכע האבן זיך געוואלט מגייר זיין...!

ברוך שפינוזה » זונטאג פעברואר 11, 2018 8:23 pm

· #395336
berlbalaguleh
חז"ל האבן יא געוואוסט איבער אזא זאך ווי דזשערמס און אינפעקציע.
זייער מעגליך, אבער פון וואו ווייסטו?
berlbalaguleh
דערפאר האבן זיי אזוי שטארק מחמיר געווען אז מ'זאלל מאכן מציצה (בפה).כדי אז דאס קינד זאלל נישט באקומען קיין בלוט פארגיפטונג.
קען זיין, אבער פון וואו ווייסטו?

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 11, 2018 10:40 pm

· #395350
ברוך שפינוזה: דאס אז חז"ל האבן געוואוסט וועגן דזשערמס איז באוואוסט. די גמ' זאגט (כ'מיין אין מס' שבת) אז ווען איינער טרינקט פון א כוס זאלל דער חבר נישט טרינקען פון דעם זעלבן פלאץ נאר אויב ער ווישט דאס אפ. ווייל מ'קען איבער כאפן א קראנקהייט פון זיין חבר.

דאס אז מ'מוז מאכן מציצה און אויסזויגן די בלוט פו ארום די וואונד איז זייער א שטרענגער אפרלאנג פן די חכמים. מכח סברא זאג איך אז כדי ס'זאלל נישט אינפעקטעד ווערן. (כ'מיין רש"י דארט זאגט אז, ..."חמירא סכנתא מאיסורא"...!

איך בין נישט קיין גייענדיגע ענציקלאפעדיע. אויך נישט א תלמיד חכם. נאר א פשוט'ער בעל עגלה. אבער עפעס ליגט מיר אין זיכרון. דער אייבישטער האט מיר נישט געגעבן א פאטאגראפישן מח ווי הרב הירשפרונג. און אויך א ביסל מער שכל, ב"ה...! (במחכת"ה)

ברוך שפינוזה » זונטאג פעברואר 11, 2018 11:10 pm

· #395360
berlbalaguleh
ברוך שפינוזה: דאס אז חז"ל האבן געוואוסט וועגן דזשערמס איז באוואוסט. די גמ' זאגט (כ'מיין אין מס' שבת) אז ווען איינער טרינקט פון א כוס זאלל דער חבר נישט טרינקען פון דעם זעלבן פלאץ נאר אויב ער ווישט דאס אפ. ווייל מ'קען איבער כאפן א קראנקהייט פון זיין חבר.
ריכטיג!!!

berlbalaguleh
דאס אז מ'מוז מאכן מציצה און אויסזויגן די בלוט פו ארום די וואונד איז זייער א שטרענגער אפרלאנג פן די חכמים. מכח סברא זאג איך אז כדי ס'זאלל נישט אינפעקטעד ווערן. (כ'מיין רש"י דארט זאגט אז, ..."חמירא סכנתא מאיסורא"...!

איפכא מסתברא, ווי ווייניגער מ'רירט צו אלס קלענער די סכנה, ס'איז זיכער אז זיי האבן געהאט א סבה על פי רפואה, אבער ווילאנג אונז ווייסן מיר נישט די סיבה אויף זיכער קען מען נישט דן זיין אויף דעם, סיידן אז מ'זאל מאכן א סטאדי צו זען צי קינדער וואס מ'זויגט אויס מאכן זיך ווייניגער קאמפליקאציעס.

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 12, 2018 12:13 pm

· #395426
ברוך שפינוזה: אין עניני אמונה וועל איך מיך זיכער נישט מפלפל זיין מיט דיר ווייל אונז ביידע ווייסן מיר וואו אונז שטייען. איך האב אויך נישט קיין מעדיקל דעגרי. אבער אזויפיהל ווייס איך אז א וואונד וואס מ'קליענט נישט אויס. או מ'לאזט דארט די אנגעזאמלטע בלוט, ווערט דארט אינפעקטעד און ס'ווערט אייטעריג. אויך קען דאס ברענגען צו בלוט פארגיפטונג/גאנגרען.

ביי ענק אין די אפיקורס'ישע יוניווערסיטי האט מען נישט געלערנט אט די זאכן...?! ס'הייסט, צו זיין א פילאזאף איז גענוג אז מ'איז אן אפיקורס. און מ'האלט אז גאט איז אן אלטער. און גייט שוין ריטייערן. דערפאר האט ער לעצטנס געמאווט קיין פלארידע. אבער לויט ווי איך הער איז אין פלארידא אויך געווען קאלט דעם ווינטער...!

ברוך שפינוזה » מאנטאג פעברואר 12, 2018 12:58 pm

· #395430
berlbalaguleh
ס'הייסט, צו זיין א פילאזאף איז גענוג אז מ'איז אן אפיקורס. און מ'האלט אז גאט איז אן אלטער. און גייט שוין ריטייערן.

איך ווייס נישט וועגן גאט, זעט מיר נישט אויס ווי ער קען בכלל ריטייערן, וואס איז זיכער איז זיכער, אפיקורס ע"ה האט שוין לאאאאאאנג ריטייערט.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג פעברואר 12, 2018 3:29 pm

· #395453
Re: א פראגע וועגן מציצה-בפה
דער גמרא זאגט אז מ׳זאל נישט לאזען א צווייטע טרינקען פון די גלאז, ווייל יענער וועט זיך מעגליך שעמען נישט צו טרינקען, און וויבאלד ער איז א מפונק, וועט עס איהם עקעלען, אוו דאס קען פאראורזאכען א סכנה, אזוי ליגט מיר אין קאפ.


דער רמב"ם זאגט אז דער טעם פון מציצה איז צו ציען דער בלוט ממקומות הרחוקים, און אזוי קומט א רפואה.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

חסיד פון ליטא » מאנטאג פעברואר 12, 2018 3:44 pm

· #395455
Re: א פראגע וועגן מציצה-בפה
אמאליגע דאקטורים האבן געגלייבט אז הקזת דם איז א רפואה.
ווען מ'האט געשאסן פרעזידענט לינקאן האט זיין דאקטאר אין א פארזוך צו ראטעווען זיין לעבן מקיז דם געווען עטליכע מאל רח"ל.
אויב א דאקטאר זאל היינט צוטאגס טוהן אזאנס וואלט מען אים אויפן ארט געשאסן.

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 12, 2018 10:45 pm

· #395496
ברוך שפינוזה
berlbalaguleh
ס'הייסט, צו זיין א פילאזאף איז גענוג אז מ'איז אן אפיקורס. און מ'האלט אז גאט איז אן אלטער. און גייט שוין ריטייערן.

איך ווייס נישט וועגן גאט, זעט מיר נישט אויס ווי ער קען בכלל ריטייערן, וואס איז זיכער איז זיכער, אפיקורס ע"ה האט שוין לאאאאאאנג ריטייערט.

עפיקיורוס/אפיקורס איז אבער געווען א העדאניסט. ער האט גוט געגעסן. אויך הנאה געהאט פון אנדערע פיזישע פארגעניגנס, וועלכע גייען אין די תנ"ך קולטור צוזאמען מיט וויין...!

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 12, 2018 10:48 pm

· #395497
ליטוואק פון בודאפעסט
דער גמרא זאגט אז מ׳זאל נישט לאזען א צווייטע טרינקען פון די גלאז, ווייל יענער וועט זיך מעגליך שעמען נישט צו טרינקען, און וויבאלד ער איז א מפונק, וועט עס איהם עקעלען, אוו דאס קען פאראורזאכען א סכנה, אזוי ליגט מיר אין קאפ.


דער רמב"ם זאגט אז דער טעם פון מציצה איז צו ציען דער בלוט ממקומות הרחוקים, און אזוי קומט א רפואה.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט: אבער פארוואס וועט דער חבר דער פאטענציאלער מפונק נישט וועללן טרינקען פון וואו זיין חבר'ס מויל איז געווען. ווייל ער האט מורא פון דזשערמס. און ער וויל נישט קראנק ווערן...!

די זעלבע איז די טעזע פונ'ם רמב"ם איבער מציצה. אז די בלוט וועט קומען פון די מקומות הרחוקים. ווייל דער רמב"ם האט געהאלטן אז די בלוט פון א בעיבי האט אין זיך די נאטורליכע אימוניטעט וואס ער האט באקומען פון די מאמע.

א סאך קינדער דאקטוירים זאגן אז פאר גאנץ קליינע בעיביס דארף מען נישט געבן געוויסע שאטס. למשל וועגן העפאטייטיס עי. ווייל זיי האבן נאך די נאטורליכע אימוניטעט וואס זיי האבן באקומען פון די מאמע פאר, און בשעת דעם געבורט...!

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג פעברואר 13, 2018 3:23 pm

· #395560
Re: א פראגע וועגן מציצה-בפה
דער גמרא זאגט אונז אבער נישט אז יענער פארשוין איז גערעכט. ער גלויבט אין דעם.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אישתישבי » דינסטאג פעברואר 13, 2018 6:35 pm

· #395575
berlbalaguleh
אישתישבי
אויב איז מציצה בפה א חיוב, וואס איז אנדרעש א גדול פין א קטן?

אישתישבי: איך האב געשריבן מפני טעמים המובנים. איז ווילסטו אז איך זאלל פונקטליך מפרש זיין. גוט. איך וועל עס מפרש זיין . דער מילה קאנדידאט וועלכער איז דאך געוויינליך א גוי. ווען ער איז שוין מידל עידזש'ד האט ער שוין אריינגעשטעקט די מעשה אין אלערליי פלעצער (זכרים ונקיבות. אין אלערליי פאזיציעס) און די טשענסעס אז ער איז אנגעשטעקט מיט עפעס א מחלה זענען זייער שטארק. משא"כ ביי א רך הנימול. א ראיה דערצו האסטו, אז ס'דא א מוהל וועלכער איז באוואוסט פאר אן ערליכן איד (כ'בין איהם נישט חושד אז ער לעבט א דאפלטן לעבן.). און ער האט געכאפט דעם הערפעס וויירוס. מסתמא ווייל ער האט א סאך געטון אין גירות אין די געוועזענע קאמוניסטישע מדינות. אויף אדאלטס, וועלכע האבן זיך געוואלט מגייר זיין...!


איז לדבריך, ביסטו מודה אז איינער וואס האט געמאכט מציצה בפה אויף א גדול טאר נישט מאכן מער מציצה בפה אויף א קטן?

בכלל, די אלע וואס שרייבען אז וויבאלד חז"ל האבן געוויסט פין זשערמס (לדעת כמה דארף מען אננעמען אז זיי האבן אויב געוויסט) איז נישט קיין ראי' צו אונז היינט מחמת כמה סיבות, והעיקר הם שנים.

א. אין די גמרא שטייט נישט אז עס מוז זיין מציצה בפה דוקא, עס איז סך הכל א מחלוקת אחרונים.

ב. אין די גמרא צייטען איז נישט געוועהן קיין הערפיס, עכ"פ עס איז נישטא קיין ראי' אז עס איז געווען, ממילא אפילו אויב וואלט אין די גמרא געשטאנען מציצה בפה דוקא, איז נישט קיין ראי' אויף היינט ווען עס איז דא א סכנה ווייל כאמור דורך אונזער פריינט ר' בערל, קומט עס פין די גרים, און אפילו ביי זיי מאכט מען אויך מציצה בפה. (אין די גמרא שטייט דאך נישט קיין חילוק צווישען גדולים און קטנים).


לדעתי וואלט מען געברויכט איינפירן אז דער מוצץ זאל נעמען א טעסט צו ער האט הערפיס אדער סיי וואס, און נאר טאמער איז ער ריין זאל ער מעגן מאכען מציצה בפה.

ברוך שפינוזה » דינסטאג פעברואר 13, 2018 8:28 pm

· #395579
אישתישבי



לדעתי וואלט מען געברויכט איינפירן אז דער מוצץ זאל נעמען א טעסט צו ער האט הערפיס אדער סיי וואס, און נאר טאמער איז ער ריין זאל ער מעגן מאכען מציצה בפה.

פאר היימישע אידן איז עס טאקע א גוטע עצה, אבער פאר יענע חברה וועט גארנישט העלפן, ס'אינטערעסירט זיי גאנץ ווייניג די הערפיס, זייער פראבלעם איז בעיקר אז ס'איז פרימיטיוו, צוריקגעבליבן, נאריש, וכו' וכו'. די גאנצע גערעדעכץ ארום די הערפיס איז נאר צו אויפווייזן ווי צוריקגעבליבן ס'איז.

אביסעל שכל » דינסטאג פעברואר 13, 2018 8:33 pm

· #395580
אישתישבי
berlbalaguleh
אישתישבי
אויב איז מציצה בפה א חיוב, וואס איז אנדרעש א גדול פין א קטן?

אישתישבי:


לדעתי וואלט מען געברויכט איינפירן אז דער מוצץ זאל נעמען א טעסט צו ער האט הערפיס אדער סיי וואס, און נאר טאמער איז ער ריין זאל ער מעגן מאכען מציצה בפה.
א טעסט ווייזט נישט פונקטליך און איז נישט אקוראט

ברוך שפינוזה » דינסטאג פעברואר 13, 2018 8:38 pm

· #395581
אביסעל שכל
א טעסט ווייזט נישט פונקטליך און איז נישט אקוראט

אויב מ'וועט טשעקן די מוהלים יעדע שטיק צייט, און א מוהל וואס שטעקט אן א קינד וועט מען מעביר זיין, וועט נישט זיין קיין פראבלעם, אפשר איינמאל אין צווואנציג יאר.

berlbalaguleh » דינסטאג פעברואר 13, 2018 9:57 pm

· #395587
ליטוואק פון בודאפעסט
דער גמרא זאגט אונז אבער נישט אז יענער פארשוין איז גערעכט. ער גלויבט אין דעם.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ווייל די גמ' איז עפטער אלל נישט קיין סייענס אדער מעדיקל בוק...! (אבער עפעס ליגט מיר אין קאפ אז רש"י זאגט יא עפעס וועגן דעם. אז מ'זאלל נישט איבערכאפן א מחלה . כאטש ער זאגט עס נישט ארויס אין טערם פון באקטעריא.)

חסיד פון ליטא » דינסטאג פעברואר 13, 2018 10:34 pm

· #395593
Re: א פראגע וועגן מציצה-בפה
נישט קיין גמרא.
ט"ז אין או"ח סימן קע סעיף ט"ז ברענגט דעם טעם בשם ר"א הגדול.